☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קול קורא ממרנן ורבנן גדולי התורה

קול קורא ממרנן ורבנן גדולי התורה

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8041

מצטמק ויפה » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 6:57 pm

· #244356
קול קורא ממרנן ורבנן גדולי התורה
\
📎 Screenshot_2014-12-30-22-15-37.png

מצטמק ויפה » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 7:02 pm

· #244357
מיר פראבירן נאך זיך פארבינדן מיט אלע חברי הקהילה אבער לא עלתה בידינו ביז דערווייל צו באקומען זייער אנטווארט.

ישמעאל הכהן » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 7:18 pm

· #244365
זייענדיג אנויפגעקלערטער וואס האט ליעב צו פייפן אויף ק''ק'ס, בין איך יעצט אין א דילעמע וואס צו טון.

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 7:24 pm

· #244366
בערל בעל עגלה רכב מעצבנת 😂 😂 😂 😃 🙂 😉 👍

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 7:50 pm

· #244370
שיין קריעטיוו. אבער פאר די פשוטי עם קומט זיך נישט אויך אביסל לעבער? אלעס פאר די רבנים וראשי הקהילה? און דא האב איך געמיינט אז אויף ק''ש הערשט איקוואליטי.

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 8:43 pm

· #244379
בעל יעדר?

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 8:54 pm

· #244383
פארהיירעטע מענער.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:48 pm

· #244405
מצטמק ויפה
מיר פראבירן נאך זיך פארבינדן מיט אלע חברי הקהילה אבער לא עלתה בידינו ביז דערווייל צו באקומען זייער אנטווארט.

מצטמק ויפה: איך ווייס נישט צו וועמען איך זאל מיך ווענדן. צו דיר אדער צו שמעקעדיג. אבער דער וואס האט געשריבן דעם קול קורא זאל מיר שטארק אנטשולדיגן, אבער ס'איז געשריבן זייער עם הארצ'יש. (במחכת"ה). "איש בעל יעדר"?...!

ישמעאל הכהן » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:51 pm

· #244409
ר' בערל, דו דארפסט זיך גאנץ זיכער ווענדן צו דיין באליבטן הרה''ג ר' יצחק גליק שליט''א ספרא דדיינא.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:52 pm

· #244410
כוכב
בערל בעל עגלה רכב מעצבנת 😂 😂 😂 😃 🙂 😉 👍

כוכב: איך פארגין דיר די שמחה. אבער, ביטע זיי מסביר, וואסי פשט?...!

יין שרף » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:43 pm

· #244432
11.png

טאמבל סאס » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:50 pm

· #244436
פארוואס א מדריך לכלות דארף מען צוויי און מדריך לחתנים בלויז איינס? אזוי גוט גייט די ביזנעס? קוהלת זאגט דאך אשה בכל אלה לא מצאתי. אין קעיס טיטאניק איז אוועק? אדער איז דאס א רעפרענץ צו דער וואס איז מחמיר אויפ'ן על זאת יתפלל כל חסיד אליך לעת מצוא ודרשו רז"ל זו אשה וסמוך ליה רק לשטף מים רבים אליו לא יגיעו. נישט צו טיטאניק! ווי האט יענער געזאגט, ענדישער א טאמבל סאס אין וואסער ווי איידער עובר צו זיין.

מצטמק ויפה » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:54 pm

· #244441
ברסלבער איז אויך א מדריך לחתנים כמבואר בהאשכול קאווע שטעטל נאר דא טראגט ער דעם נאמען מנהיג רוחני

טאמבל סאס » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:02 pm

· #244446
נו נו, ס'לויפט דאך סינאנים. די מדריך לכלות איז אויך די שלום בית מאכערין און אין טוירן די קוואטערין, די בעיבי סיטער און די סופארט פראוויידערין ביי די גט.

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:07 am

· #244555
הנני להודיע שמעולם לא חתמתי על שום קול קורא רציני ואין דרכי להתערב בפוליטיק"א בכלל ואיני אומר קבלו דעתי וכל אחד יעשה כפי דעתו האישית בלבד.

הק' מקום חותם הבד"צ.

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:12 am

· #244557
איך האב באמת מורא אז מצטמק ויפה האט גיפעלטשט דער בריוו איך האב שוין גיהערט פון צוויי פון די רבנים החותמים אז זיי האבן נישט געחתמ'ט יין שרף און לעיקוואד
איך מיין די עולם זאל דערווייל נישט נעמען קיין שום שריט ווילאנג מען איז מברר בברירות וואס דא האט זיך אפגעשפילט אונטער די קאליסן בשעתן נעמען די חתימות

דריידל » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:27 am

· #244564
לעיקוואד
הנני להודיע שמעולם לא חתמתי על שום קול קורא רציני ואין דרכי להתערב בפוליטיק"א בכלל ואיני אומר קבלו דעתי וכל אחד יעשה כפי דעתו האישית בלבד.

הק' מקום חותם הבד"צ.


דאן פארוואס האסטי געקעשט די טשעק?

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:31 am

· #244569
כ'וועל מוזן פרעגן די רעבעצין אפשר ווייסט זי עפעס דערוועגן.

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:33 am

· #244570
רבותי, ס'קומט הייתי צייטן. פון אינטער די קוליסן הער איך אז איינער פון די חותמים איז גאר דער בעל מכשיר ביי מצטמק'ס טעיק אוט!

אן עיקול אויפן פסק איז אין די מעיקינג. הכנו למערכה!

מצטמק ויפה » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:29 pm

· #244583
לית דן בר נש ווער נאך ווי דיר ווייסט וויפיל איך בין דיר נאכגעלאפן פאר דיין חתימה און אין קול ואין עונה, איך בין געלאפן פון כולל צו דיין געשעפט צו דיין אשת חיל און גארנישט.... ממילא ווען איך וויל פעלטשען וואלט איך געהאט דיין חתימה מיט נאך אנדערע.

און נאך איין ווארט וואס איך הער ברענג איך ארויס די ווידעאויס וואס איחוד פעלד האט אריינגעלייגט אין יעדע לעכעל פון שטעטל משום..... און מ'וועט פונקטלעך זען למי הצדק.