די וואלן דא דערמאנט מיך פון די יעצטיגע שטורמישע וואלן אין מדינת ישראל.
אלי ישי טייערער, אויב האסטו שכל, נעמסטו אויף קעלנער פאר דיין ראטגעבער און כוכב אלס וויציע.
כ'פיהל א חוב קדוש אפצוגעבן מיינע רייד היתכן כ'נעם נישט אנטייל אונעם יעצטיגען שטימען אונעם יעצטיגן אנגעצויגענע וואלן טעג.
איך בין א שטארקע מיטגליד אונעם שטיבעל דא, אפי' כסדר מאכט זיך אנגעצויגענע טעג נאך אלץ טריי איך טעגליך צו געבן א וויזיט דא אין אונזער שטיבעל אין דא דארט געבן א זאג עפעס.
אבער הערטס צי, גראמען פאעזיע פשוט אין פראסט עקלט מיך, לפע"ד קען א שרייבער נישט גוט ארויס ברענגן זיין נקודות ווייל ער איז פארנומען אז די שורות אין ווערטער מיזן שטימען
נאכן זעהן די שושנים פארמעסט האב אין געטרייט "פיהר" מאל אנצוהייבן ליינען, מה נאמר מה נדבר, כ'האב עס פיינט, כ'האב געזעהן כוכב'ס ארבייט אנדערע מקומות, ס'געפעלט מיר אסאך בעסער, כוכב איז מיין רבי אין כ'קוק שטארק ארויף אויף עיהן איי לאוו הים, באט נישט יעצט אין דא
כ'וויל ליינען רואיג אין באטאמט יענעם'ס ארבייט, נישט זיין ביזי רעכענען וואס ער מיינט מיט מאדנע ווערטער אבי די פאעזיע זאל שטימען.
איך גיי נישט שטימען פליז פארשטיי מיך
איך וועל גערן געבן געלט, צייט, כח, פאר די שטיבעל, נישט ליינען עפעס וואס איז נישט מיין קאפ אויף טיי
עפעס "שטימט" נישט. אה, כוכב האט געקאפי פעיסט די אנ"ש טעלפאן בוק.
איך און מיין ווייב שטימען נישט... כככככ... ס׳איז נישט קיין דשאוק... אבער כ׳האב שוין צוויי מאל אליין געשטימט, ממילא זעהט מען אז ס׳איז איר פראבלעם...
מיר זעט אויס ווי ער האט געקאפיט די רעגיסטרירטע באנוצער פונעם ווער איז דא געווען ליסטע אויף דער הויפט זייט
געשטימט אויף אלע דריי!
👍 👍 👍
אקעי, נאכן רוף פונעם געטרייען איבערגעגעבענעם מנהל @אנאנים, בנוסף צו די פארפלייצונגען פון די פלאקאטן אין די אשכולות און פילע נאכאנאנדע בקשות אין אישי, האב איך באשלאסן צו אפגעבן מיינע שטימען,
כ'האב שוין אפגעשטימט אין אלע 3 שטים בודקעס, און איך בין מוסר מודעה און מגלה דעת אז אויב קען איימיצער זעהן פאר וועמען איך האב געשטימט (איך זאג נישט פאר קיינעם וועלכע), זאל ער/זי נישט מאכן קיין אישו דערפון, כ'פארשטיי גאנץ קנאפ צו די געקונצעלטע סחורה, כ'האב אלעס אדורכגעקוקט בכובד ראש, כ'האב געשטימט פאר די דאזיגע וועלכע רעדן צו מיין הארץ, צו מיין נפש, אדער וואס איז טאלאנט און גאונות אפילו פאר מיין פשוט'ן קעפל, ד.ה. נישט צו טיפזיניג. וה' הטוב יכפר.
ענדליך מיט מסירות נפש גענדיגט שטימען אויף אלע דריי
אצינד וויאזוי פארט מען אהיים? ווי איז די מאסן טרענפאטאציע וואס מ'האט מיר ציגעזאגט אז ס'גייט זיין ציגעשטעלט.....