שרגאמען וואלט עס נישט געמאכט אויף א ביליגן אופן, אויב מענטשן וואלטן עס נישט געקויפט. עס זענען דא אסאך פראדוקטן וואס קענען ווערן פיל בעסער אדער גרינגער צו ניצן (ווי צו קענען גרינגער עפענען געוויסע סיריעל אדער נאש בעגס אז עס זאל זיך נישט אויפרייסן, אדער אפילו בעסערע עלעקטראניקס און אפילו קארס), אבער דער פאקט ווייזט פאר די פירמעס אז מענטשן זענען גרייט אויף די קליינע אומבאקוועמליכקייטן ווי צו אנהייבן צאלן מער. מוזן די פירמעס זיך באלאנסירן צווישן "ביליג" און "גוט". עס דארף זיך זיי לוינען פון ביידע זייטן, ביליגע פראדוקציע און גוט פארקויפן. דאס הייסט עפישענסי.
יעצט געווענליך האסטו אן אויסוואל, שוואכע קוואליטעט און ביליג אדער גוטע קוואליטעט און טייערער, און דו קענסט זיך אויסוועלן. אבער לויט ווי רעדסט זיך אפ, קוקט אויס ווי דו וועלסט אויס די שוואכע פלעסטיק קאפס און הארטע טישוס איבער הארטערע פלעסטיק קאפס און ווייכע טישוס. סאו עס איז דיין אייגענע אויסוואל. און דארפסט זיך נאר פרייען אז מען געט דיר דעם אויסוואל (ווייל "עפל" למשל געט דיר עס ניטאמאל. און דאס שוין נאכדעם וואס זיי גייען קיין כינע אז עס זאל זיך קענען פארקויפן ביליגער.)
עפל יוכיח, זיי מאכן ביליג און גוט. סטיוו דשאבס ז״ל איז טאקע דער וואס האט אביסל צוריקגעברענגט ווי מזאגט אויף ענגליש pride of workmanship אז אפילו די אינעווייניגסטע שרויפן וואס קיינער וועט קיינמאל נישט זעהן זאל אויך זיין געמאכט אויפן בעסטן אופן.
דו זאגסט אז איך זאל זיך פרייען אז קאמפאניס מאכן און געשעפטן פארקויפן דרעקישע סחורה. איך הער.