☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מיין פעיוואריט ניק

מיין פעיוואריט ניק

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7998

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:15 am

· #243154
מיין פעיוואריט ניק
מ'קען און אפשר מ'מוז לייקענען דאס נישט האבן א פעיוואריט קינד, מ'דארף אלע ליב האבן. אבער א פעיווארט ניק אויף מיינעם בין איך דאך נישט מחיוב צו באהאלטן, און אויב האב איך אסאך דערפון איז אבער דא איינע לעת עתה וואס איז דזשאסט פלאוליס א כליל המעלות לאפיניענתי און צום זאך, שטארק צום הארץ. זייענדיג אין א גוטע מוד שרייב איך עס ארויס משום אל תמנע. איך וויל עס שרייבן ברמז, הגם איך מיין עס ערנסט איז בעסער אז ס'איז אין קאפ פארדרייעניש פארום וועט עס ענדערש נישט אנדרייען א דזעלעס מלחמה.

דרוילעם איז געלאדענט צו באריכטן זייערע פעיווארייטס. עכ''פ, מיינעם קען מען נישט טעגן אבער מ'קען אים עסן פון אלע זייטן.

מיט אהבה

כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:19 am

· #243184
דער עולם האט נישט געכאפט דעם רמז העל איך פורש בשמו זיין:
פישל'ע העערינג
#פלאץ פאר קנאה איך וויל זיין שמעאלס בuדי

דריידל » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:54 am

· #243192
ישמעאל, די ביסט דיפעניטלי וואן אף מיי פעיווארעט

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:16 am

· #243198
בלוש בלשתי. (קרעדיט: הערשי)

😳

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:33 am

· #243202
ישמעאל, איז דא א סעקענד פלעיס געווינער? (פליזזזזזזזזזז).

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:40 am

· #243207
[ציטאט אראפגענומען]

ווי איך האב געשריבן מיין איך עס אויך ערנסט אויף הונדערט פראצענט. דעם געס האא האב איך געמאכט צו פארזיכערן אז דער אשכול בלייבט נישט תגובה-לאז

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:42 am

· #243208
[ציטאט אראפגענומען]


ישמעאל הכהן
הגם איך מיין עס ערנסט איז בעסער אז ס'איז אין קאפ פארדרייעניש פארום וועט עס ענדערש נישט אנדרייען א דזעלעס מלחמה...

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:43 am

· #243210
איך וואלט געוואוט א ניק אין יעדע פון אפאר קאטעגאריעס. ס'דא צופיל אפציעס. (קרעדיט: פישעלע לגבי שושנים)

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:52 am

· #243213
וואו זענען דיינע ברילן??....
[ציטאט אראפגענומען]

ישמעאל הכהן

דרוילעם איז געלאדענט צו באריכטן זייערע פעיווארייטס.

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:31 am

· #243224
שוין אז די עולם שרייבט שוין על איך אויך שרייבן הגם איך האב נישט געוואלט ווייל איך וויל קיינעם וויי טוהן אבער די אמת מוז געזאגט ווערן
מיין פעיווארט ניק איז נישט קיין אנדערע ווי @לית דין בר נש הגם דא אין שטובל איז ער נישט פון די שטארקע אבער אין מיין פראזעינלעכע לעבן באישי טוט ער אסאך פאר מיר
איך דאווען שוין יארן מיט אים אין די זעלבע ביהמ"ד און עלף יאר צריק ווען איך האב געטוישט בתי מדרשים איז ער מיט געקומען מיט מיר
איך האב מיט אים פרייוועט טיים יעדן טאג ביי פרישטאג מיטאג און נאכטמאל וואס איך פארברענג מיט אים
98% פונעם יאר נעכטיגט ער ביי מיר אינדערהיים וכו' אסאך נאנטשאפטן וואס איך האב מיט אים וואס איך קען נישט אלץ אראפשרייבן
איך האף קיינער וועט נישט זיין דזשעלעס.

#דער זכר דארף א דאקטער

כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:37 am

· #243225
[ציטאט אראפגענומען]


יאפ, אנאנים איז איינס פון א לאנגע רייע ניקים וואס קריגן נישט זייער ערליך פארדינטן אנערקענונג מאיזה סיבה שהוא.
#נארדערצעדרייטערשורהבורכוכבקריגטאטענשאן

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:56 pm

· #243254
לית דין בר נש
שוין אז די עולם שרייבט שוין על איך אויך שרייבן הגם איך האב נישט געוואלט ווייל איך וויל קיינעם וויי טוהן אבער די אמת מוז געזאגט ווערן
מיין פעיווארט ניק איז נישט קיין אנדערע ווי @לית דין בר נש הגם דא אין שטובל איז ער נישט פון די שטארקע אבער אין מיין פראזעינלעכע לעבן באישי טוט ער אסאך פאר מיר
איך דאווען שוין יארן מיט אים אין די זעלבע ביהמ"ד און עלף יאר צריק ווען איך האב געטוישט בתי מדרשים איז ער מיט געקומען מיט מיר
איך האב מיט אים פרייוועט טיים יעדן טאג ביי פרישטאג מיטאג און נאכטמאל וואס איך פארברענג מיט אים
98% פונעם יאר נעכטיגט ער ביי מיר אינדערהיים וכו' אסאך נאנטשאפטן וואס איך האב מיט אים וואס איך קען נישט אלץ אראפשרייבן
איך האף קיינער וועט נישט זיין דזשעלעס.

#דער זכר דארף א דאקטער

לית דין בר נש:און ווען דיין רעבעצין שיקט גיין איינקויפן לעקאוועד שבת קוידיש. ווער גייט? דו אדער דיין פעיוואריט ניק....!!!

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:57 pm

· #243255
ביידע נישט
זי

בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:59 pm

· #243256
זי שיקט איר אנדערע איימעמאטער ניק..

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:01 pm

· #243258
לית דין בר נש
ביידע נישט
זי

און פייסעך באנאכט באם סיידער. וויפיל העסע בעטלעך גרייט מען אן...?...!... 😂

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:07 pm

· #243262
מיין פעיווארעט ניק איז יענטאאאש.

בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:08 pm

· #243265
נאדיר א גרינע יאיר

פליקער » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:49 pm

· #243288
מיין בעסט פרענד ניק, שמעקט מיר כריח שדה אשר ברכו השם.

גאלד » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 6:47 pm

· #243388
[ציטאט אראפגענומען]



👍
ישמעאל איז דעפיניטלי איינע פון מיינע פעוועריטס, איי לאוו הים,

איבערהויפט אז מיר זענען שוין ביידע אלטע חסידים פון איין רבין זז"ג....

וואס קוקסטו מיך אזוי אן מיט אזאלכע גרויסע אויגן??

יא יא אזוי ווי די הערסט, אונז ביידע ווייקן מיר זיך בחצר רבינו שליט"א שוין פאר לאנגע יארן כולם שווים לטובה

ה"ה ערעב מייקעל סעוועדש יר"ה!

אוי ישמעאל בני, אוי בני אוי בני אוי בנייייי

לעיקוואד » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:49 pm

· #243483
איך בין מיין פעיוואריט. יעער טאג מאך איך אויף די קאווע שטיבל זעהן אויב לעיקוואד האט געשריבען עפעס א נייע תגובה. טאמער יא ווייס איך גלייך אריינצוגיין אין יענער אשכול געבן א לייק פאר ווער עס דינגט זיך אויף עם.

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:58 pm

· #243490
דאס מיינט אז נישט דו ביסט דיין פעוואריט ניק נאר דער וואס דינגט זיך אויף דיר. אין אנדערע ווערטער - איך.

יאיר » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:07 am

· #243494
דער קאצקער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: מיינע פעיוואריט ניקים זענען נישט די וואס לייקן מיר נאר די וואס לייקענען מיר.

ישמעאל הכהן » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:13 am

· #243495
יאיר
דער קאצקער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: מיינע פעיוואריט ניקים זענען נישט די וואס לייקן מיר נאר די וואס לייקענען מיר.

איך געדענק דאס הערן נאכזאגן פונעם סבא מ'קעלם.

יאיר » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:15 am

· #243496
דער אלטער האט דאס זעט אויס גע'גנב'ט פונעם קאצקער. פונקט ווי ר' יונתן אייבשיץ האט געליינט די מעשיות פון ר' העשיל מלובלין אלס קינד און אלעס נאכגעמאכט.

לעיקוואד » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:15 am

· #243497
יאיר
דאס מיינט אז נישט דו ביסט דיין פעוואריט ניק נאר דער וואס דינגט זיך אויף דיר. אין אנדערע ווערטער - איך.

דו דינגסט זיך מיט מיר?

יאיר » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:18 am

· #243498
ניין, דו דינגסט זיך מיט מיר.

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 10:02 am

· #243542
ביי מיר איז עס יעדן טאג א צווייטן. די לעצטע טאג איז עס געווען א ניק, כ'וועל מודה זיין, כ'האב א שרעקליכע קראש אויף זיין אינטעלעקט און טאלאנט:

@יאיר

איך בין נישט דער פאסיגסטער צו באשרייבן יאיר, מאטי אדער לעיקוואד קענען טוען א בעסערע זשאב, אבער במקום שאין איש, וועל איך געבן די קוש.

משלי יאיר, די אשכול איבער Biopics און הומאר תגובות איבעראל איז עפעס געוואלדיג. דאס איז נאר יאיר פון די לעצטע טאג. איך וויל נישט אנהייבן באשרייבן זיין כאראקטער ווייל איך וועל בלייבן שטעקן מיט א #פארוואסיאירמאטיונבנתהלעיקוואדנהורא חקירה: איז ער א הומאריסט? א ידען? א חכם ונבון? א פאעט? א מאנקי? אן ארטיסט? א חוקר אלקי? אדער א מקובל?

משבק » זונטאג מערץ 22, 2015 1:09 am

· #260371
גנדי

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 22, 2015 3:08 am

· #260394
ישמעאל הכהן
יאיר
דער קאצקער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: מיינע פעיוואריט ניקים זענען נישט די וואס לייקן מיר נאר די וואס לייקענען מיר.

איך געדענק דאס הערן נאכזאגן פונעם סבא מ'קעלם.

אלו ואלו דברי שטותים והבלים. דער הייליגער קאצקער און דער סבא קדישא מ'חעלם...!

סמבטיון » מיטוואך מערץ 25, 2015 11:36 pm

· #261877
מיין באליבסטע ניק איז אפטעמיסט, איך קען זיך ווארפן פאר לאנגע מעניטן נאך ליינען א קארגע צוויי דריי שורות פון דעם פארשוין.

בעל מדות » זונטאג מאי 17, 2015 11:02 pm

· #276133
מיינע פעיווארייט ניק'ס זענען @כוכב @אפטעמיסט און @יואב
נישט דוקא מיין פעיווארייט ניק'ס, נאר אפילו אין ריעל לייף וואלטן אלע פון די דריי געקריגן פון מיר א קיש אין די האנט!

זיי געבן אסאך צו, און זענען מסלתה ומשמנה וואס קאווע שטיבל פארמאגט!

ישמעאל הכהן » זונטאג מאי 17, 2015 11:08 pm

· #276136
מיין דאן-פעיוואריט ניק האט אפגעגופעלט