☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דעקלאראציעס, דעפיניציעס און דיסקלעימערס...!

דעקלאראציעס, דעפיניציעס און דיסקלעימערס...!

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7992

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:25 pm

· #243040
דעקלאראציעס, דעפיניציעס און דיסקלעימערס...!
שמעו נא רבותיי דיינים מומחים... היות איך האב לעצטנס אויפגעמאכט עטליכע, זייער אינטרעסאנטע אשכולות. (At least, in my opinion.)...אבער זיי זענען ליידער איינגעשלאפן אדער פארחלש'ט געווארן. פאר איין סיבה אדער א צווייטע. און ווען איך קוק אויפ'ן סקרין און זעה אז מיינע חידושים און בויך קוועטשענישן רוקן זיך אראפ מטה, מטה. און ווייטער צו שרייבן איבער א נושא וואס דער עולם ווייזט נישט ארויס קיין אינטערעס, האט נישט קיין פשט. אשר על כן בין איך דא מוסר מודעה בפני כל הקהל הקודש הזה. הם ונשיהם וכו'. חוץ די גרושים, צווישן אונז,ל"ע...אז אין סיי וועלכע צייט , אויסער שבת ויו"ט, ווען דער עולם וועט ארויסווייזן באנייטע אינטערעסע, נעם איך מיר די רעכט, נאכאמאל צו שרייבן און דעבאטירן די אלע אויבנדערמאנטע סובדזשעקטס. און איך זאלל נישט קענען אנגעשריגן ווערן אז איך בין מיך מטפל מיט אלטע סובדזשעקטס....
ולהשומעים יונעם ותבוא עליהם ברכת טוב. (קרעדיט: איצא שייגעץ, בשם התאחדות הרבנים דארה"ב, קאנאדא וטשיינע...!(.

הק' בערל בעל עגלה. בן אחר בן מצד אמו מ'בערל בעל עגלה הראשון מ'שאראש פאטאק יצ"ו...!

נ.ב.: ווער ס'האט סיי וועלכע דעקלאראציע, מסירת מודעה אדער דעפיניציע, קען עס דא שרייבן אין דעם אשכול...הנ"ל... 😂

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:30 pm

· #243041
וועלקאם טו דעה קלאב אף אשכולות עפענער.

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:33 pm

· #243043
קודם דארפסטו נישט קיין דעקלאראיע ווייל אויב ווילסטו עפעס צולייגן אינטערסאנט כל הכבוד אונז ווארטען צו הערן!
והשנית והוא העיקר ביידע נעכטיגע אשכולות איז געשטאנען סוף ערשטע תגובה המשך יבא.... האב איך פארשטאנען אז די בעל עגלה דארף מסתמא אפפירן איינעם און ער קומט גלייך צריק איז פארוואס זאל איך מגיב זיין און מען זאל זיך מוטשענען מיט די המשך? איז מפני דרך ארץ האב איך געוואלט לאזן די בעל עגלה אויסרעדן און נאכדעם וועל איך צו לייגן מיינע צוויי צענט.
אבער אויב איז די בעל עגלה פארטיג פאר דערווייל ביז א קומענדיגע מעלדונג גיימיר שוין שרייבן.

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:13 pm

· #243055
חמש בעי''לית בע''ל אותו בערל בע''ל.
# דרא דייסא דירה אלערט.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 8:07 pm

· #243093
מאטי
וועלקאם טו דעה קלאב אף אשכולות עפענער.

מאטי: שקויעך. אבי נישט אשכולות אויפוועקער.... 😂

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 8:10 pm

· #243094
כוכב
חמש בעי''לית בע''ל אותו בערל בע''ל.
# דרא דייסא דירה אלערט.

כוכב: רחמנא ליצלן. לאמיך שנעל לויפן אין מקוה...אוי...ס'איז א פראבלעם. כ'וועל מוזן ווארטן ביז נאך חצות... 🙄

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 8:15 pm

· #243096
לית דין בר נש
קודם דארפסטו נישט קיין דעקלאראיע ווייל אויב ווילסטו עפעס צולייגן אינטערסאנט כל הכבוד אונז ווארטען צו הערן!
והשנית והוא העיקר ביידע נעכטיגע אשכולות איז געשטאנען סוף ערשטע תגובה המשך יבא.... האב איך פארשטאנען אז די בעל עגלה דארף מסתמא אפפירן איינעם און ער קומט גלייך צריק איז פארוואס זאל איך מגיב זיין און מען זאל זיך מוטשענען מיט די המשך? איז מפני דרך ארץ האב איך געוואלט לאזן די בעל עגלה אויסרעדן און נאכדעם וועל איך צו לייגן מיינע צוויי צענט.
אבער אויב איז די בעל עגלה פארטיג פאר דערווייל ביז א קומענדיגע מעלדונג גיימיר שוין שרייבן.

ר' לית דין בר נש: איך וואלט געזאגט אז דו האסט כמעט די מדרגה פון רוח הקודש. ווייל דאס איז טאקע די סיבה פארוואס איך האב מפסיק געווען. ווייל איך האב געדארפט אהיימפיהרן די צאן קדשים פון זייער חעידער...(ניין. איך דרייוו נישט דעם וויזשניצער באס.(.
איך האב שוין א דרעפט פון א המשך אויף יענעם אשכול, וואס איך האב געסעיווט. און איך גיי בלי"נ ממשיך זיין. ייש"כ פאר דערמאנען...!