☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אריגינאלע (אידישע) נעמען פון באקאנטע פערזענליכקייטן!

אריגינאלע (אידישע) נעמען פון באקאנטע פערזענליכקייטן!

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7986

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:26 pm

· #242920
אריגינאלע (אידישע) נעמען פון באקאנטע פערזענליכקייטן!
ס'זענען דא שטארק בארימטע פערזענליכקייטן, אין די וועלט פון שוי ביזנעס אדער פאליטיק וואס כמעט א יעדער איינער פון אונז האט געהערט און געליינט איבער זיי. און אפשר אויך געקענט פערזענליך. אבער די נעמען מיט וועלכע זיי זענען באקאנט, זענען אינגאנצן אנדערש פון זייערע אריגינאלע, און צומאל, אידישע נעמען.
דאס קען אמאל אנדייטן אז ווען זיי זענען אויפגעוואקסן האבן זיי גארנישט געפלאנט צו זיין אדער טון דאס וואס זיי האבן מיט זיך פארגעשטעלט....!

לאמיר אנהייבן מיט דעם ערשטן. גאר א באקאנטער פיגור אין אמעריקע. און אפשר אויך איבער די וועלט. והנה: יידל איציק בן אהרון לייב. איך ווארט מיט געדולד צו זען אדער הערן אויב איינער פון די חשוב'ע ליינערס פון קאווע שטיבל וועט וויסן צו ענטפערן ווער דער מענטש איז, אדער איז געווען?...!

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:31 pm

· #242923
#2

שבתי צימערמאן?

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:33 pm

· #242924
ישמעאל הכהן
#2

שבתי צימערמאן?

ישמעאל הכהן: דו פרעגסט אדער דו ענטפערסט? איך זאג דיר אפן אז איך גיי נאכקוקן. אבער דעם איד'ל וועם איך האב געברענגט, ווערט נישט דערמאנט אין גוגל...!

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:34 pm

· #242925
איך פרעג

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:40 pm

· #242928
ישמעאל הכהן
איך פרעג

גוט: ניתי ספר ווען עך זעה...!

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:41 pm

· #242929
וועןעךזע....

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:43 pm

· #242930
berlbalaguleh
ישמעאל הכהן
איך פרעג

גוט: ניתי ספר ווען עך זעה...!

דער חשוב'ער זינגער באב דילאן ושם אמו ריזל...! שקויעך...!

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:44 pm

· #242931
How did you do it so fast ?

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:49 pm

· #242935
ארבע אני יודע!!!
פררררריקקקקק! דע קרעדיט איז אלל מיין, הדא דכתיב פעטש העלפט.
קרעדיט: אבי מורי (אבער מיט א סטראפ).

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:56 pm

· #242941
כוכב
ארבע אני יודע!!!
פררררריקקקקק! דע קרעדיט איז אלל מיין, הדא דכתיב פעטש העלפט.
קרעדיט: אבי מורי (אבער מיט א סטראפ).
...!
יא. כוכב. איך בין מסכים מיט דיר 100%. נאר אמאל איז די אימתא דציבורא זייער שטארק. איינמאל מ'איז זיך גובר אויף דעם פארט עס זייער גוט, בעז"ה...!
נאך א זאך. ס'קומען אויף צענדליגע סובדזשעקטס איון מיין זיכרון. נאר ביז איך גיי צו צום ענין פארגעס איך רוב פון זיי...!

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:58 pm

· #242945
ישמעאל הכהן
How did you do it so fast ?

דורך "עסק דאט קאם". זיי זענען צומאל א שטיקל פגע. אבער זייער גוט... שקויעך!

שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:03 pm

· #243052
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=4byPTDtdJSM">https://www.youtube.com/watch?v=4byPTDtdJSM</a>

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 7:48 pm

· #243087
שבת אחים
https://www.youtube.com/watch?v=4byPTDtdJSM

שבת אחים: מיין (הייליגער) פילטער בלאקט מיך צייטווייליג צו זעהן יו. טוב....! אפשר קענסטו זאגן פון וואס דארט רעדט זיך?...!

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 7:55 pm

· #243088
קריינא דאיגרתא
איינער ווייסט ווער איסר דניאלאוויטש איז?

U-Kraine de-Igarte: Yes...! Otherwise known as the great actor Kirk Douglas. Father of Michael...!

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 8:00 pm

· #243089
נו, רבותיי: איך וויל זייער שטארק אויסזאגן ווער ס'האט געטראגן דעם חשוב'ן נאמען יידל איציק בן אהרון לייב. נאר איך ווארט, אפשר וועט איינער פון די חשוב'ע ליינערס און שרייבערס אט-ע דא אין קאווע שטיבל וויסן דעם ענטפער. איך גיי ציילן ביז דריי...אנישט וועל איך מוזן ציילן ביז פיהר...! (קרעדיט : יחצאל.(...!

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:58 pm

· #243136
איך זעה אז דער עולם רופטצעך נישט אן, אדער מאכטצעך בכלל נישט וויסנדיג איבער מיין שאלה. "ווער. וועלכער וועלט בארימטער פערזענליכקייט האט געהייסן יידל איציק בן אהרון לייב. אדער ווייל מ'ווייסט נישט. נו, ידענים פון קאווע שטיבל וואו זענט עטץ?...עמיר אנהייבן מיט'ן עלטסטן פון די שבטים:
אנאנים: יידל: יאיר: ונבנתה: שמואל הלוי: שמעקעדיג: אפטעמיסט: לית דין בר נש:ידען:ונבנתה העיר:לעיקוואוד: נקודה החבדי"ת: יין שרף: ...ואת כל האורחים, וכל המתפללים והמסתובבים כאן......!
איך בעט פאראויס איבער דעם וואס פילט זיך געטראפן אז מ'האט איהם נישט אויסגערעכנט צווישן די אינטעלעקטואלן פונ'ם קאווע שטיבל...איך אפעליר צו א יעדן איינעם וועלכער האלט אז ער שטאמט פון אברהם, יצחק ויעקב. אפילו דעם וואס ער שטאמט פון יצחק אדער יעקב'ס ברודער, אויב ער פארשטייט די אשכנזיש-אידישע שפראך, זאל ער ביטע זיך אנרופן. ולמצוה גדולה ייחשב...יישר כח...!

אה.. כ'האב פארגעסן. זיי מיר מוחל אויף דעם עלבון התורה...ישמעאל כהן גדול דו ביסט דאך דער יושב ראש פון פון וועד חכמי השטיבל...סלח לנו מחל לנו כפר לנו...!

chusid » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:18 am

· #243146
נו,,, זאג שוין פאר א גוט יאר...

יין שרף » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:32 am

· #243147
דאכט זיך ערעב עד קאטש יר״ה ע״ה

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:34 am

· #243148
chusid
נו,,, זאג שוין פאר א גוט יאר...

😂 ............................. 🙄

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:39 am

· #243149
יין שרף
דאכט זיך ערעב עד קאטש יר״ה ע״ה

יא. ניו יארק (נישט ניו יארקער) מעגעזין האט אמל געברענגט אן ארטיקל איבער זיין ביאגראפיע. און אז ער הייסט נאך זיין עלטער זיידע. וועלכער איז געווען אן אנפירער פון א אידישע גענג פון וועם א יעדער האט מורא געהאט. און זיי האבן פראטעקטעד די אידן פון די קאזאקן.

אויך. ביי זיין לויה האט דער ראביי פון פיפטה עוו. סינאגאג געמאכט דעם קל מלא רחמים און ר'האט געזאגט...יידל איציק בן אהרון לייב...! שקויעך...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:43 am

· #243163
וועלכער גרויסער שטערן אין די וועלט פון שוי ביזנעס האט אריגינאל געהייסן סטוארט קעניגסבערג.? ער איז א קנאפער חכם. אוןר'האט מיט עטליכע יארן צוריק אפגעטון א מעשה אשר לא ייעשה. און ער איז פארדאמט געווארן דעריבער אפילו דורך די גויים...וכדי בזיון וקצף...!

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:56 am

· #243194
ר' בעל עגלה לאז מיר פליז ארויס פון דער געים איך קען נישט קיינעם פון די אלע שמות נרדפים
איך קען נאר ר' אהרן טייטלבוים ר' זלמן לייב טייטלבוים ר' ישראל הגר ר' מענדל הגר ר' שמואל יעקב קאהן ר' דוד קאהן ר' דוד טווערסקי (2) ר' בן ציון הלברשטאם ר' מרדכי דוד אונגער ר' ברוך שוחט וכו'
ווען די האלטסט ביים רעדן וועגן זייער אריגינעלע (אידישע) נעמען געב מיר א בי"פ.

אבער די גיי אהן איך האף אז צוביסלעך וועל איך זיך אויסלערנען נאך אפאר נעמען!

ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:35 am

· #243205
berlbalaguleh
וועלכער גרויסער שטערן אין די וועלט פון שוי ביזנעס האט אריגינאל געהייסן סטוארט קעניגסבערג.? ער איז א קנאפער חכם. אוןר'האט מיט עטליכע יארן צוריק אפגעטון א מעשה אשר לא ייעשה. און ער איז פארדאמט געווארן דעריבער אפילו דורך די גויים...וכדי בזיון וקצף...!

הילצערנע אלען סטוארט קאניגסבערג.

יין שרף » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:37 am

· #243206
berlbalaguleh
וועלכער גרויסער שטערן אין די וועלט פון שוי ביזנעס האט אריגינאל געהייסן סטוארט קעניגסבערג.?
ער האט געהייסן אלען סטואווערט (Stewart) קוניגסבורג...
berlbalaguleh
ר'האט מיט עטליכע יארן צוריק אפגעטון א מעשה אשר לא ייעשה. און ער איז פארדאמט געווארן דעריבער אפילו דורך די גויים...וכדי בזיון וקצף...!
אפילו דורך גוים, אדער נאר דורך גוים? אידן פארדאמען נישט אזעלכע אקטן...
-------
קאפקע האקט

shem-tov » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:02 am

· #243214
לית דין בר נש
ר' בעל עגלה לאז מיר פליז ארויס פון דער געים איך קען נישט קיינעם פון די אלע שמות נרדפים
איך קען נאר ר' אהרן טייטלבוים ר' זלמן לייב טייטלבוים ר' ישראל הגר ר' מענדל הגר ר' שמואל יעקב קאהן ר' דוד קאהן ר' דוד טווערסקי (2) ר' בן ציון הלברשטאם ר' מרדכי דוד אונגער ר' ברוך שוחט וכו'
ווען די האלטסט ביים רעדן וועגן זייער אריגינעלע (אידישע) נעמען געב מיר א בי"פ.

אבער די גיי אהן איך האף אז צוביסלעך וועל איך זיך אויסלערנען נאך אפאר נעמען!

shem-tov » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:05 am

· #243216
Mr. Macys.
ווער ווייסט פארוואס סהייסט אזוי

shem-tov » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:06 am

· #243217
ווייל ער האט געהייסן משה און ער האט געריפן זיין געשעפטל מעישעס

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:47 am

· #243227
לית דין בר נש
ר' בעל עגלה לאז מיר פליז ארויס פון דער געים איך קען נישט קיינעם פון די אלע שמות נרדפים
איך קען נאר ר' אהרן טייטלבוים ר' זלמן לייב טייטלבוים ר' ישראל הגר ר' מענדל הגר ר' שמואל יעקב קאהן ר' דוד קאהן ר' דוד טווערסקי (2) ר' בן ציון הלברשטאם ר' מרדכי דוד אונגער ר' ברוך שוחט וכו'
ווען די האלטסט ביים רעדן וועגן זייער אריגינעלע (אידישע) נעמען געב מיר א בי"פ.

אבער די גיי אהן איך האף אז צוביסלעך וועל איך זיך אויסלערנען נאך אפאר נעמען!

לית דין בר נש: גוט. איך נעם אן דיין אפפער. כ'עלל דיך פרעיגן א גרינגע שאלה. אויך א נאמען פון א נרדף. דער געוועזענער פאפא'ער רבי, שליט"א וואס איז שוכן כבוד אין בארא פארק. וויאזוי הייסט ער?...!

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:51 am

· #243228
יוסף מנחם
וואס הייסט גיוועזנע? ער איז מער נישט?

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:52 am

· #243229
יין שרף
berlbalaguleh
וועלכער גרויסער שטערן אין די וועלט פון שוי ביזנעס האט אריגינאל געהייסן סטוארט קעניגסבערג.?
ער האט געהייסן אלען סטואווערט (Stewart) קוניגסבורג...
berlbalaguleh
ר'האט מיט עטליכע יארן צוריק אפגעטון א מעשה אשר לא ייעשה. און ער איז פארדאמט געווארן דעריבער אפילו דורך די גויים...וכדי בזיון וקצף...!
אפילו דורך גוים, אדער נאר דורך גוים? אידן פארדאמען נישט אזעלכע אקטן...
-------
קאפקע האקט

יין שרף: נחום ראזנבערג דער צדיק הדור, יא.... 🙄

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:57 am

· #243230
לית דין בר נש
יוסף מנחם
וואס הייסט גיוועזנע? ער איז מער נישט?

לית דין בר נש: דו ביסט נאר 50% גערעכט. וויאזוי קען ער הייסן יוסף אז זיין טאטע האט געהייסן אזוי...ער הייסט כ"ק מיר-ן אדמו"ר
הרה"צ הגה"ק ר'' ישראל מנחם גרינוואלד שליט"א...!

ער הייסט "געוועזענע" ווייל זיין ברודער'ס חסידים האבן דאך איהם אונטערגעריקט זייער א מיאוס שפיצל, וואס איז געווען באגלייט מיט א גרויסן חילול השם,כדי איהם צו באגראבן, ווייל ער איז קלוגער פון זייער רעבע שליט"ע.... 🙄 ....!