☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » עקסקלוסיוו: 'דער איד' און 'בלאט' ארויסצוקומען 'יעדן' מיטוואך

עקסקלוסיוו: 'דער איד' און 'בלאט' ארויסצוקומען 'יעדן' מיטוואך

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7976

ישמעאל הכהן » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:34 pm

· #242706
עקסקלוסיוו: 'דער איד' און 'בלאט' ארויסצוקומען 'יעדן' מיטוואך
EXCLUSIVE

מיינע קוועלער גיבן איבער אז דער איד און בלאט וועלן (צוריק, אין דער איד'ס פאל) אנהויבן ערשיינען יעדן מיטוואך אנשטאט ווי ביז איצט, דאנערשטאג. די קומענדיגע צוויי וואכן דארף צו הייסן א טריי-אוט צוליב די גוי-שע חגאות. אבער לויט ווי מיינע שפיאנען דערציילן וועט דאס זיין פערמאנאנט.

דער איד פלעגט ארויסקומען יעדן מיטוואך צוזאמען מיט 'די צייטונג' און אלע אנדערע ענגלישע דזשואיש צייטונגען. אבער ווען די בלאט איז ארויסגעקומען און ערשינען יעדן דאנערשטאג, פלעגן זיי נאכשרייבן פונעם איד און אפילו קאפיען עדס... דער בלאט האט אויך געהאט דעם עדווענטעדזש פון האבן מער אפדעיטס און לעצטערע נייעס פון מיטוואך וואס דער איד האט שוין נישט געקענט האבן, ארויסקומענדיג א טאג פריער. האט דער איד עטליכע יאר דערויף בלית ברירה אנגעהויבן ארויסקומען דאנערשטאג.

די בענעפיטן פון האבן שפעטערע נייעס איז שוין היינט נישט וואליד ווען רוב מענטשן ליינען נייעס אנליין צו אנדערע פלעצער, כמעט נישטא ווער ס'ווארט פאר די צייטונגען צו זען די נייעס.

ארויסקומען מיטוואך האט יא פארדינסטן, אז ס'ליגט לענגער און פריער אויף די שעלווס, ס'דא משפחות וואס מאכן פריער דעם וועכנטליכן ארדער און מ'נעמט וואס ס'איז דא. אויך איז דא מער צייט ס'זאל אנקומען און ווייטערע ערטער, דאס וועט זיכער הייבן די סירקולעשען.

אליינס האט קיינער נישט געוואלט מאכן דעם טויש, האבן ביידע צווישן זיך איינגעגאנגען אויף מיטוואך.
ימים ידברו.

נח בער » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:38 pm

· #242708
דער געדאנק איז א גוטער, און דער פארלירער וועט ווארשיינליך זיין די צייטונג וואס אויב די פארטיי'אישע קונים פון די צוויי סאטמארע בלעטער וועלן האבן אן אויסוואל, וועלן זיי לאזן דעם 'נייעס באריכט' אויף די שעלווס.

איש את רעהו » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:41 pm

· #242709
די נייעס באריכט מאכט לעצטענס אסאך ספעשל אפטיילונגען ביי יעדע געשעהניש רען זיין דאס הייבט זיין ראטע ביים ציבור.

petergrifin » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 3:00 pm

· #242716
If the move to Wednesday is in part of more sales and a larger readership why not start printing something say on Monday or even a daily edition?

יואליש » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 10:11 pm

· #242807
דער איד פלעגט ערשיינען דאנערשטאג. צוליב 'די צייטונג' האט זי זיך געריקט צו מיטוואך. שפעטער צוליב דער בלאט, ווי שוין ערווענט אויבן, האט זי זיך צוריקגעריקט צו דאנערשטאג.

signout » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:30 am

· #242884
ישמעאל הכהן
EXCLUSIVE

מאבער ווען די בלאט איז ארויסגעקומען און ערשינען יעדן דאנערשטאג, פלעגן זיי נאכשרייבן פונעם איד און אפילו קאפיען עדס... דער בלאט האט אויך געהאט דעם עדווענטעדזש פון האבן מער אפדעיטס און לעצטערע נייעס פון מיטוואך וואס דער איד האט שוין נישט געקענט האבן, ארויסקומענדיג א טאג פריער. האט דער איד עטליכע יאר דערויף בלית ברירה אנגעהויבן ארויסקומען דאנערשטאג.

.
אינטערסאנט איז דעמאלט געווען, אז דער בלאט האט נישט געהאט קייין 1 עד ווייניגער ווי א וואך בעפאר אפילו זיי האבען שוין נישט געקענט קאפיען, נאר עמיר מוזן אננעמן אז ישמאל גלייבט יעדע ווארט וואס דער איד פארציילט, עניוועי אינערסאנט אז דער איד האט אויפגעגבן די מערכה קעגן די בלאט אין זיי ארבייטן צוזאמען, די איינציגסטע וואס קען מעגליך ליידען דערפון איז די צייטונג

signout » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:35 am

· #242890
נאך א זאך וואס גייט געשעהן איז אז אויף שבת עמיר שוין נישט האבען וואס צו ליינען (אויב מ'האט ביז יעצט יא געהאט)

בשבילי! » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:37 am

· #242893
ר' איד איר האט פארבלאנדזשעט

צימעס >>>>

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:18 pm

· #242916
נח בער
דער געדאנק איז א גוטער, און דער פארלירער וועט ווארשיינליך זיין די צייטונג וואס אויב די פארטיי'אישע קונים פון די צוויי סאטמארע בלעטער וועלן האבן אן אויסוואל, וועלן זיי לאזן דעם 'נייעס באריכט' אויף די שעלווס.

די צייטונג האט זיך זיינע מעלות וואס די אנדערע טון נישט ערפילן, איך האלט אז אירע ליינער די וואס קויפן עס בשיטה זענען מער אינטעליגענט.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:39 pm

· #242927
העי, שאץ נישט אונטער אונזער אינטעליגענץ!!....
איך וואלט געזאגט, נישט מער אינטעליגענט בעצם, נאר בנוגע זשורנאליזם.

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:54 pm

· #243050
קענסט אפשר לייגן א בילד פונעם מעלדונג דא?

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:41 pm

· #244648
signout
נאך א זאך וואס גייט געשעהן איז אז אויף שבת עמיר שוין נישט האבען וואס צו ליינען (אויב מ'האט ביז יעצט יא געהאט)

וועט מען זיך מוזן צוריק נעמען לערנען חומש רש"י מיט מפרשים, און גמ' ותוס'...!

שעפטל » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:48 pm

· #244650
אויב האבן זיי דאס אריינגעלייגט אינעם בריוון אפטיילונג.. און פונעם ענטפער קוקט אויס אז ס'וועט פארבלייבן אויף מיטוואך.

די שאלה איז נאר וואס דער בלאט וועט טוהן. פון איין זייט זאגן די געשעפטן אייגענטומער אז מיטוואך איז גאר א שטארקע טאג פאר שאפינג פאר שבת, און ארויסקומען מיטוואך קען זיי צוברענגן פרישע קליענטן, אבער ס'קען זיין אז דער בלאט וועט שפירן אז זייערע קליענטל קויפט זיי מילא פאר סיי וואספארא סיבה.. וועלן זיי בלייבן אויף דאנערשטאג און אינאיינוועגס פריש פארכאפן געוויסע העדליינס וואס עס געשעהט פון דינסטאג נאכט ביז מיטוואך נאכט, און ס'נעקסטע וואך וועט דאס זיין אויסגעדראשענע נייעס פארן איד עס ארויסצולייגן (ווי עס איז געווען בעפאר דער איד האט געטוישט צו דאנערשטאג)

עניוועיס, ווי לאנג די מעלות פארשפעטיגט נישט ארויסצוקומען ראש חודש איז מיר גארנישט נוגע איבער טוישינגן פון אנדערע!

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:24 pm

· #244680
berlbalaguleh
signout
נאך א זאך וואס גייט געשעהן איז אז אויף שבת עמיר שוין נישט האבען וואס צו ליינען (אויב מ'האט ביז יעצט יא געהאט)

וועט מען זיך מוזן צוריק נעמען לערנען חומש רש"י מיט מפרשים, און גמ' ותוס'...!


דארט ווי מ'ליינט די צייטונגען איז נישט אויסגעהאלטן אריינצוברענגן א חומש

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:28 pm

· #244686
אבער לויט דעם חשבון איז דאך זייער גוט. ווייל בעצם יום השבת קודש יושב'ט מען נישט אזוי סאך ווי מוצש"ק און זונטיג. אמאל איז עס א יומא אריכתא וואס פארציהט זיך פון מוצ"ש אויף זונטיג... 😂

ישראל קאפקע » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:13 pm

· #244789
[ציטאט אראפגענומען]

נישט אזוי קרום, גיב א קוק אויפן דעקל.
📎 IMG_20141231_183638-1.jpg

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 9:46 pm

· #244859
📎 image (2).jpg

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 9:48 pm

· #244860
יא ס'שטייט טאקע אז אנגעהויבן קומענדיגע וואך וועט עס צוריקגיין צום געהעריגן סקעזשועל, אבער איך צו נאך נישט צוריק... עווענטואלי וועט עס גיין צו מיטוואך.

petergrifin » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:01 pm

· #244865
איך מײן אז זײער חשבון ארבײט גוט. לעצטע פרײטאג בערך חצות האט כולל גראסערי שוין נישט געהאט ״דער איד״ אדער ״דער בלאט״.

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:31 pm

· #244876
אויב וואלט איך געהאט אביסעלע מער גאטס וואלט איך געזאגט אז זיי שפילן דא א געים מיט אונז, ס'פאסט זיי נישט אז מיר האבן עס געליעקט דא אין ק"ש וואכן פריער ווי זיי האבן געפלאנט עס צו מעלדן (אויב בכלל מעלדן... אזוי ווי ראובן האט שוין אויבן געשריבן) וועלן זיי יעצט אונז פראוון ראנג.
היות איך האב אבער נישט דעי גאטס, האב איך גארנישט געזאגט.