דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #7953
11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7953
עס איז לכאורה נישט פארהאן נאך איין פיוט ואס האט דערויף אזוי פיל פשט דריש רמז סוד ווי די פיוט הנירות הללו, על כן נעם זיך קיקן וועסטו פארשטיין, איך וואלט דיר מייעץ געוועין אלס א גיטע התחלה, הייב אן מיטן ספר דברי יואל ספעציעל אויף חנוכה ותמצא נחת, ער פרעיגט גענוי דיינע קשיות, ועוד נאך הארבע קשיות וואס דיר איז נישט איינגעפאלן ווי די קשיה פון בית יוסף, און פארענטפערט עס צעיהליגע מאל, ואין בדומה לו.
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=28494&st=&pgnum=5">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=5</a>
[ציטאט אראפגענומען]
בפשטות וויבאלד דער ווארט איז דאך פרסומי ניסא האט א מקום מזאל מסביר זיין אז דאס איז דער טעם און דער נס וואס מען צינדט די לעכט, וויבאלד אן א הסבר איז דאך נישט קלאר וואס די לעכט זענען מפרסם בכלל. עס איז נישטא נאך מצוות וואס זענען משום פרסומי ניסא און פאדערן א הסבר.
אנאנים: ייש"כ פאר די הערליכע הערות און הארות איבער דעם ענין פון הדלקת נר חנוכה. נאר איין קליינע נקודה וועל איך מעורר זיין. פון דעם וואס מ'זאגט הנרות הללו אנו מדליקין איז נאכנישט קיין ראיה אז מ'דארף צינדן כמהדרין מן המהדרין. ווייל דער לשון רבים קען ארויפגיין אויף אלע אידן...!
[ציטאט אראפגענומען]
[/quote]י"ל אנו קאי על כלל היהודים שמדליקים, נישט נאר דער בעל הבית וואס צינדט עם בני ביתו. דאי לא תימא הכי, מי שגר לבדו ומדליק וכי אינו אומר אנו מדליקים.
'
און די ערשטע נאכט זאגט מען נישט הנרות הללו? רק דקאי אנרות דעלמא.
ונבנתה העיראון די ערשטע נאכט זאגט מען נישט הנרות הללו? רק דקאי אנרות דעלמא.
ונבנתה העיר: ייש"כ. אבער זינט /זייט דער בעל נקודה החבדי"ת איז אריינגעקומען דא אין שטעטל, ווייס איך שוין נישט וועלכער ליובאוויטשער רבי נ"ע ביסט דו און וועלכער איז ער. איך האלט אז מ'דארף, אן א דין תורה מאכן עפעס א פשרה און א סימן היכר אז דער עולם זאלל זיך נישט טועה זיין... 😂
[ציטאט אראפגענומען]
אולי קען עס אויך אביסל פארענטפערן א קושיא וואס איז לכאורה מרפסין איגרא, ווי אזוי קענען זיך אמוראים קריגן אויב מותר להשתמש לאורה אדער אסור, ווען אין די ברייתא דמס' סופרים שטייט קלאר ואין לנו רשות להשתמש בהן.
איך מיין אז הללו איז א לשון נוכח
ענייני דיומא