☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מהר''א מיידל שולע בילדינג פארשלאסן

מהר''א מיידל שולע בילדינג פארשלאסן

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7940

בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 5:29 pm

· #241849
מהר''א מיידל שולע בילדינג פארשלאסן
עפעס קומט פאר מיט די ספענסער בילדינג וואס האט גענומען צונבויען צוויי וואכן און קוואטירט די אהרונמ'ס מיידל שולע. די DOB האט געטראפן מערערע ווייאלעשענס.
איין באריכט זאגט אז באאמטע אין די DOB זענען געווארן משוחד צו לכתחילה פארקוקן, און ס'ווערט ערוטארטעט ארעסטן ח''ו, לאמיר האפן אז ס'נישט אמת.

signout » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 5:36 pm

· #241850
מען רעדט פין א טיפיקעל ''מסירה'' קעגן צד מהר''א מאכט זיך יעדן שני וחמישי, חוץ בערך 5-10 קלאסען איז שוין אלעס מסודר <a class="postlink" href="http://a810-bisweb.nyc.gov/bisweb/OverviewForComplaintServlet?requestid=2&vlcompdetlkey=0001815056">http://a810-bisweb.nyc.gov/bisweb/Overv ... 0001815056</a>

ראש המדברים » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 8:31 pm

· #242250
[ציטאט אראפגענומען]


ווען צען אינספעקטערס קומען אריין אין א בילדינג און זיי גייען גראד צו צו 2-3 צימער וואס האבן ווייאלישענס, נישט זיי זוכן ארום אין די בילדינג, נאר זיי קומען מיט א גרייטע זאך ווי איז דא די ווייאלעשינס איז עס מ-ס-י-ר-ה

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 11:31 pm

· #242283
גערעכט.
און טאקע דאס איז די גרעסטע באווייז אז די מסירה איז געקומען פון אן אינסיידער וואס איז ווארשיינדליך ברוגז אויף די הנהלה

בשבילי! » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 10:20 am

· #242337
אין גאס האט מען טאקע געשמועסט אז ס'איז א אינסייד מסירה דורך איינעם ג.ש.

דריידל » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 2:08 pm

· #242381
אינטערסאנט, ווייל און מקוה האט מען גאר געשמועסט אז צ.א.ג. (געוועזענע שוואגער פון י.ר.) איז ביהיינד איט.

קאסטנער » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 11:33 pm

· #242571
דריידל
אינטערסאנט, ווייל און מקוה האט מען גאר געשמועסט אז צ.א.ג. (געוועזענע שוואגער פון י.ר.) איז ביהיינד איט.


קענענדיג צ.א. פערזענליך אין אלס א נאנטער ידיד זיינער קען איך מעיד זיין אז עס איז סתם הוצאת שם רע, ער האט מיט דעם גארנישט.

פלעין יודיש » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 7:42 am

· #242616
לויט ווי איך האב געהערט פון א קראנטע מקור האט ז.ע.נ. דאס איבערגעגעבן פאר צ.ש., און פון דארט איז דאס שוין געפארן פון מויל צו אויער ביז ק.ד.כ. האט דאס דערשמעקט און גלייך אינפארמירט ל.ס.ף וואס האט גלייך געהייסן ט. פארמאכן דו פלאץ

קאסטנער » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 9:46 am

· #242626
פלעין יודיש
לויט ווי איך האב געהערט פון א קראנטע מקור האט ז.ע.נ. דאס איבערגעגעבן פאר צ.ש., און פון דארט איז דאס שוין געפארן פון מויל צו אויער ביז ק.ד.כ. האט דאס דערשמעקט און גלייך אינפארמירט ל.ס.ף וואס האט גלייך געהייסן ט. פארמאכן דו פלאץ


אין אלע פין זיי געהערן צום צד שכנגד - ווי פארשטענדליך...

שושן פורים » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 8:37 am

· #242869
לויט מיין אינפארמאציע געהערט פון א גאר קראנטע מקור האט זיך עס אנגעהויב ביי א מיטינג פון די הנהלה רוחני וגשמי ווען א.מ.פ.ג האט זיך צעאמפערט מיט ל.מ.ע.א און וויפיל א.ש.פ.ג. האט פרובירט שלום צו מאכן האט מ.י.ל.פ. זיך אריינגעמישט און אלעס צושטערט, צום סוף האט א.מ.פ.ג. געשיקט ל.א.ל זאל ארויסכאפן די בילדינג פלען פון ק.מ.ע.'ס לעדל וועלכע האט עס איבערגעגעבן פאר ש.ד.פ.א. וועלכע איז גלייך געלאפן דערמיט צו די סיטי, און די רעסט איז היסטארי

קאסטנער » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:27 am

· #242902
שושן פורים
לויט מיין אינפארמאציע געהערט פון א גאר קראנטע מקור האט זיך עס אנגעהויב ביי א מיטינג פון די הנהלה רוחני וגשמי ווען א.מ.פ.ג האט זיך צעאמפערט מיט ל.מ.ע.א און וויפיל א.ש.פ.ג. האט פרובירט שלום צו מאכן האט מ.י.ל.פ. זיך אריינגעמישט און אלעס צושטערט, צום סוף האט א.מ.פ.ג. געשיקט ל.א.ל זאל ארויסכאפן די בילדינג פלען פון ק.מ.ע.'ס לעדל וועלכע האט עס איבערגעגעבן פאר ש.ד.פ.א. וועלכע איז גלייך געלאפן דערמיט צו די סיטי, און די רעסט איז היסטארי


יאפ ליידער ליידער! אזוי גייט עס, קודם מסר'ט מען נאר אויפן צד שכנגד אין דערנאך אפילו אויף די אייגענע, רח״ל

signout » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:33 am

· #242903
אינטערסאנטער איז די קוואל פין אלע 'אייגענע' קומט פין צד מהרז''ל (אויפן גנב'ס קאפ...)

קאסטנער » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:46 am

· #242911
signout
אינטערסאנטער איז די קוואל פין אלע 'אייגענע' קומט פין צד מהרז''ל (אויפן גנב'ס קאפ...)


פארוואס טאקע נישט פין די קוואל פין די ארונים? Lol

(האסט עס מסתם נישט געמיינט ערענסט #דן לכף זכות.)

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 1:15 pm

· #258264
פלעין יודיש
לויט ווי איך האב געהערט פון א קראנטע מקור האט ז.ע.נ. דאס איבערגעגעבן פאר צ.ש., און פון דארט איז דאס שוין געפארן פון מויל צו אויער ביז ק.ד.כ. האט דאס דערשמעקט און גלייך אינפארמירט ל.ס.ף וואס האט גלייך געהייסן ט. פארמאכן דו פלאץ

פלעין יודיש: דו ביסט גוט...! איינער פעלט דא פון די חבורה...ק.ג.ב. דער שוואגער פון פ.ב.י.... 😂

שמעון וואלף » פרייטאג מערץ 13, 2015 4:23 pm

· #258488
אז בערעלע האט שוין ארויסגעברענגט דעם אשכול וויל איך נאר מוסיף זיין אז ס'איז מסתבר אז דאס האט געהאט שייכות מיט די ארעסטן פאריגע חודש ווי עטליכע בילדינג דעפט. איינגעשטעלטע זענען געווארן אנגעקלאגט אויף קארופציע. ווי ס'איז דעמאלטס געווארן באריכטעט, האט מען געהאלטן אן אויג אויף די חברה איבער א יאר. ס'איז שווער צו גלייבן אז די בנין איז געבויט געווארן כשר'רהייט ווייל ס'איז פערטיג געווארן אין עטליכע וואכן.
אז מ'שטעלט צאם איינס מיט איינס = ???