☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » Exercise

Exercise

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #794

משה רוקח » דאנערשטאג יוני 7, 2012 3:29 pm

· #16649
Exercise
העלא מיינע פרענדס!

איך דארף אביסל הילף. איך וויל אנהייבן טוהן עקסערסייז אינדערהיים כדי זיך צו בויען די מוסקלען (איך האב נישט קיין געלט פאר קיין דשזים)
אזויווי איך האב נאך קיינמאל נישט געטוהן דערין, האב איך געזוכט און געטראפן אנליין אזא סייט וואס העלפט צו פאר זייער ביליג.
פאר איך צאל דערפאר וויל איך וויסן אויב איינער ווייסט עפעס אינפארמאציע אויף דעם סייט און אויב עס איז פארלעסליך.

טענק יאא ווערי מאטש מיי האלי בראדערס!

נולד מאוחר » דאנערשטאג יוני 7, 2012 10:01 pm

· #16767
איך ווייס נישט וועגן די סייט, אבער מיין עקספירינס איז אז מ'דארף זיין זייער devoted כדאי צי מצליח זיין.
איך דארף כסדר זיין איבערשפילן די ווערטר וואס מיינע מגיד שיעורם
פלעגן שרייען אנפאנג זמן וועגן התמדה. כדי אנציגיין מיט א פעסקייט.שוץ אויב די עקסערסייס איז מלובש אין אן הנאהדיגע ספורט, שווימען, בייקען, באלל. פארשטייט זיך די זאכן זענען פארבינדין מיט ערענסטע איסורם, סאסייעטיי איסרום.

ניו יארק » פרייטאג יוני 8, 2012 12:49 am

· #16783
א ברכה קען קיינמאל נישט שאטן!
הצלחה

דבילה » פרייטאג יוני 8, 2012 12:51 am

· #16784
דער ביכל איז מן הסתם ביליגער

<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/The-Mens-Health-Book-Exercises/dp/1605295507/ref=sr_1_1?s=books&ie=UTF8&qid=1339131045&sr=1-1">http://www.amazon.com/The-Mens-Health-B ... 045&sr=1-1</a>

קרעקער » פרייטאג יוני 8, 2012 2:18 pm

· #16879
האט איינער עקספיריענס וואסערע עקסערסייז איז גיט פאר א הויכען דארען מענטש וואס האט זעך אנגעזאמעלט א שטיקעל בייכעל דאס אראפצינעמען.?
קען עקסערסייז העלפען פאר דעם? אדער נאר פאסטען אין דייעטען?

קרעקער » זונטאג יוני 10, 2012 9:04 pm

· #17164
העלפטס ארויס

איחוד פעלד » זונטאג יוני 10, 2012 11:33 pm

· #17187
Re: Exercise
דאס איז זיכער אז פין עקסערסייז אליין און עסען וואס די ווילסט ועסטו נישט פארלירען.
א דייעט אליין איז מעגליך עס וועט העלפען, מיט עקסערסייז איז נישט מסתבר עס זאל נישט העלפען.


Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

איך אויך » מאנטאג יוני 11, 2012 7:42 am

· #17212
פאר איך בין מגיב וויל איך קלארמאכן דער פותח האשכול רעדט נאר פון בויען מוסקלען אדער אויך פארלירן וואג? עס איז בעצם א שטיקל תרתי דסתרי.

משה רוקח » מאנטאג יוני 11, 2012 11:28 am

· #17245
נאר צו בויען די מוסקלען. איך דארף נישט פארלירן וואג.

דבילה » מאנטאג יוני 11, 2012 1:23 pm

· #17263
איך אויך
פאר איך בין מגיב וויל איך קלארמאכן דער פותח האשכול רעדט נאר פון בויען מוסקלען אדער אויך פארלירן וואג? עס איז בעצם א שטיקל תרתי דסתרי.


בויען די מוסקלען הייבט די מעטאבאליזם פי כמה אזש חלב נעכר ונעשה מוסקלען... אבער אויב די מענטש עסט נישט גענוג פראטין און ער ארבעט אריין, ווערן די מוסקלען זעלבסט אויפגעגעסן פונ'ם גוף. בקיצור, אויב הייבסטו אן הארעווען, איז שטארק מסתבר אז דיין בייכל פון חלב 'עט נעלם ווערן, אבער וואג 'עט נישט אראפגיין.

איחוד פעלד » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 8:36 pm

· #55623

איחוד פעלד » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:36 pm

· #55655
דיע sl squats קען איך בשום אופן נישט מאכען, אפילו די וועג אראפ.