☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » אשכול אן א טיטל #7936

אשכול אן א טיטל #7936

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7936

— » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:33 am

· #241705

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:54 am

· #241733
פועל גרופ באקומט עפעס שדכנות געלט אויב איימיצער באקומט א דזשאב דורך זיי?

שעפטל » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:13 pm

· #241786
כפי שמועתי ניטאמאל לעבט אזא קאמפעני ווי פאול גרופ. גערעדט מיט אפאר אינגעלייט וואס זיענען צו זיי געגאנגן און נאכן האבן א ברייטפארכטיגע אינטערוויו מיטן הויעכגעשעצטן סי אי או חיים דוד דעסער, און זיין מענעדזשער יאקאבאוויטש האט זיך אלעס דארט געענדיגט...
פון זיי לעבן איז מיר א גרעסערע חידוש

לעמיל » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:13 pm

· #241807
איך ווייס פון אפאר אינגעלייט וואס ער האט צוגעשטעלט דשאבס

שמערל » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:20 pm

· #241809
און איך האב פערצופאל די וואך געהערט אין בית מדרש א בעלבאס דערציילן איבער א נייע ארבייטער וואס ער האט גענומען ביי פועל.

שעפטל » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:09 pm

· #241827
אז מ'ווייסט ווייסט מען.
איך צוה צוריק.

כה לחי בעלי פאול!

petergrifin » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:34 pm

· #241893
מיט די נאמבערס וואס מען קען פארדינען דא מיין איך אז ס'איז שוין צייט פאר מיך צו גיין און
קאמפעטישען מיט מיין באלעבאס. די העכערע נאמבערס גייט ער קיינמאל נישט צאלן סא
איטס טיים טא מאוו אן.

Big Boy » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:33 pm

· #242006
לעמיל
איך ווייס פון אפאר אינגעלייט וואס ער האט צוגעשטעלט דשאבס


I know of one as well

חקרן » מיטוואך אפריל 29, 2015 4:31 pm

· #270971
איך זוך די נומער פון די פאול גרופ

ישמעאל הכהן » מיטוואך אפריל 29, 2015 4:34 pm

· #270972
718-852-1822

חקרן » מיטוואך אפריל 29, 2015 4:48 pm

· #270979
יישר כח.

נופת צופים » מיטוואך אפריל 29, 2015 7:10 pm

· #271029
פועל גרופ ארבעט אזוי. א באלעבאס צאלט זיי פראצענט פאר'ן טרעפן אן ארבייטער. די ארבייטער דארף גארנישט צאלן. זיי דילען נאר מיט פראפעשענאלס,נישט קיין כולל אינגעלייט

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 29, 2015 11:46 pm

· #271131
שמערל
און איך האב פערצופאל די וואך געהערט אין בית מדרש א בעלבאס דערציילן איבער א נייע ארבייטער וואס ער האט גענומען ביי פועל.

לאמיר רעדן א יאר שפעטער מיט די ארבייטערס און די ארבעטס געבערס וועלכע האבן געהאנדלט מיט פועל...!

טמיר » זונטאג אקטאבער 25, 2015 2:37 pm

· #306078
א חבר האט מיך געבעטן ארויפצולייגן אויף ק"ש:

געוואלדיגע אפערטוניטי פאר א אינגארמאן מיט social skills און א כמעשה'דיגע ענגליש.

געזיכט א סעילסמאן וואס קען אנקניפן גוטע באציאונגען מיט property managers/owners.

Compensation will be either 50% of profit or high commission of what costumer pays (depends on quality of customer and job). It's open for discussion).

ביטע קאנטאקטן אין אישי.

שבת אחים » זונטאג אקטאבער 25, 2015 3:11 pm

· #306084
איך בין עוועילעבעל אין די צייט וואס איך בין נישט פארנומען ליינען די נייעס שרייבן אויף ק"ש אויסהערן קול מבשר לערנען בעיון קאסובע תורות אין די 'הגיבורים', נאכן מאכן התבודדות הכנות און זאגן דעם יום תהלים אז בערני בן סענדארס זאל געוואונען... אלל דזשאוקס אסייד, איך האב הנאה אז ס'איז נאך דא דזשאב אפפערטוניטס עוועילעבעל, איך האף זאלסט מצליח זיין און טרעפן די ריכטיגע ארבעטארער.
😃

טמיר » זונטאג אקטאבער 25, 2015 5:25 pm

· #306107
ער הייערט סיי ווי נישט קיין דעמאקראטן, ער גייט פאר די 1%

טמיר » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 10:51 pm

· #307253
טמיר
א חבר האט מיך געבעטן ארויפצולייגן אויף ק"ש:

געוואלדיגע אפערטוניטי פאר א אינגארמאן מיט social skills און א כמעשה'דיגע ענגליש.

געזיכט א סעילסמאן וואס קען אנקניפן גוטע באציאונגען מיט property managers/owners.

Compensation will be either 50% of profit or high commission of what costumer pays (depends on quality of customer and job). It's open for discussion).

ביטע קאנטאקטן אין אישי.

זענט אויס ווי יעדער איז שוין מסודר מיט א דזשאב. טא וואס רעדט מען זיך אפ די סיסטעם?

שבת אחים » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 4:26 am

· #307298
האסטוך געזאגט ער הייערט נישט קיין דעמאקראטן און ביי די ריפובליקאנער איז דאך כמעט א יעדער וואס זוכט א דזשאב פארנומען מיט לויפן פאר פרעזידענט. און פון דא איז געדרינגען אז רוב ק"ש ליינער זענען דעמקראטען, נישט אזוי?