☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די אונטערשטע שורה איר קענט מאכן 100 אלפים

די אונטערשטע שורה איר קענט מאכן 100 אלפים

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7934

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:53 am

· #241649
די אונטערשטע שורה איר קענט מאכן 100 אלפים
פאר the bottom line, ליינט טאקע די אונטערשטע שורה גאנץ אונטן.

@יאיר @לעיקוואד איך קען נוצן די מעשר, ביטע. אויב ס'געלונגט אייך...

📎 rps20141218_014913.jpg

לעיקוואד » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:22 am

· #241652
איך געב הונדרעט טויזנט דאלר פאר ווער עס טרעפט מיר דער 'אינטרנעט' וואס צווינגט איינער מסתכל זיין בעריות. נו גייטס טרעפסט מיר עס.

לעיקוואד » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:36 am

· #241653
שטייצעך במזיד איז נישט מותר ראיות אסורות לצורך פרנסה, אבער כשצריך להיות במקום נסיון לצורך הייסט דאס אן אונס כמבואר בסוגיא דבבא בתרא שהביא בעצמו, והדין שצריך למסור כל ממונו שלא לעבור על מל''ת היינו במזיד כשיכול לא כשצריך ליכנס למקום נסיון ונכשל לאונסו, שאז הוי הצורך היתר מבורר להכניס עצמו לנסיון מההוא דליכא דרכא אחרינא ועוד מקורות רבים ודרכו של עולם.
יעצט אז איינער איז מצליח דאס משכנע זיין פאר דער עמהארץ וטיפש זאג איך עם צו האלב פון דער ריווח.

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:18 am

· #241658
אנטשולדיגט, כ'בין פארנומען. כ'האלט נאך אינמיטן שרייבן א בירור אויפצואווייזן אז מען מעג גיין א שייטל.
אבער אז מ'רעדט שוין, איך האב געטראפן עפעס א גמרא, גראדע אויך אין בבא בתרא, וואס שטייט דארט אז אין אדם ניצול בכל יום מהרהור עבירה. זאג דעם מחבר פון דעם בלעטל ער זאל זיך נעמען דאס לעבן, גילוי עריות איז דאך ביהרג ואל יעבור, והרהורי מעבירה קשה מעבירה. ועוד, ס'איז דאך דא א געזעץ אז מ'טאר זיך נישט נעמען דאס לעבן, וואס אזוי קומט מען דאך צו צו הרהורי עבירה, ממיילא איז דאס נישט ערגער ווי ערקתא דמסאנא.

איחוד פעלד » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 6:52 am

· #241662
ביי די ערקתא דמסאנא האט איר מיר פארלארען....

כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 8:25 am

· #241669
לעיקוואד
עס האט א פנים ווי ליפשיץ וואס אפערט צען טויזנט דאלאר פאר דער וואס וועט עם משכנע זיין אז שייטלען זענען מותר, און דערווייל האט עס נאך קיינער נישט באקומען. איז דאך א סימן אז ער איז גערעכט.

בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:53 am

· #241732
לעיקוואד
איך געב הונדרעט טויזנט דאלר פאר ווער עס טרעפט מיר דער 'אינטרנעט' וואס צווינגט איינער מסתכל זיין בעריות. נו גייטס טרעפסט מיר עס.

אין אפוטרופוס לעריות. אויב קען מען לייגן א פילטער איז דא א היתר אויף נישט?

סודני » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:47 pm

· #241782
עיין בגמרא
תני תנא קמיה דרבא ורב ספרא צהבו פניו דרב ספרא אמר לו רבא לאו כגון מר אלא כגון רב חנינא ורב אושעיא דהוו אושכפי בארעא דישראל והוו "יתבי בשוקא דזונות" ועבדי להו מסאני "לזונות" ועיילי להו אינהו מסתכלי בהו ואינהו לא מדלן עינייהו לאיסתכולי בהו ומומתייהו הכי בחייהן רבנן קדישי דבארעא דישראל: פסחים קיג:

רב כהנא הוה קמזבין דיקולי,תבעתיה ההיא מטרוניתא אמר לה איזיל איקשיט נפשאי סליק וקנפיל מאיגרא לארעא אתא אליהו קבליה אמר ליה אטרחתן ארבע מאה פרסי א"ל מי גרם לי לאו עניותא יהב ליה שיפא דדינרי: קידושין מ
נאר לעיקוואד האט שוין מבאר געווען די אנדערע צד

כרתי ופלתי, קצ"ה סע' ו', כי אין זה "בשביל חבה ואהבה, אבל מה שעושה עסוק במלאכתו מלאכת הרפואה לדעת המיחוש, אין זה בכלל קריבה דג"ע שיהיה אסור מן התורה . . . וכך נוהגים שאשה שיש לה מכה בבטנה וכל מקום תורפה שרופאים רואים אותה, וזהו ודאי בגדר ג"ע כמאמר הגמרא תמות ואל תעמוד לפניו ערומה, אלא ודאי הנכון כמש"כ הש"ך דזהו במלאכתו עוסק". וכן ס"ט שם, עצי לבונה, דרכ"ת קצ"ה סקנ"ה, קצשו"ע קצ"ב, ח', שער הטהרה פ"ב סע' א'. וכן משמע בשו"ת ישכיל עבדי (ח"ב סי' י"ז) וציץ אליעזר (ח"ו עמ' ר"ב) לענין בדיקת איברים פנימיים. וכן משמע מהמקורות להלן הערה 9 . וכן הגרש"ה וואזנר, "כמדומני דהמנהג כהפלתי, דכל שבמלאכתו עוסק אין חשש כזה" (שבט הלוי, יו"ד, סי' קמ"ג). וכן בס' לב אברהם פכ"ד ס"ה.
קרעדיט אינטערנעט

לעיקוואד » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:27 pm

· #241790
זייער שיין סודני, כ'בין נישט זיכער וואס איר מיינט די אנדערע צד, אבער לכאורה פון די דוגמאות פון רב חנינא ורב אושיעא איז קלאר אז מ'מעג זיך אריינלייגען במקום נסיון נורא פון עריות לצורך פרנסה. נאר מקען טענהן אז דאס איז דווקא נאר אזעלכע וואס זענען בטוחים בעצמם שלא ייכשלו, א מין גדר וואס איך ווייס נישט וואס דאס איז, ולכאורה אין אומרים אני אקרא ולא אטה. אבער דאס איז לכאורה נסתר פון דאס וואס מיר טרעפן אין די גמרא און במציאות אז עס זענען דא מקצועות פון פרנסה וואס מען מוז האנדלן מיט נשים וכדומה, און לא שמענו אז עס זאל זיין אסור פאר א נארמאלער מענטש צו ארבעטן אין דעם, נאר געוויסע גדרים איז יא דא כמו לא ילמד רווק סופרים וצל''ע.

די נושא פון רופאים וכו איז אינו ענין לכאן דארט איז די חקירה נגיעה כשמלאכתו בכך די היתר איז נישט מצד די פרנסה.

שמערל » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:50 pm

· #241797
וואס הייסט אינו ענין לכאן, אויב מעג מען זיין א פארן פאטאגרעפיסט ווייל עס איז בעבידתיה טריד, איז נאך דא א צל ספק אויב מען מעג זיין טריד צו פארקויפן אויף עמעזאן ווייל חשש 'שמא' יסתכל?!

לעיקוואד » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:56 pm

· #241802
עס איז א צווייטע חקירה. נניח ממעג פאטאגאפירען איז דאס ווייל עס איז נישט קיין נגיעה נאר בעבידתיה טריד, דער היתר בעבידתיה העלפט אבער נישט פאר דער נגיעה של חיבה למשל אין דער פרוי וואס שטייט דערנעבן. ממילא במקום שיש נסיון נכנס לשאלה אחרת, למשל אויב א רופא וואלט געווען מער נסיון וואלט נישט געהאלפען דער היתר פון בעבידתיה און עס וואלט נאך אלץ געקענט זיין אן איסור צו זיין א רופא בכלל נישט וועגן די נגיעות המותרות נאר וועגן דער נסיון.

שמערל » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:09 pm

· #241806
אנטשולדיגט. כ'פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס די האסט גערעדט.

שמעון וואלף » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:58 pm

· #241823
לענ"ד קומט נישט אהער די היתר פון בעבידתיה טריד. איינער וואס דרייט זיך אויפ'ן נעט קומט פון צייט צו צייט אן צו ראיות אסורות צו איז עס דורך א פאפ אפ אדער א טעות וואס מ'לייגט אריין ביים url. אפילו אויב איז עס אינמיטן ארבעטען, קען ער דאך מפסיק זיין, טון וואס אים גליסט און ממשיך זיין שפעטער מיט די ארבעט.

די שאלה איז נאר צו מ'קען גוזר זיין נייע גזירות.

שמערל » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:33 pm

· #241837
משא"כ ביים בודק זיין א פרוי'ס בריסטן, איז מותר ווייל ס'איז אוממעגליך צו כאפן א בליק און הנאה האבן?
דער היתר פון בעבידתיה טריד, איז אז לא 'חיישינן' להסתכלות, נישט אז עס איז אוממעגליך צו געשען.

מאטי » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:48 pm

· #241841
ווי אזוי איז מען בודק אנע הסתכלות?

סודני » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:48 pm

· #241842
לעיקוואד
.
יעצט אז איינער איז מצליח דאס משכנע זיין פאר דער עמהארץ וטיפש זאג איך עם צו האלב פון דער ריווח.

דא זענט איר מסביר די אנדערע צד

לא להנאת גופי » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:52 pm

· #241843
פשוטע היתר:
#1 רשב''א זאגט אין תשובה אז בשעת הדחק [הפסד ממון] מעג מען זיך פארלאזען אויף א שיטה יחידאי. [ס'איז געבויט אויף א משנה אין הוריות].
#2 און די גאנצע איסור הסתכלות נעמט זיך דאך פון 'ונשמרתם'. נו, אין כתובות מ''ו. איז דאך דא א מחלוקת צי ונשמרתם קימט טאקע אויף דעם, אין לפי ר' נתן איז עס א אזהרה למוציא שם רע, נישט ווי ר' פנחס בן יאיר וואס האלט אז ס'איז פאר די איסר הסתכלות. ממילא לויט ר' נתן מעג מען דאך קוקען. איז בשעת הדחק איז דאך דא א ר' נתן. [ר' נחמן און ר' נתן נעמען ארויס די עולם פון גיהינם..]
#3 די ראגאטשאווע זאגט אין א תשובה [שלמת יוסף] אז ביי א 'תמונה' מיז זיין 'יודעה ומכירה'.
#4 די ארי הק' זאגט אז די כיור איז געווען געמאכט פון מראות, פארוואס? כדי די כהן זאל קענען קוקען אויפן פרוי ווען זי ברענגט די קרבנות. זעהט מען אז די איסר איז נאר דירעקט..
#5 א גוי איז נאר א איסר דרבנן אפ' ביאה ממש, ממילא איז הסתכלות זיכער נישט ערגער ווי דעם.. ממילא אויפען אינטערנעט זענען רוב גויטעס, און כל דפריש מרובא פריש, חוץ אין א''י וואס אויף די איזריעלי סייטס איז אסאך ערגער רח''ל. פארדעם זענען טאקע די רבנן אין א''י מער מקפיד ווי אין אמעריקע. ווייל דארט איז מער חמור היות ס'איז נישט דא קיין רוב...

chusid » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 5:27 pm

· #241848
פארן אין מאנהעטען איז אויכט פראבלעם?

שמערל » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 6:06 pm

· #241856
מאטי
ווי אזוי איז מען בודק אנע הסתכלות?

אנטשולדיגט, געמיינט צו שרייבן לא חיישינן להירהור

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 8:31 pm

· #241878
לא להנאת גופי
פשוטע היתר:
#1 רשב''א זאגט אין תשובה אז בשעת הדחק [הפסד ממון] מעג מען זיך פארלאזען אויף א שיטה יחידאי. [ס'איז געבויט אויף א משנה אין הוריות].
#2 און די גאנצע איסור הסתכלות נעמט זיך דאך פון 'ונשמרתם'. נו, אין כתובות מ''ו. איז דאך דא א מחלוקת צי ונשמרתם קימט טאקע אויף דעם, אין לפי ר' נתן איז עס א אזהרה למוציא שם רע, נישט ווי ר' פנחס בן יאיר וואס האלט אז ס'איז פאר די איסר הסתכלות. ממילא לויט ר' נתן מעג מען דאך קוקען. איז בשעת הדחק איז דאך דא א ר' נתן. [ר' נחמן און ר' נתן נעמען ארויס די עולם פון גיהינם..]
#3 די ראגאטשאווע זאגט אין א תשובה [שלמת יוסף] אז ביי א 'תמונה' מיז זיין 'יודעה ומכירה'.
#4 די ארי הק' זאגט אז די כיור איז געווען געמאכט פון מראות, פארוואס? כדי די כהן זאל קענען קוקען אויפן פרוי ווען זי ברענגט די קרבנות. זעהט מען אז די איסר איז נאר דירעקט..
#5 א גוי איז נאר א איסר דרבנן אפ' ביאה ממש, ממילא איז הסתכלות זיכער נישט ערגער ווי דעם.. ממילא אויפען אינטערנעט זענען רוב גויטעס, און כל דפריש מרובא פריש, חוץ אין א''י וואס אויף די איזריעלי סייטס איז אסאך ערגער רח''ל. פארדעם זענען טאקע די רבנן אין א''י מער מקפיד ווי אין אמעריקע. ווייל דארט איז מער חמור היות ס'איז נישט דא קיין רוב...

היתר 5 איז א געשמאקער היתר. אפילו אויב די גויה איז אן אשת איש איז מען נאר עובר אויף אן עשה פון ודבק באשתו. אבער לכאורה איז נישט אזוי פשוט צו איסור הסתכלות איז תלוי אין איסור ביאה, ווייל מען זעט אז לויט טייל פוסקים איז אפילו קוקן אויף א בתולה אסור. פון די אנדערע זייט האבן מיר הנשר הגדול אבי הפוסקים וואס שרייבט (פה"מ סנהדרין פ"ז מ"ד):
ו[quote="דער רמב"ם"]אשה שאינה נשואה מותר למי שאינה ערוה עליו ליהנות בהסתכלות בצורתה, ואין איסור בכך אלא בדרך הצניעות והפרישות מן המותר כדי שלא יכשל באסור, לפי שהחסידים מתעבים את זה ואף על פי שהוא מותר, מחשש שמא תהיה אותה האשה אשת איש ויתמיד כפי שהורגל מקודם, וכך ביארו בפירוש דברי איוב ברית כרתי לעיני ומה אתבונן על בתולה, אבל אינו אסור. [/quote]
ומי יבא אחרי המלך.

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 8:53 pm

· #241886
[ציטאט אראפגענומען]

ניין. טייטש אויף אידיש דעם פסוק "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם" וועסטו פארשטיין אז דאס מיינט מ'זאל בלייבן זאט מיט'ן קוקן און נישט טון ווייטער.

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:00 pm

· #241888
"איר זאלט נישט נאכשפיאנירן נאך אייערע הערצער און אייערע אויגן." דאס מיינט: איר זאלט נישט נאכגיין די תאוות וואס אייערע הערצער גלוסטן און אייערע אויגן זעען.
אויב רעדט מען דא פון אן איסור הסתכלות איז בכלל נישט שייך נאכצושפיאנירן די אויגן ווייל זיי טארן סייווי גארנישט זען.

לא להנאת גופי » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:43 pm

· #241919
יאיר דו רעדסט ווי א צדוקי. די אמת'ע תירוץ אויף זיין שאלה איז אזויווי ר' משה איז מסביר אז ס'איז דא צוויי סארט איסורים. #1 ונשמרתם וואס איז כולל יעדער ראי' וואס קען אדער וועט ברענגען צו א הרהור (רח''ל ה''י), און #2 ולא תתורו וואס דאס מיינט א 'מחשבת' עריות דהיינו קוקען אויף א פרוי און מתבונן זיין ווי געשמאק ס'וואלט געווען איר צו טרענען. אבער טאמיר דו קוקסט אויף א פרוי נאר לשם הנאה, דו ווייסט אז דער פרוי העסטו קיינמאל אין לעבן נישט זיין אין איר ד' פרסה, נאר סך הכל האסטו הנאה פונעם נפלאת הבורא, אויף אזאי פאל איז מען נאר עובר אויף ונשמרתם. ממילא קומט אויס אז ס'איז זייער זעלטען עובר צו זיין אויף ולא תתורו. [ר' משה גלייכט עס צי צו דער סיפא וואס שטייט 'אחרי לבבכם' וואס ס'מיינט 'מחליט' זיין אז די גלייבסט אין עבו''ז. אדער עס דינען אין קאפ. אבער סתם צי טראכטען א מחשבה פון עבו''ז איז מען נאכנישט עובר אזוי שנעל אויף אחרי לבבכם].[מענטשען מיינען אז ס'איז אזוי גרינג עובר צי זיין אויף א דאורייתא]

רבותי כ'וויל ענק זאגען א סוד. לכ' איז שווערא קשיא, פארוואס איז דער אבי אבות הטומאה און יסוד היסודות אין אידישקייט -קוקען אויף פרויען\שמוץ\טנופות\נבילה- אזוי באהאלטען אין דער תורה, און אפ' אין חז''לזעהט מען כמעט נישט קיין שמועס דערוועגן, שפעטער אין שו''ע אפאר קארגע סעיפים, וואס ביז ר' אהרון רוטא און ר' משה פיינשטיין האט קיינער נישט געקענט שרייבען עפעס ווערטער בזה?
תירוץ איז. מ'האט טאקע דאס געוואלט. אז בעצם זאל עס זיין מותר. כדי די אלע וואס זענען נכשל אינדעם א גאנץ לעבן זאלען נישט דארפען גיין גיהנם ליידען, אבער מיינען זאל מען מיינען אז ס'איז אסור. כדי די בחורים און כולל אינגעלייט זאלען עס נישט ניצען לטובתם. [יא! וואס קען מען טון! אבער דער 'בן עשרים לעונשים' האט מען מיר אויך נישט פארציילט ביז כ'בין געווארען 20..]
דו''ק ותשכח. והוא כפתור ופרח. הלוואי ווען די אלע פארפירערס און אסופה מאכערס וואלטען זיך געזעצט לערנען אנשטאטס קושען די סקלענער רבי'ס געפילטע פיש..

kliger » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 6:09 am

· #241971
לא להנאת גופי

#4 די ארי הק' זאגט אז די כיור איז געווען געמאכט פון מראות, פארוואס? כדי די כהן זאל קענען קוקען אויפן פרוי ווען זי ברענגט די קרבנות. זעהט מען אז די איסר איז נאר דירעקט..



דאס איז א אפענער גמרא

diff » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 9:25 am

· #241976
בב"ב מוזכר כביסה (לא נהר) כי זה פגיעה בפרטיות וזה גם החוק אוסר.
הלימוד מ'ויצאת שמה חוץ

סודני » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:58 pm

· #242016
לעיקוואד


די נושא פון רופאים וכו איז אינו ענין לכאן דארט איז די חקירה נגיעה כשמלאכתו בכך די היתר איז נישט מצד די פרנסה.

דאס האב איך געשריבן, אויף וואס איר האט געשריבן אז במזיד איז זעכער אסור ,
אויף דעים האב איך דאס ציגעברענגט אז דאס לכאורה מותר פונקט וו נגיעה.

לעיקוואד » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 2:51 pm

· #242035
אה, מיינסט צו זאגען אויב די ראיה איז נישט לשם הנאה לשם פרנסה, אמת, עס איז אבער דעמאלטס נישט קיין ראיה אסורה.. דער עיקר שאלה וואס ער מיינט בעצם איז דומה צו זיך דרייען בין הנשים לצורך פרנסה. צו דעם איז א שטארקע ראיה די גמרות שהבאת אבל עוד צריך לעיין.

לא להנאת גופי » מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 11:20 am

· #242047
kliger
לא להנאת גופי

#4 די ארי הק' זאגט אז די כיור איז געווען געמאכט פון מראות, פארוואס? כדי די כהן זאל קענען קוקען אויפן פרוי ווען זי ברענגט די קרבנות. זעהט מען אז די איסר איז נאר דירעקט..



דאס איז א אפענער גמרא

כ'גלייב דיר אפען ווארט

סודני » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:03 am

· #242327
לעיקוואד
אה, מיינסט צו זאגען אויב די ראיה איז נישט לשם הנאה לשם פרנסה, אמת, עס איז אבער דעמאלטס נישט קיין ראיה אסורה.. דער עיקר שאלה וואס ער מיינט בעצם איז דומה צו זיך דרייען בין הנשים לצורך פרנסה. צו דעם איז א שטארקע ראיה די גמרות שהבאת אבל עוד צריך לעיין.

הרב לעיקוואד איר זענט צי א גרויסער למדן פאר עים, ער זאגט אויב איינער וויזט עים אז ראיות אסורות איז מותר לפרנסה וועט ער עים מהנה זיין. קומט לעיקוואד אין זאגט דאן איז עס שוין נישט קיין ראיה אסורה, ראיה אסורה איז איז אן אויסדרוק, נא וודאי קען אסור ומותר נישט גיין אינאיינעם, דאס איז אבער זיין שאלה, אויב איינער קען עים וויזן אז א אומאיידעלע בילד איז מותר לצורך הפרנסה.
אוודאי וועט נישט זיין דער איסור מער דערויף אויב וויזט מען אויף אז עס איז מותר
דאס איז אבער די שאלה.