☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דער פילם "דער אינטערוויו" און די סאני העקינג סקאנדאל

דער פילם "דער אינטערוויו" און די סאני העקינג סקאנדאל

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7931

אפטעמיסט » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 7:45 pm

· #241587
שכויח, יאנטעף.

כ'האב טאקע געזען נעכטן אין די נייעס פיל מיט באריכטן וועגן א מאווי וואס האט אנגעזייעט א שטורעם און כאאס אבער כ'האב נישט געקענט פארשטיין פון וואס מ'רעדט. יעצט בין איך עטוואס קליגער געווארן.

ס'דערמאנט מיך פון דעם קליינעם יו-טוב קליפ קעגן מוחמד וואס האט געפירט צו ראיאטן אין דער מוסלומענער וועלט און אנגעבליך אויך גורם געווען די טעראר-אטאקע קעגן דער אמעריקאנער אמבאסאדע אין טריפאלי.

בשבילי! » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 7:47 pm

· #241588
איך קען קוים ווארטן אז אמעריקע זאל עס פארדאמען. נאכדעם וועל איך זיך בארואיגן, א נקמה אין נארט ק.!

פרייוויליג » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:03 pm

· #241624
ניוט גינגריטש שוימט פאר צארן.
📎 image.jpg

ישראל קאפקע » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:25 pm

· #241626
פרייוויליג
ניוט גינגריטש שוימט פאר צארן.

פארוואס has lost its first cyberwar ? איז נישט first cyberwar America lost מער פונקטליך? איז עס דען דאס ערשטע מאל וואס אמעריקע קומט אונטער אדער נעמט אונטער א סייבער אטאקע?
Or is it a war only when we lose?

הדד בן בדד » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 7:26 am

· #241663
עס איז קלאר אז דאס איז א ערנסטע פליק פאר אמעריקא.

די שאלה איז נאר צו אמעריקא האט דען נישט קיין העקקערס צוריק צוצופיקסן אביסל צפון קאריע?

בא גד » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:01 am

· #241670
די מערב זאגט אלץ "מיר פארהאנדלען נישט מיט קיין טעראריסטן"
אבער זיי בייגן זיך פאר טעראר ווי בלעטער אין א רוח מצויה

ברסלבער » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:37 am

· #241708
א דאנק @יאנטעף פאר די באריכט.
מיר איז א חידוש פארוואס די פילם קרענקט אזוי פאר צפון קאריע. ממה נפשך, די וועלט האלט דאך סיי ווי אז דער פירער איז א בלוט דורשטיגער רוצח, די איינוואוינער דארט וועלן סייווי נישט האבן קיין צוטריט צו דעם פילם, נאכדעם וואס די אינטערנעט איז דארט זייער באגרעניצט. וועם וועט די פילם אויפקלערן?

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:42 am

· #241710
גוטע שאלה ברסלבער. און נאכמער, אזא ארים לאנד, קענען נישט שפייזן די אייגענע, און האבן בכלל נישט קיין סאפיטיקירטע טעכנעלאגישע מעגליכקייטן, כ'מיין, קוים לעקטער האבן זיי, איז ווי לייגט זיך עס אויפ'ן שכל אז זיי שטייען אונטער אזא קאמפיין? עפעס טיפער טוהט זיך דא אונטער די קוליסען.

ברסלבער » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:59 am

· #241717
די פירערס האבן גענוג געלט און גענוג טעכנעלאגיע, נאר די אינטערטאנען לאזן זיי גארנישט האבן.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:06 am

· #241720
ברסלבער
א דאנק @יאנטעף פאר די באריכט.
מיר איז א חידוש פארוואס די פילם קרענקט אזוי פאר צפון קאריע. ממה נפשך, די וועלט האלט דאך סיי ווי אז דער פירער איז א בלוט דורשטיגער רוצח, די איינוואוינער דארט וועלן סייווי נישט האבן קיין צוטריט צו דעם פילם, נאכדעם וואס די אינטערנעט איז דארט זייער באגרעניצט. וועם וועט די פילם אויפקלערן?

נאכן זען די טרעילערס איז מיר נאכמער שווער, עס קוקט נישט אויס עפעס אינטערעסאנטע און געלונגענע סאטירע פון דעם דיקטאטור, אדער ערנסטע אויפדעקונגען וואס די קאָאַרער זאלן ווען מוזן אונטער דרוקן אפגעזען די נאכפאלגן.
אן זייער אטאקע וואלט וואלטן 99.99 פראצענט פון די וועלט קיינמאל נישט געזען, געהערט, זיך אינטערעסירט אדער געוואוסט פונעם פילם.
עס קוקט מיר אויס ווי די קאָאַריער האבן זיך פשוט געזוכט א געשלעג צו באקומען אויפמערקזאמקייט, אדער שיקן עפעס א זייטיגע מעסידזש.

גימפל » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 11:55 am

· #242141
הדד בן בדד
עס איז קלאר אז דאס איז א ערנסטע פליק פאר אמעריקא.

די שאלה איז נאר צו אמעריקא האט דען נישט קיין העקקערס צוריק צוצופיקסן אביסל צפון קאריע?


בא גד
די מערב זאגט אלץ "מיר פארהאנדלען נישט מיט קיין טעראריסטן"
אבער זיי בייגן זיך פאר טעראר ווי בלעטער אין א רוח מצויה


הגם די עקטערס זענען אמעריקאנע, איז אבער Sony Pictures א פריוואטע קאמפעני און איז א subsidiary פאר Sony וואס איז בעצם א יאפנעזע קאמפעני, סאו למעשה איז דאס נישט קיין פערזענליכע אטאקע אויף אמעריקע, און וויבאלד סאני איז א פריוואטע געשעפט קען זיך די אמעריקאנע גאווערמענט נישט אריינמישען און סאני'ס באשלוסען. אבאמא האט אבער פעסגעשטעלט ביי זיין לעצטע פרעס קאנפרענס פון דע יאר, פארגאנגנעם פרייטאג, אז אמעריקע וועט ריטעליעטן, אבער ער האט נישט אנגעגעבען וויאזוי אדער ווען. ווי אויך האט דער פרעזידענט געזאגט, אז ווען סאני פרעגט אים ווען, וואלט ער זיי געזאגט עס יא צו ווייזען, און זיך נישט ברעכען פאר די העקערס. א שאד סאני האט זיך נישט מייעץ געווען מיט אבאמא.

יין שרף » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 12:02 pm

· #242142
סאני איז לכאורה נישט די פראבלעם דא. רוב theaters ווילן עס נישט אויפשפילען, ממילא וויל סאני מער נישט אינוועסטן אין א פילם וואס וועט זיין א פלאפ מעיקרא.

גימפל » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 2:25 pm

· #242390
נארט קאריע'ס אינטערנעט, אונטער אטאקע.

Internet connectivity between North Korea and the outside world, though never robust to begin with, is currently suffering one of its worst outages in recent memory, suggesting that the country may be enduring a mass cyber attack a few days after President Obama warned the US would launch a "proportional response" to North Korea's hack against Son
<a class="postlink" href="http://www.vox.com/2014/12/22/7433873/north-korea-internet-down">http://www.vox.com/2014/12/22/7433873/n ... ernet-down</a>

לית דין בר נש » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 5:07 pm

· #242426
הייסט עס אמעריקא איז נאכנישט אינגאנצן אין דער ערד?
איך בין שטאלץ צו זיין אן אמעריקאנע!!! 😃 😃 😃

גימפל » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:22 am

· #242881
לכתחילה האבן די גרויסע theaters מודיע געווען אז זיי גיין דאס נישט ווייזען, האט סאני מחליט געווען עס צו שעלווען לגמרי, אבער נאך די ווייגעשריי פונם ציבור און פון די פרעזידענט, האבן סאני צירוקגעצויגען פון זייער באשלוס, און זיי ריליסיען עס פאר theaters וואס זענען עס יא גרייט צו סקרינען.

פלאוויוס » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:24 am

· #242901
לית דין בר נש
הייסט עס אמעריקא איז נאכנישט אינגאנצן אין דער ערד?
איך בין שטאלץ צו זיין אן אמעריקאנע!!! 😃 😃 😃


ס'איז בכלל נישט פראפארציאנעל. זיך איינצוברעכן אינעם נעטווארק פון א גרויסער מערב-וועלט פירמע דארף זייך סאך מער קאמפליצירט ווי אפצושטעלן (נישט איינברעכן) דעם נעטווארק פון נארט קארעא. אזוי הייסט עס ווייניגסטנס לויט די מומחים.

ישראל קאפקע » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:36 am

· #242907
פלאוויוס
לית דין בר נש
הייסט עס אמעריקא איז נאכנישט אינגאנצן אין דער ערד?
איך בין שטאלץ צו זיין אן אמעריקאנע!!! 😃 😃 😃


ס'איז בכלל נישט פראפארציאנעל. זיך איינצוברעכן אינעם נעטווארק פון א גרויסער מערב-וועלט פירמע דארף זייך סאך מער קאמפליצירט ווי אפצושטעלן (נישט איינברעכן) דעם נעטווארק פון נארט קארעא. אזוי הייסט עס ווייניגסטנס לויט די מומחים.

וואס שייך פראפארציאנעל דא, די שאדן אדער די שוועריגקייט פון טון די שאדן?
די שאדן איז עקסעסיוו (איך ווייס נישט אויב עקאנאמיש אויך, וואו ווייט זייער אינדוסטריע און אינפראסטרוקטור איז אנגעבינדן אינעם נעט), בשעת די שוועריגקייט גורם צו זיין די שאדן איז מן הסתם פיל גרינגער, נישט ווייל אלס צוריקגעשטאנען לאנד איז גרינגער צו אטאקירן קאָאַרעאַ, נאר די סארט אטאקע איז א גאנץ פשוטער, וואס דארף נישט קיין גרויסע קענטעניסן.

בכל גלייב איך שווער אז די נקמה אטאקע קומט פון אמעריקע, (כ'בין נאך ניטאמאל איבערגעצייגט אויף זיכער אז צ. קאָאַרעאַ איז אונטער די אטאקע אויף סאָוני).

גימפל » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:58 pm

· #243032
יעצט אוועילעבעל אויף יוטוב פאר זעקס דולר
<a class="postlink" href="https://t.co/q4JKpP5hVA">https://t.co/q4JKpP5hVA</a>

שמערל » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:41 am

· #243510
שוין געוואטשט, לדעתי ווען נישט די גאנצע סומאטאכע איז די ווידיאו בעצם גאר שוואך, די דראמא אין די לעצטע דרייסיג מינוט איז אפשר ווערד צו וואטשן.

יין שרף » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:43 am

· #243511
ווי אויף קול מבשר קען מען הערן די אינטערוויו?

קרעקער » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 10:05 am

· #243543
ווער איז דער אהרן ראפאפארט? א בנש"ק

ישראל קאפקע » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 8:52 pm

· #243916
מן הסתם גארנישט צו טון מיט קאארעא, אבער איך ווייס נישט וואו יא צו לייגן.

צענדליגע מיליאנען טוויטער באנוצער זענען געווארן לאגד אוט פון זייער אקואנטס און זענען יעצט אויסגעשפארט (ד.מ. זיי קענען נישט אריינסיינען).
📎 Screenshot_2014-12-28-20-57-01-2.png

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 9:18 pm

· #243922
שמערל
שוין געוואטשט, לדעתי ווען נישט די גאנצע סומאטאכע איז די ווידיאו בעצם גאר שוואך, די דראמא אין די לעצטע דרייסיג מינוט איז אפשר ווערד צו וואטשן.

איי קעט עגרי מאר ,עס איז א וועיסט אוף טיים. די ציניקער קאנספירירן שוין אז סאוני האט אליינס באשטעלט די גאנצע העקינג סומאטיכע נאכן רילייזן זיי האבען א דאד אויף זייערע הענט.

געפילטע פיש » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 9:50 am

· #243990
שוואכע מעשיות

אפטעמיסט » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 9:52 am

· #243991
גאנץ גוט גראדע. נישט אז כ'פארשטיי פארוואס ס'האט אזוי ארויסגענומען צפון קאריע פון די גלייזן, אבער כ'בין געליגען אויפ'ן ערד פון געלעכטער.

קרעמער1 » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:25 pm

· #244087
יאנטעף
די אינטערנעט אין גאנץ צפון קאריא איז טויט!
<a class="postlink" href="http://www.cnbc.com/id/102289459">http://www.cnbc.com/id/102289459</a>

פארשטיי איך נישט וועם טוט מען אפ דערמיט, די פּאָר בירגער דארט וואס האבן שוין יא נעט?

--------------

עס ווערט יעצט געמאלדן אז עס זעהט מער אויס ווי רוסלאנד שטייט אונטער דעם

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 9:36 am

· #246861
It's very clear to me that the North Koreans don't have a sense of humor

James Clapper, U.S. Director of National Intelligence

ישראל קאפקע » מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:53 am

· #250125
'די אינטערוויו' איז עוועילעבל אויף נעטפליקס.

ישראל קאפקע » מאנטאג יאנואר 26, 2015 10:18 pm

· #250318
ישראל קאפקע
'די אינטערוויו' איז עוועילעבל אויף נעטפליקס.


עס איז עפעס זעלטן נאריש און לאנגווייליג, איך קען נישט כאפן פארוואס איך האב פארשווענדעט באלד צוויי שעה פון מיין לעבן פאר אזא גארביטש פילם.

יאיר » מאנטאג יאנואר 26, 2015 10:49 pm

· #250327
ישראל קאפקע
ישראל קאפקע
'די אינטערוויו' איז עוועילעבל אויף נעטפליקס.


עס איז עפעס זעלטן נאריש און לאנגווייליג, איך קען נישט כאפן פארוואס איך האב פארשווענדעט באלד צוויי שעה פון מיין לעבן פאר אזא גארביטש פילם.

איך קען כאפן.

ישראל קאפקע » מאנטאג יאנואר 26, 2015 11:04 pm

· #250330
יאיר
ישראל קאפקע
ישראל קאפקע
'די אינטערוויו' איז עוועילעבל אויף נעטפליקס.


עס איז עפעס זעלטן נאריש און לאנגווייליג, איך קען נישט כאפן פארוואס איך האב פארשווענדעט באלד צוויי שעה פון מיין לעבן פאר אזא גארביטש פילם.

איך קען כאפן.

נו, וואס כאפסטו?

יאיר » מאנטאג יאנואר 26, 2015 11:13 pm

· #250333
ישראל קאפקע
יאיר
ישראל קאפקע
ישראל קאפקע
'די אינטערוויו' איז עוועילעבל אויף נעטפליקס.


עס איז עפעס זעלטן נאריש און לאנגווייליג, איך קען נישט כאפן פארוואס איך האב פארשווענדעט באלד צוויי שעה פון מיין לעבן פאר אזא גארביטש פילם.

איך קען כאפן.

נו, וואס כאפסטו?

איך האב א שטיקל טעאריע, אז אזוי ווי ס'איז ענטשאנען א גרויסער שטורעם איבער דעם פילם, ביסטו געווען נייגעריג צו זען איבער וואס דער מדובר רעדט זיך.

ישראל קאפקע » מאנטאג יאנואר 26, 2015 11:33 pm

· #250337
[ציטאט אראפגענומען]

איז אזוי, איך גלייך דראמא פילמען דאס מערסטע, דערנאך עקשאן, און אויב עס איז גוט אויך קאמעדיע.

דער 'אינטערוויו' איז אפיציעל א קאמעדיע, (וואו דראמא און עקשאן זענען לכתחילה נישט וויכטיג), אבער אזויווי עס איז גארנישט קאמיש פארהאן אין דעם פילם, דראמא און סוספענס זענען אויך נישט בנמצא, און די עקשאן ספעציעל קינדיש, עס ניטאמאל א 'פיל גוד' פילם, איז גארנישט דא ווערד צו זען.

פרייוויליג » דינסטאג אפריל 7, 2015 10:25 pm

· #264698
OMG
<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/aponline/2015/04/07/world/asia/ap-as-koreas-tension-.html?referrer=">http://mobile.nytimes.com/aponline/2015 ... ?referrer=</a>
📎 image.jpg

רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 8, 2015 1:16 am

· #264750
נעקסטיים זאל ער אויך מיטשיקן DVD פלעיערס. אפילו די עליטע פארמאגן דארט נאר VHS.