☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » ניגוני שבת קודש

ניגוני שבת קודש

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #782

זר זהב » דאנערשטאג יוני 7, 2012 12:00 am

· #16531
ניגוני שבת קודש
י-ה אכסוף אין ישיבת הר עציון אר"י


י-ה אכסוף = לחיים -אהרן הלוי (שרעקליך ווארעם!)


איינער קאממענט דארט: This song is so holy that it gave me goosebumps the first few times I heard it at Shabbos tables. Thank you for posting it. I shared it around facebook 🙂.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 7, 2012 12:05 am

· #16532
חיליק פראנק שפילט די ברסלב'ע אשית חיל


קארלבאך - אשת חיל

זר זהב » דאנערשטאג יוני 7, 2012 10:26 am

· #16569
רחם בחסדיך - מישקאלץ אדמו"ר. אגב פון וואו שטאמט דער ניגון ?

זר זהב » דאנערשטאג יוני 7, 2012 10:36 am

· #16571
כל מקדש - קארלבאך

זר זהב » דאנערשטאג יוני 7, 2012 10:46 am

· #16572
אשת חיל - אסאך האבן זייער ליב דעם ניגון. ניגון איז פון בן ציון שנקר

זר זהב » דאנערשטאג יוני 7, 2012 10:59 am

· #16576
אזמר בשבחין - ברסלב

זר זהב » דאנערשטאג יוני 7, 2012 11:11 am

· #16578
א-ל אדון - חיליק פראנק ועוד. שיין לעבעדיג און הארציג.

לעמיל » דאנערשטאג יוני 7, 2012 12:24 pm

· #16587
זר זהב
רחם בחסדיך - מישקאלץ אדמו"ר. אגב פון וואו שטאמט דער ניגון ?

אויב געדעינק איך גוט איז עס א ויזניצע ניגון

זר זהב » דאנערשטאג יוני 7, 2012 4:34 pm

· #16676
א דאנק

John Doe » פרייטאג יוני 8, 2012 2:20 pm

· #16880

זר זהב » דינסטאג יולי 10, 2012 1:30 am

· #22891
פארוואס זאגן אזויפיל אידן ביים זמר ברוך קל עליון "ואם יצא אדם חובת היום" מיט א צירי? ס'נערווירט. מיט א קמץ טייטש עס מער ריכטיג דעם ווארט.

און וויפיל דא ווייסן דעם טייטש פון "על ידי כהניו מגר מתקוממיו"?

דבילה » דינסטאג יולי 10, 2012 1:37 am

· #22896
בואו בשלום פון שלמה'לע
ווארעם איז ניטאמאל א הגדרה פאר דעם געזינגעכץ

זר זהב » דינסטאג יולי 10, 2012 1:41 am

· #22898
יא געזען אמאל דאס קליפ. איך האב געמיינט אז דעפרעסטע סטיל קומזיצן האט זיך אנגעהויבן ווען איך בין געווארן 18... סגעווען אמאל די זעלבע וועלט, אין כל חדש תחת השמש. ווער איז דער היימישער ביים סוף?

משולם שטיינפעלד » זונטאג יולי 22, 2012 4:14 pm

· #26980
ער זעהט נישט אויס ווי א היימישע, קוק ביי 2:06 וועסטו זעהן זיין גאנצע געשטעל, דאס איז נישט היימיש ב.פ. וויליאמסבורג וכדומ'

יואליש » זונטאג יולי 22, 2012 4:27 pm

· #26988
זר זהב
פארוואס זאגן אזויפיל אידן ביים זמר ברוך קל עליון "ואם יצא אדם חובת היום" מיט א צירי? ס'נערווירט. מיט א קמץ טייטש עס מער ריכטיג דעם ווארט.

און וויפיל דא ווייסן דעם טייטש פון "על ידי כהניו מגר מתקוממיו"?


אינטערעסאנט, יעדע וואך האב איך אינזין נאר די פשט פון די דאזיגע ווערטער. קען זיין ווייל ס'איז אזוי פרעמד און כ'האב עס אמאל נאכגעקוקט. מגר איז מלשון ותמגר. ס'רעדט פון די חשמונים וועלכע האבן מורד געווען אין די יונים.

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 4:38 pm

· #26992
גוט געזאגט. דער מ"ם פון מגר איז א חלק פונעם ווארט נישט א שימוש.

יואליש » זונטאג יולי 22, 2012 4:44 pm

· #26997
זר זהב
יא געזען אמאל דאס קליפ. איך האב געמיינט אז דעפרעסטע סטיל קומזיצן האט זיך אנגעהויבן ווען איך בין געווארן 18... סגעווען אמאל די זעלבע וועלט, אין כל חדש תחת השמש. ווער איז דער היימישער ביים סוף?


מיין הארץ שטורעמט און דו ריפסט עס דיפרעסט? ס'איז געפיל ארויסגערענגט דורך די שפראך פון נגינה, ס'איז אן ערהאבן אויסדריק פון אחדות און ברודערשאפט און געמיינזאמע השתוקקות וגעגועים. דאס איז א בילד פון א גרופע פאראייניגט אין איין זעהל און טרינקן פון א ברינעם צו שטילן די פאראייניגטע דארשט. די סאמע עסענץ פון חיות זעהט מען דא.

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 4:47 pm

· #27003
איך פארשטיי וואס דו זאגסט, איך אבער לייג עס אראפ לויט וויאזוי איך בין דורך מיינע בחורישע יארן וויזע ווי קומזיצן.

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:40 am

· #50641

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:48 am

· #50647
ויהיו רחמיך מתגוללים - אלי ביער

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:56 am

· #50651
ענדליך! כ'בין שוין לאנג בארד געווארן פונעעם צור משלו ניגון, ס'טאקע שיין ווארעם אבער כ'דארף א טשעינדזש. ענדליך געטראפן עפעס דיפרענט...
גיימיר עס זינגען. איינער איז "אין"?

קאווע טרינקער » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:00 pm

· #50652
ס'זינג זיך ספעציעל גוט נאכן עסן חריף און חמס

זר זהב » מאנטאג יולי 8, 2013 10:41 pm

· #131645
זייער א הארציגער שיינע ניגון בני היכלא (ווארקע/אמשינאוו) געזונגען דורך ברוך וויזעל, אהרן הלוי'ס ברודער

ונבנתה העיר » דינסטאג יולי 9, 2013 12:40 am

· #131704
דא איז דער ליובאוויטש'ער בני היכלא, י"א אז דער בעל התניא האט עס מחבר געווען וי"א ר' הלל פאריטש'ער.

לטעמי איז עס א חידוש פון א ניגון, עס איז נאר א שאד אז כ'טרעף נישט יעצט ווי איינער זינגט עס ריכטיג, מיט די ווערטער און די קנייטשן.

ישמעאל הכהן » פרייטאג מאי 23, 2014 6:34 pm

· #202110

נהורא נפישא » זונטאג מאי 25, 2014 12:59 am

· #202160
די אויבנדערמאנטע שלום עליכם וואס ווערט געזונגען אין די אלגעמיינע אידישע וועלט האט פארפאסט א קאנסערוואטיווער ראביי מיטן נאמען הרב ישראל גולדפארב אין א פרייטאג נאכמיטאג אין יאר 1926 זיצענדיג אויף די טרעפ פון קאלאמביע יוניווערסיטי, און האט גארנישט מיט חב"ד.

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 4, 2015 5:56 pm

· #245809

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 4, 2015 6:02 pm

· #245810


זעלבע ניגון מיט א חן וואס דארף נישט מוזיק

ירושלים » זונטאג יאנואר 4, 2015 7:33 pm

· #245825
קאן מען לייגן די זאכן אויף קאפי קאם. דאס צו קענען ריכטיג דאנלאדען?

א-שופר-איז-א-שופר » מיטוואך יאנואר 17, 2018 3:49 pm

· #393668
זר זהב
פארוואס זאגן אזויפיל אידן ביים זמר ברוך קל עליון "ואם יצא אדם חובת היום" מיט א צירי? ס'נערווירט. מיט א קמץ טייטש עס מער ריכטיג דעם ווארט.

און וויפיל דא ווייסן דעם טייטש פון "על ידי כהניו מגר מתקוממיו"?


די זעלבע זאגען ביי אמן יהא שמי רבא... יתברך אויך מיט א צירי און נישט מיט א פתח

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 17, 2018 9:18 pm

· #393683
א שופר-איז-א-שופר: די ערשטע 2 וועלכע זענען פון זמירות לשבת, איז סתם א וועלטס טעות. אבער די דריטע, ביי קדיש צו זאגן יתברך מיט א צירי, איז בפירוש אקעיגן וואס דער שו"ע אורח חיים ביי הילכות קדיש זאגט (משנה ברורה) אז מ'זאלל זאגן יתברך מיט א פת"ח. אויך די אנהייב, יתגדל ויתקדש זאלל מען זאגן מיט א ציר"י. נישט מיט א פת"ח...!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 19, 2018 9:55 am

· #393777
זר זהב
פארוואס זאגן אזויפיל אידן ביים זמר ברוך קל עליון "ואם יצא אדם חובת היום" מיט א צירי? ס'נערווירט. מיט א קמץ טייטש עס מער ריכטיג דעם ווארט.

און וויפיל דא ווייסן דעם טייטש פון "על ידי כהניו מגר מתקוממיו"?


א. אין בריסק זאגען זיי איבער דער 'ואם יצא' צוויי מאל!

ב. דא גייט אויף די חשמונאים, וואס די יוונים הייסען צפיר העיזים, און די כהנים די חשמונאים האבען זיי 'ממגר' געווען. (אויף טייטש פון 'מגר' איז דא א באקאנטע מעשה פון דער באבובער רבי)

איסר האטלקי » פרייטאג יאנואר 19, 2018 10:06 am

· #393778
כ'מיין אז אין באבוב זאגט מען ואם יצא אדם מיט א צירי.

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 19, 2018 3:22 pm

· #393808
איסר האיטלקי: אויב דער באבוב'ער רב, דער קדושת ציון האט אזוי געזאגט איז עס אין ארדענונג צו זאגן מיט א ציר"י...!

יהודי פשוט » מוצ"ש יאנואר 20, 2018 8:45 pm

· #393829
Re: ניגוני שבת קודש
ביי געוויסע האט מען אויסגעלאזט דעם אדם, און געזינגען נאר ואם יצא חובת היום