דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #7767
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7767
ברוך הטוב והמטיב
דער טיימס האט נישט פארגעסן פון אים און כסדר געשריבן ארטיקלן און עדיטאריעלס אז מ'דארף אים באפרייען.
שוין ס'געווען א דיעל... געוויסט! אמעריקע גייט באפרייען דריי קובאנישע שפיאנען.
מזל טוב ר' אלען!
די שאלה איז נאר וואסארא פרייז אמעריקא וועט צאלן אין די לאנג ראון, ווען יעדע מדינה וועט וויסן אז אויב אמעריקא ארעסטירט זייערס א שפיאן דארף מען בלויז ארעסטירן אן אמעריקאנער וואס געפינט זיך ביי זיי אין לאנד און אמעריקא וועט דערנאך מאכן א פריזאנער סוואפ.

בשבילי!שוין ס'געווען א דיעל... געוויסט! אמעריקע גייט באפרייען דריי קובאנישע שפיאנען.
אז די האסט געוויסט קומט זיך דיר שלעק פאר'ן עס נישט מעלדן דא. האמער, אונז פארמאג מיר איינעם מיט אינסייד אינפא און מיר ווערן נישט אפדעיטעד?!
די קובאנער שפיאנען וואס אמעריקע לאזט ארויס האבן א טרויעריגע בלוטיגע היסטאריע, די באנדיטן האבן זיך אויסגעמישט אין די געגענטער אין דרום פלארידע ווי עס וואוינען די קובאנער אימגראנטן וואס זענען זייער פארהאסט קעגן זייער אלטער היימלאנד,ס רעזשים, און שרעקליך פאראומגליקליכט די פארבליבענע משפחה מיטגלידער אין קובע, די קובאנער אין פלארידע זענען שרעקליך אנגעווייטוגט אויף דעם געשעפט, אוואדי זענען זיי ציפרידן אז מ'לאזט ארויס גראס, אבער האלטן אז ס'צו א טייערע פרייז,
דריידלבשבילי!שוין ס'געווען א דיעל... געוויסט! אמעריקע גייט באפרייען דריי קובאנישע שפיאנען.
אז די האסט געוויסט קומט זיך דיר שלעק פאר'ן עס נישט מעלדן דא. האמער, אונז פארמאג מיר איינעם מיט אינסייד אינפא און מיר ווערן נישט אפדעיטעד?!
געוויסט האב איך אז ס'דא א דיעל. ווייל די ניו יארק טיימס האט שטענדיג גע'שתד'ל דערפאר (פאר א סוואפ). און ס'נישט מסתבר אז קובא זאל פלוצלינג באפרייען אן עפעס באקומען.
גאלדדי קובאנער שפיאנען וואס אמעריקע לאזט ארויס האבן א טרויעריגע בלוטיגע היסטאריע, די באנדיטן האבן זיך אויסגעמישט אין די געגענטער אין דרום פלארידע ווי עס וואוינען די קובאנער אימגראנטן וואס זענען זייער פארהאסט קעגן זייער אלטער היימלאנד,ס רעזשים, און שרעקליך פאראומגליקליכט די פארבליבענע משפחה מיטגלידער אין קובע, די קובאנער אין פלארידע זענען שרעקליך אנגעווייטוגט אויף דעם געשעפט, אוואדי זענען זיי ציפרידן אז מ'לאזט ארויס גראס, אבער האלטן אז ס'צו א טייערע פרייז,
וואס איז די מעשה מיט די דריי קובאנער שפיאנען? וואס הייסט בלוטיגע היסטאריע און וואס מאכט זיי באנדיטן ?
לכאורה
חוץ אויב פרעזידענט אבאמא האט געהאט אנדערע פרעזשור אים אהיים צו ברענגן. אינטער נארמאלע אומשטענדן וואלט מען זיך נישט געדארפט אינטערברעכן צו קובא.
חוץ אויב פרעזידענט אבאמא האט געהאט אנדערע פרעזשור אים אהיים צו ברענגן. אינטער נארמאלע אומשטענדן וואלט מען זיך נישט געדארפט אינטערברעכן צו קובא.
[ציטאט אראפגענומען]
ניין ער האט נאר געטון עפעס וואס לויט די קובאנער געזעץ איז עס אומלעגאל, און ער האט עס געטון אונטער אן אמעריקאנער רעגירונג 'הילף ארגאניזאציע' (USAID) וואס איז לויט לעצטיגע אנטדעקונגען געווען פארנומען מיט אנדערע זאכן ווי 'הומאניטארישע הילף', ווי למשל אונטערברענגען דעם קאסטרא רעזשים, און אונטערהייצן דעם יוגנט צו רעוואלט.
ווי עס שיינט האט קובא חושד געווען די ארגאניזאציע די גאנצע צייט, און נאך וואס די נייעס איז געבראכן געווארן און א שטארקע צוזאג אז די זאכן גייען נישט פארזעצן, האט קובא געקענט טראכטן פון ארויס לאזן גראס.
לויט דעם איז אלען גראס פשוט אן קרבן צו די שפיל/שפיצל וואס די ארגאניזאציע פאר וועלכע ער האט געארבעט האט געטון אין קובא.
ישראל קאפקע[ציטאט אראפגענומען]

א) אלען גראס האט נישט געארבעט פאר אמעריקע, נאר פאר א קאמפאני וואס אמעריקע האט געדינגען צו פארשפרייטן קאמוניקאציע מיטלען אן א פערמיט, וואס איז אומלעגאל אין קובא און אין אנדערע דיקטאטורישע רעזשימען.
ב) זעלבסטפארשטענדליך אז דער ציל פון די קאמוניקאציע מיטלען איז געווען צו העלפן פארשפרייטן דעמאקראטיע אין קובא, וואס איז נגד רצונם פון האחים החשובים קאסטרא, אבער איך האב נישט געזען אין ערגעץ אז אמעריקע זאל דירעקט העצן דער יוגנט אין קובא פאר רעוואלוציע.
ג) אלען גראס איז נישט געפאלן א קרבן, ער האט געוואוסט פונקטליך וואס ער טוט, נעמליך, פארשפרייטן אינטערנעט אין א דיקטאטורישע רעזשים, אריינגערעכנט די ריסק אינוואלווד.
ד) זעלבסטפארשטענדליך אז דער באפרייאונג איז בלויז א חלק פון ברייטערע פארהאנדלונגען, נישט עפעס א שיינע אקט פון קובא וואס זיי האבן געטון נאך דעם צוזאג אז מען וועט זיי מער נישט בא'עולה'ן, כאטש דאס איז די אפיציעלע ווערסיע. אויב שוין שפעקולאציעס, איז די גלייכסטע טעאריע צו זאגן אז מיט'ן ארעסטירן גראס איז דער ציל פון קובא טאקע געווען צו צווינגען אמעריקע צו טוישן זייערע שטרענגע פאלעסיס און/אדער באפרייען זייערע שפיאנען.
אלען גראס האט געארבעט פאר USAID, און כאטש דאס וואס ער האט געטון איז אומלעגאל אין קובא, איז עס זייער אומגעווענליך און לייגט זיך נישט אויפן שכל אז פארדעם זאל מען פאראורטיילן פאר פופצן יאר (אפי' אין קובא).
זיין שלעכטן מזל איז געווען די באהאלטענע און פיל הארבערע שריט וואס יועסעיד האט געטון אן די וויסן פון גראס, און כאטש וואס גראס האט געוויסט די ריזיקע פון 'זיינע' שריט האט ער נישט געוואוסט ווי ווייט די ריזיקע גייט ארבעטנדיג פאר יועסעיד.
פאר די סקאנדאל מיט די יועסעיד ארגאניזאציע גיב א גוגל זוך USAID Cuba scandal.

אבאמא האט געזאגט אין זיין דרשה אז גראס איז באפרייט געווארן צוליב הומאניטארישע סיבות
ער גיבט אויך קרעדיט פארן פויפסט
באזונדער האבן זיי באפרייט א וויכטיגע אמעריקאנער שפיאן וואס זיצט שוין דארט סיקרעטלי פאר צוויי דורות פאר א טויש מיט די דריי וואס האבן שפיאנירט אין פלארידע פאר קובא
ער גיבט אויך קרעדיט פארן פויפסט
באזונדער האבן זיי באפרייט א וויכטיגע אמעריקאנער שפיאן וואס זיצט שוין דארט סיקרעטלי פאר צוויי דורות פאר א טויש מיט די דריי וואס האבן שפיאנירט אין פלארידע פאר קובא
למיטב זכרונותי איז דאס שוין די דריטע יאר נאכאנאנד וואס כלל ישראל מאכט הטוב והמיטיב אינעם ערשטן לעכטל חנוכה
תשע''ג מיטן באפרייען ר' משה אליעזר זיגעלמן ספינקא רבי'ס גבאי
תשע''ד באפרייונג פון יענקי עסטרייכער באליוויע
און אצינד תשע''ה ר' אלען שליט''א
קיקט אויס אז די זמן איז פאר דעם מסוגל
לאמיר מתפלל זיין פאר ר' שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין
מרדכי יצחק בן פייגא יהודית סאמעט
צבי ברוך בן אסתר יהודית בלומגארטען
און פאר אלע יושבי חושך וצלמוות
המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרווחה ומאפילה לאורה ומשיעבוד לגאולה אמן