די "סי איי עי אינטעראגעישען פראגראם"
אמעריקע קערט זיך איבער אויף די ריפארט וואס איז ארויסגעקומען פון די פיינונגונג מעטאדן וואס די cia האט גענוצט אויף די אל קיידע טעראריסטן כדאי זיי צו משכנע זיין צו רעדן און ארויסגעבן אינפערמאציע, די ערגסטע איז waterboarding וואס מען גיסט וואסער אויפן מענטש אז ער שפירט ווי ער דערטענקט זיך, די דעמעקראטן זענען דערקעגן און האלטן אז דאס איז נישט מאראליש, און זיי לייגן צו אז עס האט ניטאמאל געהאלפן . אבער די יסודות'דיגע שאלה איז לכאורה צו מען דארף זיך אפהאלטן פון געוויסע מעטאדן וואס איז צו שארף אפילו עס וועט לכאורה ראטעווען לעבנ'ס... וואס האלט דער עולם?
דא קומט אריין נאך א פאקטאר וואס דארף גענומען ווערן אין באטראכט: "שמור לי ואשמור לך". ווען אמעריקע שטעלט אוועק א פרעצעדענט פון נישט-פייניגן שונאים, קען מען דערנאך פארלאנגען ביי אנדערע זיי זאלן נישט פייניגן קיין אמעריקאנער געפאנגענע. נאך די יעצטיגע באריכטן למשל, איז זיכער שווערער פאר אמעריקע צו פארדאמען איסלאמיסטן וואס פייניגן אמעריקאנער.
פלאוויוסדא קומט אריין נאך א פאקטאר וואס דארף גענומען ווערן אין באטראכט: "שמור לי ואשמור לך". ווען אמעריקע שטעלט אוועק א פרעצעדענט פון נישט-פייניגן שונאים, קען מען דערנאך פארלאנגען ביי אנדערע זיי זאלן נישט פייניגן קיין אמעריקאנער געפאנגענע. נאך די יעצטיגע באריכטן למשל, איז זיכער שווערער פאר אמעריקע צו פארדאמען איסלאמיסטן וואס פייניגן אמעריקאנער.
ס'דא די גענעווע קאנווענשאן רולס וואס גייט אן פאר ציוויליזירטע לענדער מיט ארמייען, נישט אויף פאלקלאזע טעראריסטן
גערעכט. אבער לאמיר זאגן אז יעצט זענען מיר נאך מער חוזק ווען מיר פארלאנגען פון די פאלקלאזע טעראריסטן זיך אויפצופירן מענטשליך.
מיר זענען נישט. מיר וואטערבארען טעראריסטן, זיי פייניגן אומשילדיגע ציוועלע.
די געפאנגענע זענען נישט שטענדיג זיכערע טעראריסטן.
דו פרעגסט 'עטיש' צי פראקטיש? עטיש גלייב איך נישט אז ס'דארף זיין אן אפהאלט צו פייניגן א מענטש וואס איז פאראנטווארטליך פאר ליידן פון אזויפיל אנדערע מענטשן (כאטש ס'איז דא א מקום עס צו דעבאטירן). פראקטיש גערעדט קען עס אבער האבן שווערע נאכווייען (און דא בין איך נישט דער מומחה אפצושאצן די זאך ריכטיג).