☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ברוך המקדש שמו ברבים

ברוך המקדש שמו ברבים

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7764

שמעון וואלף » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 10:23 pm

· #241331
ברוך המקדש שמו ברבים
כלל ישראל איז דורך געגאנגען פארשידענע שווערע תקיפות ווי די רשעים האבן זיך געוואלט פארמעסטן אויסצורייסן כל הקודש לנו ולא יזכר שם ישראל עוד ח"ו. געווען אזעלכע וואס האבן געהרג'ט און גערצח'ט במלא מובן המלה און אנדערע וואס האבן געוואלט עוקר זיין את הכל בבחינת מיתת נשמה והגוף קיים.

והיא שעמדה לאבותינו וכו' והקב"ה מצילנו מידם. די הבטחה פון כי לא תשכח מפי זרעו - חס ושלום שתשתכח תורה מישראל, איז אלץ אנגעגאנגען און טראץ אלע שטערונגען מבית ומבחוץ איז די באן געפארן לשם ולתפארת.

ביז ס'איז געקומען אותו רשע הצורר הגרמני ימ"ש, און מיט א סיסטעמאטישע רציחה אויסגעהארגעט גאנצטע קהילות מיט זייערע מנהיגים פון מערערע מדינות אשר כמוהו לא נהיתה מאז היתה ישראל לגוי. מיליאנע קדושים מסלתה ומשמנה פון וואס כלל ישראל האט פארמאגט, זענען אומגעקומען על קידוש השם.

געבליבן זענען א קליין הייפעלע צאמגעבראכענע אידעלעך, אחד מעיר ושנים ממשפחה. שווארץ קוקער האבן פארגעזאגט אז די חרדישע לעבן שטייגער איז א פארגאנגענהייט - איטס אווער! מיט גרויס שוועריקייט און אסאך סיעתא דשמיא איז אבער מקיום געווארן דעם ואחריתך ישגה מאד ווען פון די פאר צעבראכענע אידן איז אויסגעוואקסן א לגיון של מלך פון שווערע טויזענטער וואס שטרעבן ווייטער אנצוהאלטן דעם גלאררייכן אמאל.

כלפי מה דברים אמורים? חרדישע מידיא קוועלער זענען אנגעפילט מיט בילדער, ווידיאס און לייוו הוקאפס ווי מ'זעט און מ'הערט ווי גדולי רבנים ואדמורים זענען מקיים מצוות השם מדי שבת בשבתו ומדי מועד במועדו. מי פלל ומי מלל אז זיבעציג יאר נאך די ביטערע אושוויץ וועלן נאך זיין רבישע אייניקלעך וואס מאכן הבדלה? איך מיז אייך זאגן אז טרערן זענען גרינען פון מיינע אויגעליך הערענדיג אדמו"ר מ'שאראשפאטיק ליינט די מגילה בעצם יום הפורים.

ס'האט זיך אקוראשט אנגעהויבן די ימי החנוכה און שוין קומען צו פליען קליפס פון אלע זייטן ווי יעדעס צווייטער בנשקל איז מדליק את הנרות!

א נקמה אין היטלער!

מנחם » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 11:50 pm

· #241348
דאס גרעסטע נקמה אין היטלער איז נאך לכאורה געווען דעם קליפ וואס איז ארומגעפארן פון דעם קרעשטינצער צדיק שליט"א, ווי ער שפילט מיט'ן פידל נאך הדלקת הנירות, ווער וואלט זיך דאס געגלייבט אז "בזמן הזה" וועט נאך זיין אזאנא "בימים ההמ'ניקערס" נישט אויפגעבן אויף קיין תג כל שהוא.

יואב » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 12:11 am

· #241350
פונקט געוואלט שרייבן איבער דעם. יעצט זע איך ס'איז ממש זה נהנה וזה בענענע. יעדער טרואמפירט מיט זיין נקמה, והכל על מקומו יבא בשלום.

זאגן זיי, די איפכא מסתברא'ניקעס אזוי: כאטש ס'איז פאר דעם היטלער'ן נישט געלונגען אויסצופירן אלע זיינע פלענער, האט ער פארט א נקמה אין מיר פשוטי עם, חוטבי קוגל ושואבי ח"י ראטל.

זיין נקמה פלאן איז געווען זייער פשוט: לאז לעבן אחד מעיר, און גיב אים נאר אהין שנים במשפחה. וכך הווה.

דריידל » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:48 am

· #241391
ווען מ'האט איבערגעדרייט א וועלט מיט די כינוס כלל ישראל מיט אזעלכע לאזונגען אז דאס אידישקייט גייט אינטער וכדומה, האט מיר איינער געזאגט אז ער איז נישט באזארגט ווייל אויב אידישקייט איז נישט אינטערגעגאנגען נאך די צווייטענ וועלט מלחמה, וועט די אינטערנעט עס זיכער נישט אינטערברענגן.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:16 am

· #241399
יואב
זה נהנה וזה בענענע

😛 👍

התם ומתמם עם תמימים » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 9:25 am

· #241975
דריידל
ווען מ'האט איבערגעדרייט א וועלט מיט די כינוס כלל ישראל מיט אזעלכע לאזונגען אז דאס אידישקייט גייט אינטער וכדומה, האט מיר איינער געזאגט אז ער איז נישט באזארגט ווייל אויב אידישקייט איז נישט אינטערגעגאנגען נאך די צווייטענ וועלט מלחמה, וועט די אינטערנעט עס זיכער נישט אינטערברענגן.


😲 😕 ❗ ❗ ❗

פישלע העררינג » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 9:59 am

· #241979
יואב
ס'איז ממש זה נהנה וזה בענענע.

😂 😂

יואב
מיר פשוטי עם, חוטבי קוגל ושואבי ח"י ראטל.

😂 😂

יואב
לאז לעבן אחד מעיר, און גיב אים נאר אהין שנים במשפחה.

😂 😂

טיפיקל @יואב! איין קליינטשיקע תגובה'לע, טשאק פול אוו הומאר...