☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » נייע ווערסיע פון די אינטערנעט ווערט היינט געלאונטשט - IPv6

נייע ווערסיע פון די אינטערנעט ווערט היינט געלאונטשט - IPv6

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #776

יידל » מיטוואך יוני 6, 2012 12:16 am

· #16353
נייע ווערסיע פון די אינטערנעט ווערט היינט געלאונטשט - IPv6
די נייע ווערסיע פון די אינטערנעט, IPv6, וועלכע וועט עווענטואל גענצליך איבערנעמען די יעצטיגע IPv4 סיסטעם ווען היינט געלאונטשט ווערן. זעט א שיינע ערקלערונג פון גוגל איבער די חילוק פון די צוויי סיסטעמען אין די וויכטיגקייט פון די נייע ווערסיע דא.

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 6, 2012 1:09 am

· #16364
מ'מאכט א גרויסע טאראראם אבער דאס איז נישט מער ווי א סימבאלישע טאג ווען אסאך קאמפאניס ענעיבלען זייער IPv6 סעטינגס פערמענענטלי, IPv6 איז שוין קע"ה 18 יאר אלט, די IETF האט אנגעהויבן צו דיוועלאפען IPv6 אין יארע 1994 (וויפיל פון אונז האבן דעמאלס געוויסט אז אזא זאך ווי אינטערנעט עקזעסטירט בכלל?), און אסאך סייטס האבן שוין געהאט IPv6 אדרעסען פאר א לאנגע צייט. אויך איז עס נישט קיין שום נייע אינטערנעט, ס'נאר א נייע אינטערנעט ראוטינג פראטאקאל, די וועבזייטלעך גייען זיך גארנישט טוישן, און די אלטע IPv4 גייט נאך ארבעטען פאר א לאנגע צייט, יעצט לגבי קאמפעטיביליטי, אויב ראנט איר ווינדאוס 95 אדער 98 (השם ישמרינו) זענט איר אוט אוו לאק, אויב האט איר ווינדאוס 2000 דארפט איר אראפלאדענען א אפדעיט פון מיקראסאפט, און פון XP און וויטער קומט עס אינסטאלירט. אויב איר ווילט קענט איר טשעקען אייער קאנעקשען צו זעהן אויב איר קאנעקט זיך שוין צו די אינטערוועבס מיט די נייע IPv6, דא און דא, כדי איר זאלט באקומען ריזאלטס אז איר זענט אויסגעהאלטן מיט IPv6 דארף אייער קאמפיוטער, ראוטער, מאודעם, און אייער ISP זיין איינשטיניג דערצו.

יידל » מיטוואך יוני 6, 2012 10:19 am

· #16393
געוואלד און געשריגן , ער זאגט אז איך קען מיך נישט קאנעקטען צו IPv6 סייטס! וואס טוט מען?

It looks like you have only IPv4 Internet service at this time. Don't feel bad - most people are in this position right now. Most Internet service providers are not quite yet ready to provide IPv6 Internet to residential customers.

The good news is, nothing will suddenly break. When web sites offer their content on both IPv4 and IPv6, you'll still reach them using your existing IPv4 Internet service.

You also appear to have Teredo enabled. You did successfully connect to an IPv6 site during this test - but only when forcing the connection by connecting to an IPv6 numeric address, instead of a web site name. This setting will not help or hurt you going forward to reach IPv6 web sites.

Teredo (a tunneling protocol for Windows computers) advice will be posted hopefully soon.

Don't stress too much on having an IPv6 address in 2011. If you do buy a new router, make sure that it will be IPv6 ready (or upgradable) when your service provider does offer IPv6.

פינטאו » דאנערשטאג יוני 7, 2012 11:05 pm

· #16775
זארג נישט, ביי-דע-טיים IPv4 וועט מער נישט פונקציאנירן, וועסטו שוין האבן א נייעם קאמפיוטער אויסשטאפירט מיט IPv6.

איינער » פרייטאג יוני 8, 2012 8:02 am

· #16801
געפילטע פיש
מ'מאכט א גרויסע טאראראם אבער דאס איז נישט מער ווי א סימבאלישע טאג ווען אסאך קאמפאניס ענעיבלען זייער IPv6 סעטינגס פערמענענטלי, IPv6 איז שוין קע"ה 18 יאר אלט, די IETF האט אנגעהויבן צו דיוועלאפען IPv6 אין יארע 1994 (וויפיל פון אונז האבן דעמאלס געוויסט אז אזא זאך ווי אינטערנעט עקזעסטירט בכלל?), און אסאך סייטס האבן שוין געהאט IPv6 אדרעסען פאר א לאנגע צייט. אויך איז עס נישט קיין שום נייע אינטערנעט, ס'נאר א נייע אינטערנעט ראוטינג פראטאקאל, די וועבזייטלעך גייען זיך גארנישט טוישן, און די אלטע IPv4 גייט נאך ארבעטען פאר א לאנגע צייט, יעצט לגבי קאמפעטיביליטי, אויב ראנט איר ווינדאוס 95 אדער 98 (השם ישמרינו) זענט איר אוט אוו לאק, אויב האט איר ווינדאוס 2000 דארפט איר אראפלאדענען א אפדעיט פון מיקראסאפט, און פון XP און וויטער קומט עס אינסטאלירט. אויב איר ווילט קענט איר טשעקען אייער קאנעקשען צו זעהן אויב איר קאנעקט זיך שוין צו די אינטערוועבס מיט די נייע IPv6, דא און דא, כדי איר זאלט באקומען ריזאלטס אז איר זענט אויסגעהאלטן מיט IPv6 דארף אייער קאמפיוטער, ראוטער, מאודעם, און אייער ISP זיין איינשטיניג דערצו.


צו זיין מער פונקליך. אין ווינדאוס XP איז עס אינסטאלירט אבער נישט ענעינבלעד, מען דארף עס אליין ענעינבלען, פון וויסטע און ווייטער קומט עס שוין ענעינבלעד.

איינער » דינסטאג יוני 19, 2012 12:14 am

· #18505
יידל
געוואלד און געשריגן , ער זאגט אז איך קען מיך נישט קאנעקטען צו IPv6 סייטס! וואס טוט מען?

אויב די ווילסט שטארק האבן IPv6 קענסטו ניצן א טאנעלינג סערוויס, איך נוץ פון האריקען עלעקטעריק און עס ארבייט זייער גוט.

נאך א פשט » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:54 am

· #45893
איינער
יידל
געוואלד און געשריגן , ער זאגט אז איך קען מיך נישט קאנעקטען צו IPv6 סייטס! וואס טוט מען?

אויב די ווילסט שטארק האבן IPv6 קענסטו ניצן א טאנעלינג סערוויס, איך נוץ פון האריקען עלעקטעריק און עס ארבייט זייער גוט.

אויב מעג איך פרעגן, וואס האסטו פון דעם? עס איז דערווייל נישט דא קיין שום (ניצלעכע) וועב סייט וואס איז נישט עוועיליבל אויף IPv4.

נאך א פשט » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:04 pm

· #45896
סתם אונטערעסאנט, די מערסטע יוניק איי פי אדרעסעס וואס איז שייך מיט IPv4 איז 4,294,967,296 (וואס זענען שוין כמעט אלע אויסגענוצט) אבער מיט IPv6 איז דא 340,282,366,920,938,000,000,000,000,000,000,000,000 דאס קומט אויס צו 4,861,176,670,299,114,285,714 פאר יעדען איינציגער מענטש אויפן וועלט. האפענטליך וועט דאס זיין גענוג פאר א שיינע פאר יאר.

ממרום שלח אש » מיטוואך מערץ 13, 2013 6:45 pm

· #96752
יידל, IPV איז נישט די אינטערנעט, סאו די אינטערנעט בלייבט ביים אלטן.

IPV איז א פראטאקאל וואס שרייבט פאר וויאזוי איין סערווער טרעפט דעם צווייטן אן קיין צענטראלע קאפ.