☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #7757

אשכול אן א טיטל #7757

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7757

— » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 8:10 am

· #241169

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:17 pm

· #241208
שרעקליך!

בעת איך האב רחמנות אויף די אומשולדיגע קינדער, איז מיין שאלה צי דארף מען טאקע רחמנות האבן? אדער גייט עס אריין בגדר המרחם על רשעים?
איך אויך, און געפילטע, זענען מכובד מיך אויפצוקלערן, היות כ'בין נישט באקאנט מיט די פאקיסטאנע ווערטשאפט, עס קוקט מיר אויס אז זיי עסן א קוגל וואס זיי האבן אליינס אפגעקאכט, און דאמירן בעלמא (די וועלט זאגט בלע"ז) אז מען לייגט זיך שלאפן מיט קעץ שטייט מען אויף צעגראדזשעט.

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:21 pm

· #241210
רחמנות איז נישט א באשטאנדטייל וואס מ'באשטעלט אויף עמעזאן מיט פרי שיפינג אויב איז מען א פריים מעמבער.
רחמנות איז אן אינסטיקטיווער געפיל פון א מענטשליך הארץ, און יא, מיין הארץ גייט אויס פון רחמנות ווען יונגע קינדער ווערן אויסגע'שחט'ן על לא עוול בכפם אפגעזען די ראסע און רעליגיע.
ווילסט עס אראפברענגען למטה מעשרה טפחים קענסטו נוצן דעם "באותו שעה כשרה היה" וואס די תורה זאגט אויף ישמעאל.

ישראל קאפקע » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:26 pm

· #241211
שמעקעדיג
שרעקליך!

בעת איך האב רחמנות אויף די אומשולדיגע קינדער, איז מיין שאלה צי דארף מען טאקע רחמנות האבן? אדער גייט עס אריין בגדר המרחם על רשעים?
איך אויך, און געפילטע, זענען מכובד מיך אויפצוקלערן, היות כ'בין נישט באקאנט מיט די פאקיסטאנע ווערטשאפט, עס קוקט מיר אויס אז זיי עסן א קוגל וואס זיי האבן אליינס אפגעקאכט, און דאמירן בעלמא (די וועלט זאגט בלע"ז) אז מען לייגט זיך שלאפן מיט קעץ שטייט מען אויף צעגראדזשעט.

וואס איז בכלל די פראגע? אומשולדיגע קינדער אויסגעשאכטן.
אפילו ווען די קרבנות זאלן זיין (וואס זיי זענען נישט) פון די זעלבע פארטיי און עטנישע גרופע ווי די אטאקירער, זענען זיי אבער קינדער, דארף מען דען נישט רחמנות האבן אויף די קינדער וואס ווערן געבוירן צו א מאפיאנער? אדער א טעראריסט? דאס אליינס איז די גרעסטע רחמנות, געבוירן צו ווערן אין אזא קולטור.

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:26 pm

· #241212
כוכב
רחמנות איז נישט א באשטאנדטייל וואס מ'באשטעלט אויף עמעזאן מיט פרי שיפינג אויב איז מען א פריים מעמבער.
רחמנות איז אן אינסטיקטיווער געפיל פון א מענטשליך הארץ

יישר כח.
איי געסס ווען חז"ל האבן געזאגט כל המרחם על רשעים וכו' האט נאך עמעזאן נישט עקזיסטירט....

ישראל קאפקע » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:29 pm

· #241215
פארוואס רופסטו אן יונגע קינדער רשעים?

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:32 pm

· #241217
איך האב זיי קיינמאל נישט אנגערופן רשעים. עס איז נאר געווען א משל שאינו דומה לנמשל.
ואי תימא, אויף די קינדער איז נישט קיין גרויס רחמנות, עס ערווארט זיי ממילא נישט קיין געשמאק לעבן, אויבן אין הימל וועט זיי זיכער בעסער זיין; די רחמנות איז ליבערשט אויף זייערע עלטערן וועלכע פארלירן די קינדער.

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 3:25 pm

· #241238
אצינד זעה איך אין די נייעס אז אין תימן איז אויכעט ששון ושמחה (בל' סגי נהור), 2 קאר באמבעס האבן אויפגעריסן, אומברענגענדיג אמווייניגסטנס 31 מענטשן, 20 אומשולדיגע קינדער צווישן זיי.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 11:29 pm

· #242281
איך קוק דא איבער מיינע נארישע תגובות און איך וויל ברבים אויסדרוקן חרטה פאר די אומריכטיגע מחשבות אקעגן די אומשולדיגע קינדער. זיי זענען בכלל נישט געווען אין פלאץ.

Yossy » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 12:41 am

· #242300
ווער ווייסט , עס קען זיין אז אסאך פון די קינדער וואלטען אויפגעוואקסען suicide bombers ליידער מיט די היינטיגע ראדיקאלע מוסלימ`ס איז שווער צי האבן מיטלייד אין איך פארליר נישט קיין שלאף וועגען זיי.
איין זאך איז זיכער ווילאנג זיי הרגענען זיך צווישען זיך איז בעסער פאר אינז.