☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » א גוי האט מסירת נפש??? אייסיס והמסעתף

א גוי האט מסירת נפש??? אייסיס והמסעתף

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7746

לא להנאת גופי » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 7:50 am

· #240915
א גוי האט מסירת נפש??? אייסיס והמסעתף
לעצטענס קומט ארויס א מעשה וועגען 4 יונגע קריסטין [אין די בחור'שע יארען], וועם אייסיס האט געפאנגען און זיי האבען זיי געסטראשעט זיך צו טויפען אויף איסלאם, ווען די קינדער האבן זיך אנטזאגט האבן די רוצחים זיי געבעטען כאטש צו זאגען אז זיי גלייבען אין מהמוד, און דערביי האבען די רוצחים קלאר ארויסגעברענגט וואס גייט פאסירען טאמיר זיי אנטזאגען זיך. די קינדער האבען אבער געענפערט מוט שטאלץ 'מיר גלייבען אין ישו, ער איז אייביג געווען מוט אינס, מיר וועלן עם נישט אפלאזען'. ווי נאר זיי האבען זיך אנטזאגט איז איבריג צו זאגען אז א ''ביהעדינג'' האט נאכגעפאלגט..
[די מעשה איז דערציילט געווארען דורך א רייע מידיע נעצען. אבער די מקור איז א גלח, ממילא ווייס איך נישט צי ס'האט ממש סמכות]
עכ''פ וויל איך וויסען וויאזוי מיר דאפען אנקוקען אזאי סיפור. א אמתע מוסטע פון ריינע מסירת נפש, אבער ליידער ביי א פרעמדע פאלשע רעליגיע. מיר ווייסען אז מיר האבען גע'ירש'עט דעם כח פון מסירת נפש פון די אבות. לכאורה דא זעהט מען ווי די קריסטין להבדיל האבען אויך אזאי כח פון מסירת נפש?? וואס פשט?? אפשר איז דאס א יוצא מן הכלל? אבער ס'איז שווער צו וויסען ווייל אין היסטאריע האט מען כמעט נישט געצווינגען די קריסטין זיך צו טויפען. מן יימר וואס וואלט געווען טאמיר יא? אפשר איז דאס די טבע פון אלע רעליגיעס אז מענטשען זענען גרייט צו שטארבען פאר זייערע רעליגיע?
און אז מ'רעדט שוין פון אייסיס וואלט איך געוואלט פרעגן נאך א שאלה, וואס איז די בלוק וואס מיר דארפן האבען אויף זיי.
אין דער ווידיא ווי אל-באגדאדי ערקלערט זיך אלס נייע קאליף ווי ער געבט זיין 'הכתרה דרשה' -להבדיל פארשטייט זיך- זעהט ער אויס ממש ווי איינער וואס מיינט ריין און ערענסט זיין רעליגיע. ער זאגט נאך מוט א פשטות אז 'טאמיר איינער האלט אז איך טו עפעס וואס גייט אקעגן דעם רצון פון [דער אזוי גערופענע:] גאט ['אלאה' לפי שפתם] זאל ער מיר גלייך מאכען אויפמערקזאם און איך וועל מיך זאפארט פארעכטען וכו'. ער מאכט א מורידיגע ערענסטע אימפרעשן.
וואס דארפען מיר האלטען וועגען דעם. און אזוי אויך פרעג איך, צו מעגן מיר רחמנות האבען אויף די גע'הרגעטע קריסטין, צו דארפען מיר ארויפקוקען אויף אייסיס ווייל זיי גייען אין פייער פאר זייער [א''ג:] רעליגיע און א כופר מיז מען דאך הרגענען, אלזא זענען זיי בעצם גערעכט? אדער אפשר ביידע נישט?

פידלער » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 8:39 am

· #240916
Wow. א שאד ס'איז נאר 4 בחורים, נישט 7. דאס איז דאך ממש די מעשה פון חנה מיט די 7 זין.

פליז לינק צו ארטיקל.

סאשי פיש » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 8:42 am

· #240917
איך האב געזען בילדער פון די פיר צוגעבינדען און פון די מעשה רציחה.

לא להנאת גופי » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:55 am

· #240927
זאגסט אבער נישט צו ס'איז אויסגעהאלטען. און אין פאקט האבען מיר טאקע אזוי געטון בימי בית המקדש

נקודת החבדית » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:41 am

· #240937

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 12:58 pm

· #240959
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: איך האב פונקט דאס געוואלט דא זאגן. אז נאך א מזל די ציונים זענען נישט קיין חרדים. אנישט וואלטן זיי אויכעט אזוי געטון ווי אייסיס. (להבדיל(.
אבער ערנסט גערעדט. די אידישע רעליגיע איז נישט איינגעשטעלט אויף איינצונעמען און באצווינגען אנדערע רעליגיעס. אפילו ווען די אידן האבן פאוער דאס צו טון.
ישו (יאשקע) איז נאר פארמשפט' געווארן ווייל ער איז געווען א מסית ומדיח. אויף וועם ס'שטייט בפירוש אין די תורה אז בית דין דארף איהם פארמשפט'ן און הרג'נען. אבער, מעגליך ווען איינער, ספעציעל א גוי, דינט עבודה זרה. אדער עבודה זרה בשיתוף, איז עס זיכער נישט אונדער תפקיד צו טוישן דעם מצב. און אוודאי נישט עם צו הרג'נען...!

לא להנאת גופי » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 2:45 pm

· #240983
קודם כל וואס איז מוט אלע כופרים, לויט די גמ' און רמב''ם זענען מיר מחיוב צו הרג'ענען יעדער איד וואס גלייבט נישט, און טעקניקלי ווען משיח וועט קומען וועלען מיר לכאורה דארפן אויסשעכטען א האלב לאנד. [וואס גראדע איז דא א חזו''א וואס זאגט אז היינטיגע צייטן זענען מיר פטור פון דאס טון, אבער בעצם נישט].
שנית ביי א גוי איז דא א הלכה אין מעלין ואין מורידין, דהיינו אויב א גוי ריפט די משטרה אז איינער וויל עם הרג'ענען, טארען מיר נישט קומען עם ראטעווען!!
שלישית, וואס איז מוט עמלק? זיי האבען אפ' נישט א וועג ארויס, דאכטזיך אז מ'איז נישט מקבל גרים פון עמלק, [ס'קען אבער זיין אז כ'האב נארוואס אויפגעמאכט א זאך]. מפרעגט זיי נישט קיין שאלות, מ'דארף צו גיין און זיי אפהאקען די קאפ.
די מיזט פארשטיין אז ס'איז דא פיל מוט אראבער וואס האלטען אויך נישט פונעם אייסיס מהלך, הגם וואס בעצם לויט זייערע רעליגיע זענען זיי גערעכט, אבער זיי פארשטייען אויך אזאי סארט 'עת לעשות - הפרי תורתך' להבדיל, אבער דאס מאכט זיי נישט גערעכט.
איך זאג סך הכל אז די סאטמער רבי איז לכאורה גערעכט - רעליגיע איז א סתירה מוט דעמאקראטיע. און מיר דארפן שעצן וואס אייסיס טוט פונקט אזוי ווי מיר שעצן -להבדיל- וואס די אידען האבען געטון צו די ז' עממים.

לא להנאת גופי » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 2:53 pm

· #240986

יאיר » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:05 pm

· #241014
לא להנאת גופי
קודם כל וואס איז מוט אלע כופרים, לויט די גמ' און רמב''ם זענען מיר מחיוב צו הרג'ענען יעדער איד וואס גלייבט נישט, און טעקניקלי ווען משיח וועט קומען וועלען מיר לכאורה דארפן אויסשעכטען א האלב לאנד. [וואס גראדע איז דא א חזו''א וואס זאגט אז היינטיגע צייטן זענען מיר פטור פון דאס טון, אבער בעצם נישט].

ווען משיח וועט קומען וועלן אלע אידן תשובה טון, וועט נישט זיין וועמען אויסצושעכטן. סארי.
לא להנאת גופי

שנית ביי א גוי איז דא א הלכה אין מעלין ואין מורידין, דהיינו אויב א גוי ריפט די משטרה אז איינער וויל עם הרג'ענען, טארען מיר נישט קומען עם ראטעווען!!

אויף דעם איז דא די באקאנטע היתר אז כדי דער גוי זאל ראטעווען א איד בעת צרה דארף מען אים אויך ראטעווען.
לא להנאת גופי

שלישית, וואס איז מוט עמלק? זיי האבען אפ' נישט א וועג ארויס, דאכטזיך אז מ'איז נישט מקבל גרים פון עמלק, [ס'קען אבער זיין אז כ'האב נארוואס אויפגעמאכט א זאך]. מפרעגט זיי נישט קיין שאלות, מ'דארף צו גיין און זיי אפהאקען די קאפ.
[/i]
עמלק עקזיסטירט שוין לאנג נישט. בא סנחריב וכו'.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:17 pm

· #241019
לא להנאת גופי
קודם כל וואס איז מוט אלע כופרים, לויט די גמ' און רמב''ם זענען מיר מחיוב צו הרג'ענען יעדער איד וואס גלייבט נישט, און טעקניקלי ווען משיח וועט קומען וועלען מיר לכאורה דארפן אויסשעכטען א האלב לאנד. [וואס גראדע איז דא א חזו''א וואס זאגט אז היינטיגע צייטן זענען מיר פטור פון דאס טון, אבער בעצם נישט].
שנית ביי א גוי איז דא א הלכה אין מעלין ואין מורידין, דהיינו אויב א גוי ריפט די משטרה אז איינער וויל עם הרג'ענען, טארען מיר נישט קומען עם ראטעווען!!
שלישית, וואס איז מוט עמלק? זיי האבען אפ' נישט א וועג ארויס, דאכטזיך אז מ'איז נישט מקבל גרים פון עמלק, [ס'קען אבער זיין אז כ'האב נארוואס אויפגעמאכט א זאך]. מפרעגט זיי נישט קיין שאלות, מ'דארף צו גיין און זיי אפהאקען די קאפ.
די מיזט פארשטיין אז ס'איז דא פיל מוט אראבער וואס האלטען אויך נישט פונעם אייסיס מהלך, הגם וואס בעצם לויט זייערע רעליגיע זענען זיי גערעכט, אבער זיי פארשטייען אויך אזאי סארט 'עת לעשות - הפרי תורתך' להבדיל, אבער דאס מאכט זיי נישט גערעכט.
איך זאג סך הכל אז די סאטמער רבי איז לכאורה גערעכט - רעליגיע איז א סתירה מוט דעמאקראטיע. און מיר דארפן שעצן וואס אייסיס טוט פונקט אזוי ווי מיר שעצן -להבדיל- וואס די אידען האבען געטון צו די ז' עממים.

לא להנאת גופי: הרב יאיר האט שוין פארענטפערט רוב פון דיינע קשיות. אבער די ביסל וואס איז נאך געבליבן, איז אזוי. ווען משיח וועט אי"ה קומען און אונז חרדים וועלן האבן אן אייגענע מדינה, און ס'וועט אריינקומען א קאלל צו די משטרה אויף 911 אדער אויף מוקד 100, וועט דער אפערעיטאר (מסתמא נישט קיין נשים. נאר היימישע יונגעלייט.) דארפן קובע זיין אויב דער אריינרופער שטאמט פון עמלק. אויב יא, וועט ער נישט שיקן קיין פאליס קאר צו העלפן. וועגן איסור פון לא תחיה כל נשמה. אויב אבער די עאריינרופער איז נישט מזרע עמלק, אפילו מספק, וועט ער יא שיקן א יוניט...!
ביז דערווייל דאנקען מיר דעם הייליגן באשעפער אז די חילונים פיהרן די מדינה. ווייל אנישט וואלט געווען גרויסע צרות. דו קענסט זיך פארשטעלן ווען די סיקריקים פון מאה שערים אדער בית שמש פיהרן די מדינה. ה' ישמרנו. אייסיס וואלט שוין בעסער געווען...! ... 😂

לא להנאת גופי » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 5:45 pm

· #241283
יאיר. כ'זעה דו האסט אביסל ארויס דער נושא. קענסט אפשר קלאר ארויסברענגען די חילוק צווישען וואס אייסיס טוט יעצט מוט די יאזידי מיידלעך, וואס די גאנצע וועלט שרייט אזויווי א כרוכיא, געוואלד וויאזוי קען מען דאס ציקוקען, און להבדיל די דין פון פאנגען א יפת תואר אין א אידישע מלחמה, וואס לכאורה מיינט דאס אפ' על אפם וחמתם פון די געפאנגענע, און מ'מעג טון מוט זיי .. וויאזוי ציטיילט מען אט די ביידע?