דראמאטישע משכונות קריזיס אין סידני, אוסטראליע
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7743
דראמאטישע משכונות קריזיס אין סידני, אוסטראליע
אין די מינוט'ן שפילט זיך אפ א דראמאטישע משכונות-קריזיס אין אוסטראליע, וואו טעראריסטן האבן געשטורעמט א קאווע-הויז אין סידני און גענומען משכונות 13 מענטשן. פאליציי און פארמיטלער געפונען זיך אויפ'ן סצענע.
וואטשט לייוו: https://au.news.yahoo.com/video/watch/1 ... ve-sydney/
משכונות זענען געצווינגען געווארן צו שטיין ביים פענסטער מיט וואס זעט אויס צו זיין אייסיס פענער
באריכטן געבן אן אז די טעראריסטן האבן פארלאנגט פון פאליציי-פארמיטלער צו רעדן אויפן טעלעפאן מיט דעם פרעמיער מיניסטאר.
אויף די פאן וואס די צוויי משכונות האבן געהאלטן ביים פענסטער איז געשטאנען: "נישט דא קיין גאט אויסער אללה און מוחמד איז זיין שליח".
די לאסס אוו לייווס איז קיינמאל נישט קיין גוטע זאך אבער פון די אנדערע זייט איז צומאל גוט אז די ליבאראלע קאנאדער און אוסטראלישע אוהבי האראבערס והטעראריסטן זאלן פילן ביי זיך אינדערהים וואס מד''י מאכט מיט טעגליך.
אבאמא איז א סך מער ליבעראל ווי הארפער.
ער מיינט די פאלק נישט די פירער
כ'בין אבער נישט באקאנט צי אוסטראליע איז אזוי ליבעראל, און איסלאם ליבהאבערס
סטעיטמענט פונעם פרעימער מיניסטאר
ערשטע בילד פון איינער פון די טעראריסטן
פון די לייוו פיד איז משמע אז מען רעדט פון א איינצעלנעם טעראריסט ,פארשטיי איך ריכטיג?
יא יא, כ'האב פריער געשריבן וואס שטייט אויפ'ן פאן.
@איך אויך, האסט גוט געזאגט פריער. זאלן זיך די יפי נפש פון די אלע אייראפעישע לענדער זיך לערנען וואס די פרידליכע מוסלומענער זענען ביכולות צו טון. קוק אן די צעמישטע פנימ'ער אויף די אוסטראלישער:
פרעסע קאנפערענס דורך די פרעימער מיניסטאר אין 20 מינוט. האלט עס מיט אויף די לינק אינעם ערשטן תגובה.
אויסטראליע איז נישט ממש אין אייראפע, און ביידע סיי קאנאדע און סיי אויסטראליע זענען פיל מער קאנסערוואטיוו ווי די אייראפעאישע לענדער, בדרך כלל.
עס איז מיר ברור אז דער טעראריסט איז גרייט צו טוהן וואס עס פעלט זיך אויס כדי צו באגעגענן די 70 בתולות וואס ווארטן אויף עם... און די סיעג' וועט זיך פארשלעפן ביז ער ווערט מיד אדער מען שיסט עם פון אינדרויסן.
אה יעצט זעה איך אז די אוסטראלישע טעראר עקספערטן האלטן אויך אזוי.
http://www.ntnews.com.au/news/national/ ... 7156341960
איך אויךדי לאסס אוו לייווס איז קיינמאל נישט קיין גוטע זאך אבער פון די אנדערע זייט איז צומאל גוט אז די ליבאראלע קאנאדער און אוסטראלישע אוהבי האראבערס והטעראריסטן זאלן פילן ביי זיך אינדערהים וואס מד''י מאכט מיט טעגליך.
לערנט אייך שוין אויס דעם אלטן כלל, גארנישט איז גוט פאר אידן עווער, איך זעה ענדערש זיי זאלן באשולדיגן מדינת ישראל ווי איידער האבן מיטגעפיל.
נייעס באריכטן געבן אן אז ווי עס שיינט איז די רעדע פון אסאך מער פון 13 פארכאפטע. ווי מען גלויבט רעדט מען פון בערך 50 פארכאפטע.
דער פרעימער האט יעצט געענדיגט רעדן און גארנישט מחדש געווען.
נאר צו באמערקן אז אין סידני איז יעצט הויך זומער און אפשר האלב פון די פאליסלייט גייען מיט קורצע הויזן. כ'מיין מען זעהט נישט אזאנס אין ערגעץ באט דען עגען אוסטראליע איז א פריטי לעיד בעק סאסייעטי.
ישראל קאפקעאויסטראליע איז נישט ממש אין אייראפע, און ביידע סיי קאנאדע און סיי אויסטראליע זענען פיל מער קאנסערוואטיוו ווי די אייראפעאישע לענדער, בדרך כלל.
סנישט ליבעראל און נישט קאנסערוועטיוו, ס'איז דעמאקראטיע, מיט א שונא וואס רעכנט זיך נישט מיט דעמאקראטיע מעג מען מיט יענעם אויך נישט זיין, דעמאקראטיע קען נאר ארבעטן אויב יעדער האלט מיט מיט דעם.
70 יאר האט גענומען פאר מדינת ישראל איינצוזעהן אז מען מוז מאכן א חוק הלאום, מען מוז לימיטן דעמאקראטיע אז נישט איז דאס גאנצע לאנד אין א סכנה, וויפיל יאר און וויפיל קרבנות וועט נעמען פאר די וועסט ביז ראסיזם קעגן אראבערס וועט זיין ליגעל?
ביבערישראל קאפקעאויסטראליע איז נישט ממש אין אייראפע, און ביידע סיי קאנאדע און סיי אויסטראליע זענען פיל מער קאנסערוואטיוו ווי די אייראפעאישע לענדער, בדרך כלל.
סנישט ליבעראל און נישט קאנסערוועטיוו, ס'איז דעמאקראטיע, מיט א שונא וואס רעכנט זיך נישט מיט דעמאקראטיע מעג מען מיט יענעם אויך נישט זיין, דעמאקראטיע קען נאר ארבעטן אויב יעדער האלט מיט מיט דעם.
70 יאר האט גענומען פאר מדינת ישראל איינצוזעהן אז מען מוז מאכן א חוק הלאום, מען מוז לימיטן דעמאקראטיע אז נישט איז דאס גאנצע לאנד אין א סכנה, וויפיל יאר און וויפיל קרבנות וועט נעמען פאר די וועסט ביז ראסיזם קעגן אראבערס וועט זיין ליגעל?
א שאד טאקע אז עס נעמט זיי אזוי לאנג, זיי דארפן זיך אפלערנען פון מ.י. און דערקלערן אויסטראליע א קריסטליך לאנד, פארוואס זיין אזוי פאליטיש קארעקט?
גראדע האט אוסטראליע נישט לאנג צוריק געלאזט פאלן אזעלכע קאנטראווערסיאלע ווערטער.
ישראל קאפקע
א שאד טאקע אז עס נעמט זיי אזוי לאנג, זיי דארפן זיך אפלערנען פון מ.י. און דערקלערן אויסטראליע א קריסטליך לאנד, פארוואס זיין אזוי פאליטיש קארעקט?
יא, נישטא קיין אנדערע עצה, חוץ די אנדערע עצה איז וואס נתורי קרתא האט פאר מדינ ישראל, אינגאנצן זיך אונטערגעבן, די ביז יעצטיגע וועג קען נישט און וועט קיינמאל נישט ארבעטן.
איך אויךנאר צו באמערקן אז אין סידני איז יעצט הויך זומער און אפשר האלב פון די פאליסלייט גייען מיט קורצע הויזן. כ'מיין מען זעהט נישט אזאנס אין ערגעץ באט דען עגען אוסטראליע איז א פריטי לעיד בעק סאסייעטי.
נישט געפערליך, ווייניגער פון אכציג.
ישראל קאפקעאויסטראליע איז נישט ממש אין אייראפע, און ביידע סיי קאנאדע און סיי אויסטראליע זענען פיל מער קאנסערוואטיוו ווי די אייראפעאישע לענדער, בדרך כלל.
אבער די גאווערנמענטס פון אויסטראליע און ניו זילאנד זענען פרא-פאלעסטינער געשטימט. אויך א גרויסע טייל פון די באפעלקערונג...!
יעצט זאגען זיי אז מ'רעדט פון 'איין' גאנמאן, ממש בישות. איין מאן זאל איבערנעמען במלא מובן המילא א גאנצע שטאט.
דאס ווייזט אינס נאר נאך איינמאל, אז די פאליציי זענען זיך 'מחיה' מוט אזעלעכע סארט מצבים און זיי איילען זיך בכלל נישט אינערגעטץ...
אפאר משכונות פון אינווייניג האבח געמאכט קאנטאקט מיט נייעס אגענטורן און איבערגעגעבן "chilling messages", כלשונם, אבער אויפ'ן פארלאנג פונעם פאליציי האבן זיי עס נישט פובליצירט.
די רעדע איז ווארשיינליך פון אן איינצעלענעם טעראריסט. ער פארלאנגט צו רעדן מיט די פרעימער מיניסטאר אויפ'ן ראדיא.
א בילד פונעם טעראריסט וואס האלט פארכאפט די משכונות. אן איראנער געבוירענער.
ער איז א צעדרייטער פארברעכער.
ער האט דערשטאכן זיין געוועזענע ווייב צום טויט, און אין אקטאבער איז ער געווארן אנגעקלאגט אויף פערציג באזונדערע קלאגעס פון סעקסואלע איבערפאל אויף עטליכע אנדערע פרויען.
ער טענהט אז ער איז אן עקספערט אין אסטראלאגיע, נומעראלאגיע, און כישוף, און ער האט זיך זעלבסט דערקלערט אלס א שעיך.
ער קען זיך גוט די פאליציי אפיצירן מיט וועלכע ער פארהאנדלט יעצט.
דראמאטישע אנטוויקלונג אין סידני. שווערע פייער אויסטויש, און משכונות ווערן געזען אנטלויפן פונעם סצענע. אומבאשטעטיגעטע באריכטן אז דער טרעאריסט איז טויט.
די לייוו לינק אינעם ערשטען תגובה האט שוין עקספייערט. ניצט דעם לינק צו זען לייוו: http://abcnews.go.com/m2/live
כ'פארשטיי נישט ווי אזוי איין משוגע'נער קען נעמען האסטעדזש עטליכע צענדליגער מענטשן. קען מען נישט מאכן מיט אים א משכנתא באיזה אופן שהוא?
איין מענטש מיט וואפן איז שטערקער ווי 30 מענטשן אן וואפן. זייער פשוט.
איין מינוט, קען די זעלבע פאסירן אין מענדאלסנ'ס פיצא??? איז עס צייט צו אויפשטיין פון שלאף און זיך צוגרייטן פאר אזעלכע מצבים ח"ו????????????
אומבאשטעטיגטע באריכטן אויף צוויי טויטע, אריינגערעכענט דער טעראריסט, און 5 שווער פארוואונדעטע, אריינגערעכענט א פאליציי אפיציר.
[ציטאט אראפגענומען]
נישט גוט
פאליציי האבן מורא אז ס'איז דא א באמבא אינעם בילדינג. באמב-סקוואד יוניטס זענען אויפ'ן סצענע.
אן ע סעריעס נאוט: וואו איז שומרים ווען מ'דארף זיי???
אפטעמיסטאן ע סעריעס נאוט: וואו איז שומרים ווען מ'דארף זיי???
זיי זענען געווען פארנימען מיט א טינקעלע פארשוין וואס האט געלאזט פאלן מיאוסע לויזינגען קעגן א יונגערמאן
טוויטער אקאונט פונעם טעראריסט (@Sheikh_Haron): https://twitter.com/Sheikh_Haron
אפטעמיסטטוויטער אקאונט פונעם טעראריסט (@Sheikh_Haron): https://twitter.com/Sheikh_Haron
וויאזוי קענסטו אראביש? איך שטארב צו קענען אראביש. גענוג געווען. מ'גייט זיך אריינלייגען אינדעם. געמיר 10 וואכען און כ'עדיר זאגען יעדער ווארט דורט וואס ס'מיינט.
קעי איך געב דיר באט פליז שטארב מיר נישט.
שוין איך קען נישט עפענען טוויטער מיין פילטער לאזט נישט
ווער וויל נעמען די מיה אראפצושרייבן בקיצור נמרץ וואס ער שרייבט דארט
ספיציעל אז הנאת גופי זאגט עס איז אראביש
איך אויךקעי איך געב דיר באט פליז שטארב מיר נישט.
כאפ נישט - מיינסט צו זאגען אלס דזשיהאד? וואס, קענען אראביש מיינט אטאמאטיש ווערן פארקויפט פאר זיי? נו אפשר טאקע..
איך מיין ביידע ,דו האסט געשריבן ''איך שטארב צו קענען אראביש'' און אויך טאקע זאלסט נישט אנהייבן צו טראכטן ווי א דשיהאדיסט וואס וויל זיך אויפרייסן.