☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » אשכול אן א טיטל #7740

אשכול אן א טיטל #7740

152 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7740
בלאט: 1 2 3 4

signout » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:49 pm

· #241199
דעמאקראטיע
נעבעך דער SIGNOUT פרובירט מיט אלע מיטלען. אזש ער איז זיך מחזק מיט א בילד פון ווען די זאל איז נאכנישט פול. א ריכטיגע אפטייטש פון א חלה דעקל (פאר די אלע וואס ווייסן נישט וואס דאס מיינט. אט האט איר דער ענטפער...)
א בעסערע עצה איז צו לויפן יעצט אין קרוינהייטס ארמארי אין כאפן בילדער פון א גענצליך ליידיגן זאל.....

א רפואה שלמה @SIGNOUT בתוך שאר ארונים

כמעט אלע זיצן זענען פיל אויף דעם בילד, קיינער זאגט נישט אז ס'געווען צייט וואס איז געווען פול, נאר עס איז נישט פראפאשאנעל געכאפט מיט די שווארצע בעקראונד, מהרז''ל האט אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות פאר די פיקטשער, אגב קוק די אויפגעלאזענע בילד אין שניידט אראפ די שווארצע בעקראונד וועסטו זעהן א אנדערע בילד
📎 600_1xxbdksyk54se6doxdpwmu7hyjpptmyw.jpg

signout » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:52 pm

· #241201
shem-tov
שכח בלאוועלד נישט געוואוסט דערפון. איך מיין אבער אלץ שיינקייט איז עס אסאך שענער מט די פנים צום אויבנאן
די טישן זענען האלב ברייט פין א געווענליכע טיש אין מ'קען נישט זיצן אויף ביידע זייטן

אוהב ספרים » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:58 pm

· #241221
די נקודה פון אויסשטעלן די בענקלעך אזוי ווי ביי מסיבות מהרז"ל און די ברייט, איז נישט וועגען איין זייט, ווייל ביי מהר"א זיצט מען אויכעט אין זייט
א. מען דארף ווייניגער בענקלעך פאר די זעלבע פלאץ
ב. והוא העיקר, ווען מען כאפט א בילד פון דעם אויבן אהן זעהט זיך נישט אהן די ווייסקייט און די חלל פין די טישען ממילא זעהט עס אויז אלעס שווארץ און געדעכט
די אנדערע אופן, זעהן מען כסדר די חלל פון די טישען און די ווייסע טישטיכער ממילא זעהט אויס ליידיגער

ודו"ק ותבין כי קצרתי

שושן פורים » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 2:05 pm

· #241223
מיינע צוויי צענט אלץ דרויסנדיגער: קדם כל איז נאריש און קינדעריש זיך צו שלאגן וועמענס עולם איז גרעסער ביידע האבן קע"ה א ריזן ציבור כן ירבו.

יעצט איז אזוי בנוגע די בילדער דארף מען נעמען אין באטראכט אפאר זאכן,

1. די אויסזעהן פון די פלאץ.
2. די הייעך פון די דאך.
3. וויפיל לעקטערס און ווי גרויס.
4. די קאליר פון די טישטיכער.

די וויליאמסבורג ארמארי איז בעצם גרעסער ווי די קרוינהייטס ארמארי נאר די אויסשטעל פון די קרוינהייטס קוקט אויס בעסער,די הויכע רונדיגע דאך, די פילע קליינע לעמפלעך, וכדו'

די ערשטע יאר וואס די ארוינים האבן געפראוועט אין קרוין הייטס און די זאלי און ווילי האבן די בילדער געוויזן סאך א גרעסערע ארוינישע ציבור ווי זאליס, נישט ווייל אין מציאות איז טאקע אזוי געווען נאר צוליבן אויסשטעל פון זאל

א יאר דערויף ווען די זאליס זענען געווען אין קרוינהייטס האבעך עס באטראכט און אפילו זיי האבן געהאט אנגעפולט די זעלבע שטח און אלעס איז געווען פול דאך האט עס אויסגעקוקט ליידיגער, אבער געבנדיג א טיפערן בליק האב איך באמערקט אז די זאליס האבן פארזען צוויי זאכן זיי האבן גענצט ליכטיגע קאליר טישטיכער אנדערש ווי די ארונים וואס האבן אייביג גענוצט טונקעלע קאלירן, ווי אויך האבן זיי נישט אנגעצינדען אלע קליינע לעמפעלעך .

היי יאר האבן די זאליס אויך גענוצט טונקעלע טישטיכער פלאס אנגעצינדן אלע לעמפלעך און ממילא קוקט עס אויס ווי סאך מער מענטשן בעצם לויט מיין שאצוג האבן ביידע בערך די זעלבע.

בנוגע די געפעלטשטע בילדער קוקט שטארק אויס ווי ביידע זייטן פעלטשן דעם צווייטנס בילדער כדי דורכדעם מוציא לעז זיין אויף די אמתע בילדער

בנוגע די אויסשטעל פן די טישן קוקט מיר אויס ווי די ארוינים ווילן עס מאכן מער בבחינת טיש וי זיי שרייבן טאקע "רבינו יערוך שלחנו הטהור לרגל....." בעת די זאלס האלטן עס מער דינער סטייל

יין שרף » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 3:35 pm

· #241240
Just in! 2 New organizations will b opened soon. Zalys r opening 1 called "Keren Yesoimem" & the Aroinim r making a org like "Bonei Oilam". DTF

U/D: Aroinim say they had 15,000 ppl by Dinner & only having 3,000 kids in Mosdos, so they making a Bonei Oilam.....

U/D 2: Zalys had only 2,000 ppl by Dinner & saying they have 10,000 kids in Mosdos r opening a Keren for all Yesoimim....
C/P

blauvelt » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 5:28 pm

· #241278
📎 qh0x_image030_73.jpg

blauvelt » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 5:29 pm

· #241279
📎 qh0x_image039_33.jpg

blauvelt » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 5:30 pm

· #241280
📎 qh0x_image011_42.jpg

blauvelt » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 5:30 pm

· #241281
📎 qh0x_image003_24.jpg

פלעין יודיש » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 7:07 am

· #241369
צוויי וואטערמארקס איז שוין אביסל ציפיל

פיינע קאווע » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:33 pm

· #241546
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=S8GChK05kwY#t=1172">https://www.youtube.com/watch?v=S8GChK05kwY#t=1172</a>

דעמאקראטיע » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 8:32 pm

· #241598
אויב וועט איר מארגן זעהן אין בלאט שטיין "גיגאנטישע ריזיגע מעכטיגע וויליאמסבורג ארמארי זאל צו קליין אריינצונעמען די רבבות"
איז בכלל נישט קיין ליגענט ווייל מע האט עס ווירקליך קליין געמאכט...
אט האט איר
📎 B43efjEIIAIPkts.jpg

דעמאקראטיע » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 8:35 pm

· #241599
מערקט ווי דער אויבנאן איז אריינגערוקט בערך 20 פיס פון די וואנט און אריינגעשטעלט א בעסקיסע מאביל פארן הייליגן גאון

קאסטנער » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:40 pm

· #241616
דעמאקראטיע
מערקט ווי דער אויבנאן איז אריינגערוקט בערך 20 פיס פון די וואנט און אריינגעשטעלט א בעסקיסע מאביל פארן הייליגן גאון

פאר די הייליגע בית הכבוד וואלט זיך נאך נישט אויסגעפעלט גאנצע 20 פיס אריין פין א גאנצע וואנט, סאיז דזאסט אנציפאקן די זאל.

I'm back » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:39 am

· #241681
סאו עכט האבאן די זאליס געהאט מער מענטשאן?

קאסטנער » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:22 am

· #241700
I'm back
סאו עכט האבאן די זאליס געהאט מער מענטשאן?

עכט? עכט האבן די ארונים געהאט אמאל א פי. ר וואס איז געווארן אפגעקויפט, אין סאקט היינט אויף כוחות.

קאך_לעפל » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:40 am

· #241709
קאסטנער
I'm back
סאו עכט האבאן די זאליס געהאט מער מענטשאן?

עכט? עכט האבן די ארונים געהאט אמאל א פי. ר וואס איז געווארן אפגעקויפט, אין סאקט היינט אויף כוחות.

וואס איז טאקע דער סיבה? אפשר ווייל זיי זענען צו פארנומען מיט די שעורים און די בחינות וואס זייער רבי מאנט און פאדערט פון זיי? דעריבער האבן זיי נישט קיין צייט פאר די טשערי לייט'ס און די מאטארקאדעס?
לאמיר דיר מגלה זיי א שטיקל סוד ד''ר קאסטער הינדרעטער ארוינים זענען נישט געגאנגען צו די כ''א כסלו סעודה אין די ארמערי, די ווייסט פארוואס? ווייל זיי האבן נישט קיין שום געפול פאר פאמפע דראמפע, זיי האלטן זיך העכער פון דעם, און ליידער צו מאכן געלט פעלט זיך אויס די גאנצע כ''א כסלו פאמפע.... איך גיי נישט אריין ווער עס האט געהאט מער מענטשען, און עס איז מיר גאנץ קנאפע נוגע, איך לאז עס פאר די טרענירטע אנעלעזירער, וואס איז יא נוגע איז: וויפול אידען זענען אנגעשלאסן אין די הייליגע חבורות פון יסודי התורה, שונה הלכות, און תורתך שעשועי, די רעשט איז אלעס שטיות...... אזוי ווי דער הייליגער רבי דערר ברך משה פרעגט אלס זאגן, אין לנו שיור רק התורה הזאת........

signout » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 12:51 pm

· #241748
דעמאקראטיע
מערקט ווי דער אויבנאן איז אריינגערוקט בערך 20 פיס פון די וואנט און אריינגעשטעלט א בעסקיסע מאביל פארן הייליגן גאון

די דאך פין די ארמארי גייט שיף פין אלע 4 זייטן אין מ'האט אריינגעריקט אינטער די אויבן אן אפשר 10 פיס בערך די ברייט פין די מאביל (האלב אדער א דריטעל אזוי סאך פין א יאר בעפאר) צו קענען אויפשטעלן די 3 שטאקיגע אויבן אן, הענגן די סינערי, לייגן די מאביל אין אינטער דעם א קליינע קאך פאר די VIP, מ'האט אויך אריינגעריקט אביסל פין די בעק אז צו קענען אויפשטעלן די סטעיזשעס, אין מ'זאל קענען אריינקומען אין זאל, באמת, די ווייזט עס אויך אין פראבירסט זיך נאר צו טרייסטן מיט חלשות ווען יעדער זעהט אז די בילדער פין מהרז''ל היי יאר קוקען אויס ווי ר' אייזיק ספינקער'ס בילדער אין אפילו א קווינס בחור פארשטייט אז די בילדער האט אסאך ארבייט, ביידע זאלען זענען אין מציאות די זעלבע גרויס, אין די געדרנג היי יאר ביי מהר''א נאך קיינמאל נישט געווען אין סאטמאר כ''א כסליו

גאנצל » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:27 pm

· #241772
וואס ענטפערסטו זיי ? זיי ווייסן דען נישט וואס זיי האבן געטון ביי יעקב בער'ס חתונה זיי פראבירן דיך איינצורעדן אז זיי רעדן זיך איין

דו וואלסט ווען אויך געטון די זעלבע ווען דו ביסט אין זייער מצב

בלומענפעלדס דרשות העלפט ניקסט דעם גאב"ד קען מען נישט ברענגען יעדן טאג כ"א כסלו אפאר מאל א יאר וועט וועפן אפי' כ"ו אב דארף אקסענזשין נו וואס נאך קען מען טון ? שרייען חלה דעקל ? מ'דארף שוין עפעס בעסערס גייט מען זיך מנחם זיין אין ק"ש מיט איינרעדענישן אזוי וועלן אפשר אלע רבנים קומען מנחם אבל זיין

גאנצל » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:28 pm

· #241773
איך הייב שוין אן דיין תירוץ

אין די טיפזיניגע תי' הייבט זיך אן אזוי דעקעלע

יעצט שרייב דו ווייטער דיינע קללות

signout » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 4:45 pm

· #242420
[ציטאט אראפגענומען]
📎 33.jpg

בשבילי! » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 4:46 pm

· #242421
Lol
מענטשן גייען ליידיג!!

signout » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 4:48 pm

· #242422
בשבילי!
Lol
📎 ZALY PS.jpg

signout » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 4:49 pm

· #242423
שטעלט אייך פאר פארקערט ווען מען זאל טרעפן אז מהר''א זאל פעלטשן בילדער וויפיל אשכולות צימעס וועט באקומען (אגב יעצט איז פארשטענדליך פארוואס אלע בילדער זענעמן אזוי נישט קלאר)

blauvelt » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 5:04 pm

· #242425
דער ארגינעלער בילד וואס איר ברענגט איז יא א עכט בילד פין כא wow דער זאלי האט א ציבור

signout » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 5:11 pm

· #242427
blauvelt
דער ארגינעלער בילד וואס איר ברענגט איז יא א עכט בילד פין כא wow דער זאלי האט א ציבור
איך ווייס שוין נישט וועלכע עס איז אריגינעל, דערווייל זענען אלע בילדער זייער נישט קלאר

blauvelt » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 5:24 pm

· #242431
די ברענגסט א בילד וואס שטייט ארגינעל

signout » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 5:35 pm

· #242433
blauvelt
די ברענגסט א בילד וואס שטייט ארגינעל
טאקע שווער

ישמעאל הכהן » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 5:37 pm

· #242434
נאר שווער פאר אן ארויני וואס וויל לעבן אין דענייעל...

גאנצל » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 7:04 pm

· #242463
דו פעלטשסט פיקטשערס און ער לעבט אין דינייעל אהא

signout » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:48 am

· #242649
[ציטאט אראפגענומען]
די מאשין הייסט פאטא שאפ, קיינער זאגט נישט אז מהרז''ל האט נישט געהאט קיין עולם נאר מענטשן האבען זיך געווינדערט נאך אלעם ניצט מען שוין די זאל די 4'טע כ''א כסליו אין וויאזוי איז עס פליצלונג געווארען גרעסער ווי די יענקי סטעדיום, דאכט זיך אז מהרז''ל איז נאך היינט פין די איינציגסטע וואס פאטאשאפען בילדער

שמעון וואלף » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:01 pm

· #242664
קען זיין אז די איסור פון מהרז"ל קעגן בילדער איז נאר אויף ארגינעלע בילדער אבער מיט א שינו מעג מען.

גאנצל » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:51 pm

· #242712
signout
[ציטאט אראפגענומען]
די מאשין הייסט פאטא שאפ, קיינער זאגט נישט אז מהרז''ל האט נישט געהאט קיין עולם נאר מענטשן האבען זיך געווינדערט נאך אלעם ניצט מען שוין די זאל די 4'טע כ''א כסליו אין וויאזוי איז עס פליצלונג געווארען גרעסער ווי די יענקי סטעדיום, דאכט זיך אז מהרז''ל איז נאך היינט פין די איינציגסטע וואס פאטאשאפען בילדער

לדעתי נישט אמת פאטא שאפ קען די בעסטע ר' אייזיק ספינקער

און די זעלבע וואס טוט דאס פאר ר' אייזיק טוט דאס פאר רז"ל און פאר די זעלבע ריזען

דעמאקראטיע » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 7:39 pm

· #242775
דעקעלעך זיסע ברענגטס נאר די "עכטע" בילדער מיט די רבבות
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

ראש המדברים » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 10:17 pm

· #242809
איך לייג ארויף דא צוויי בילדער ביידע איז פון די זעלבע קעמרע און פון די זעלבע פלאץ געכאפט געווארן איינס איז פארן אריסער גיין א דאקטעריי און איינס נאכדעם

ערשטע בילד
📎 01 התמונה האורגנלית.jpg

צווייטע בילד
📎 02 התמונה המזיופת.JPG

יעצט וועל איך צונעמען די ביידע בילדער איינס ביי איינס

קוקט ביטע גוט אויף די ערשטע בילד אויף די רעכטע זייט די לייטס פון די דאך, וועט איר באמערקען אז די לייטס איז עטליכע פיס עכער פון אלע קעפ פון די וואס שטייען אויף די סטעדזשעס
די לייטס גייען אין א שיינע שורה גראד און שיין
ביי די צווייטע בילד קוקט גוט ביטע וועט מען זהען אינטרעסאנטע זאכן, די לייטס פארן אריין אין די מענטשענס קעפ, די לייסט פון די ערשטע שורה אויפן דאך קומט נאר אן צו א דריטל פון די סטעדזשעס
און אזוי גייט די לייטס זייער נישט גראד נאר אריין אין די מענטשענס קעפ,

און דאס מיינט אז די בילד איז אריבער א דאקטער

נעקסט קוקט ביטע אויף די צווייטע זייט
ביי די ערשטע בילד איז דא עטליכע פיס ליידג פלאץ פון די קעפ פון די וואס שטייען אויפן סטעדזש אזוי ווי ס'איז טאקע געווען
אבער אין די צווייטע בילד איז עס נישטא

יעצט צום דריטען חלק וואס איז שאקירנד ביז גאר
ביי די ערשטע בילד קעגען איבער דעם אויבן אן איז דא איין טיר אריין צו זאל צוויישן די צוויי סטעדזשעס אזויווי ס'איז געווען במציאות
אבער אין די צווייטע בילד ווינדער איבער ווינדער איז דא "צוויי" טירן אריין צו זאל
איז ווי אזוי איז נולד געווארן נאך א טיר אין דעם זאל? לדאקטער הפתרונים.

יעצט נאך איין נפק"מ צווישן די צוויי בילדער
ביי די ערשטע בילד איז דא לעכטיגע טישטעכער אויף די VIP טישן וואס לאזט ציילן מענטשען
ביי די צווייטע איז דאס געווארן זייער טינקל און שווארץ

אין איין ווארט די בילד איז אריבער א פיינער דאקטער א ספעצאליסט

ראש המדברים » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 10:19 pm

· #242812
יעצט נאכדעם וואס איר האט גוט געקוקט די צוויי בילדער און געזהען אז דער דאקטער האט פיין געארבעט וויל איך פרעגן די ראשי הפארטיי
אויב איז דא אזעלעכע גוטע פיינע בילדער פון כ"א כסליו פארוואס דארף מען דאקטערן?

און פארוואס דארף מען דאקטערן א צווייטענס בילד נאר ווייל די ווילסט ווייזן אז ער דאקטערט אויך?

ישמעאל הכהן » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 10:29 pm

· #242816
אבער דער עיקר איז נישט צו פארגעסן אז ראש המדברים איז בכלל נישט קיין סאטמארער.... ער האט פשוט א האבי צו לערנען שיעור עיון אין סאטמארע פאליטיק ... 😂 😂 😂

ראש המדברים
לידיעה בעלמא מיין שייכות צו סאטמאר איז ווי ר' ישמעאל שייכות צו קראקא אבער לויט ר' ישמעאל איינער וואס איז קעגען דעם מלך ישראל איז ארוני זאל זיין אזוי

ראש המדברים » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 10:47 pm

· #242817
ישמעאל הכהן
אבער דער עיקר איז נישט צו פארגעסן אז ראש המדברים איז בכלל נישט קיין סאטמארער.... ער האט פשוט א האבי צו לערנען שיעור עיון אין סאטמארע פאליטיק ... 😂 😂 😂

ראש המדברים
לידיעה בעלמא מיין שייכות צו סאטמאר איז ווי ר' ישמעאל שייכות צו קראקא אבער לויט ר' ישמעאל איינער וואס איז קעגען דעם מלך ישראל איז ארוני זאל זיין אזוי

איך פארשטיי אז די ווילסט פארדרייען דעם שמועס ווייל א ענטפער האסטו נישט און וועגן דעם איז א ארוני א חלה דעקל

אבער איך האב מיט די סאטמאר פאליטיק גארנישט, די בילדער האב איך באקומען שוין אנהייב וואך און איך האב עס נישט געלייגט, אבער ווען איך זהע טאג איין טאג אויס אז דא רעדט מען ארום פון דאקטערן בילדער דארף געזאגט ווערן דער אמת אויך.

און יעצט ר' ישמאל איך ווארט נישט אויף קיין ענפער אבער פאדריי נישט דעם נושא דא א דאנק

איך וויל נישט פאדרייען די שמועס דא, טאקע דאס וואס ר' ישמעאל וויל יא, און איך וועל עם נישט ענטפערן אויך אויף די קומענדיגע תגובות.
און לאמיר זאגן אז איך האב יא מיט סאטמאר ווי קומט עס דא אריין אין דעם אשכול?

אפשר איז דאס טייטש חלה דעקעל?

ישמעאל הכהן » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 10:52 pm

· #242819
זאג, באקומסט אויך בעלזע בילדער אדער נאר סאטמארע...?

גאנצל » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:09 pm

· #242821
שוין א פרישע דעקעלע נאך איינער רידט שוין צו די זאך ראש המדברים דער דדעקקעלע

ישמעאל הכהן » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:23 pm

· #242826
ראש המדברים
ישמעאל הכהן
אבער דער עיקר איז נישט צו פארגעסן אז ראש המדברים איז בכלל נישט קיין סאטמארער.... ער האט פשוט א האבי צו לערנען שיעור עיון אין סאטמארע פאליטיק ... 😂 😂 😂

ראש המדברים
לידיעה בעלמא מיין שייכות צו סאטמאר איז ווי ר' ישמעאל שייכות צו קראקא אבער לויט ר' ישמעאל איינער וואס איז קעגען דעם מלך ישראל איז ארוני זאל זיין אזוי

און לאמיר זאגן אז איך האב יא מיט סאטמאר ווי קומט עס דא אריין אין דעם אשכול?

נישט נאר קומט עס אריין אין די אשכול, נאר ס'קומט אריין אין גאנץ צימעס און אין גאנץ ק''ש.

דאכט זיך אז ווען מ'רעגיסטרירט זיך צו שרייבן אין ק''ש דארפ'ן די וואס פלאנען צו שרייבן אסאך אין צימעס ארויסשרייבן צו וועלכע קהילה מ'באלאנגט.

יעצט אז דאס שוין אויסגעקלארט געווארן... קען מען שוין טאקע צוריקגיין צו די פאלשע בילדער סומאטוכע... געגאנגען

קאסטנער » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:25 pm

· #242827
ראש המדברים
ישמעאל הכהן
אבער דער עיקר איז נישט צו פארגעסן אז ראש המדברים איז בכלל נישט קיין סאטמארער.... ידיעה בעלמא מיין שייכות צו סאטמאר איז ווי ר' ישמעאל שייכות צו קראקא

און לאמיר זאגן אז איך האב יא מיט סאטמאר ווי קומט עס דא אריין אין דעם אשכול?

אפשר איז דאס טייטש חלה דעקעל?[/size]

עקזעקטלי! א חלה דעקל דרייט זיך אויף אלע זייטן, אזוי ווי די דרייסט דא מיניה וביה, חס ושלום נישט קיין ארוני (אייגנטליך פארוואס יא? זיך האלטן נייטראל ווי איינער וואס וויל ״נאר״ ארויסברענגען די אמת, וועט מען מיר אויסהערן) אין צים סוף -אפשר יא ארוני??!

זעה דורך די נאכט צי מאכן א דיסיזין צי יא ארוני צי נישט אין קים אינז צוריק זאגן אינדערפרי וואס סאיז געבליבן ,

איש את רעהו » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:48 pm

· #242831
איך בין געווען ביי איינע פון די ארמארי'ס ווי א דאקטער האט נאכדעם געמאכט א פיינע דזשאב מיטן בילד, אויף די זיץ פלעצער איז געווען צוויישען 15 הינדערט און 19 הינדערט מענטשען
אויף די ריזיגע זיצעדיגע פארענטשעס איז געוועזען צווישען 11 הינדערט פופציג און 1300 מענטשען אין מיינע אויגען האט עס בסך הכל אויסגעזען נאנט צו 3000 מענטשען, קוקענדיג פאריגע וואך די הויפט בלאט פינעם צייטונג האט עס אויסגעזען צען מאל אזויפיל בערך''30.000'' מענטשען,
וויסט איינער וויאזוי דרייסיג טויזענט אידן פיטען אריין אין א היבש לערע שיל שמחת תורה?

blauvelt » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 1:19 am

· #242856
איש..... איר זענט אויך נייטראל וואס איז פערצאפאל געוועהן אין קרוין הייטס אדער זענט איר associated מיט די ארונישע זייט

קאסטנער » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 8:19 am

· #242867
איש את רעהו
איך בין געווען ביי איינע פון די ארמארי'ס ווי א דאקטער האט נאכדעם געמאכט א פיינע דזשאב מיטן בילד, אויף די זיץ פלעצער איז געווען צוויישען 15 הינדערט און 19 הינדערט מענטשען
אויף די ריזיגע זיצעדיגע פארענטשעס איז געוועזען צווישען 11 הינדערט פופציג און 1300 מענטשען אין מיינע אויגען האט עס בסך הכל אויסגעזען נאנט צו 3000 מענטשען, קוקענדיג פאריגע וואך די הויפט בלאט פינעם צייטונג האט עס אויסגעזען צען מאל אזויפיל בערך''30.000'' מענטשען,
וויסט איינער וויאזוי דרייסיג טויזענט אידן פיטען אריין אין א היבש לערע שיל שמחת תורה?

פארוואס האלסטו אז מוועט ענדערש דערהערן דאס וואס די האסט שוין געזאגט ווען די שרייבסט דאס פין דיין אנדערע ניק?!

קיינער האט גארנישט אקעגן דיין ניק אז די זאלסט דארפן ארינסיינען פין די אנדערע אין איבער חזר'ן די זעלבע סחורה. ?!

signout » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:31 am

· #242886

וויאזוי האסטו אזוי שנעל געכאפט פין וועם יענער רעדט?

signout » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:33 am

· #242889
ווער עס קען די זאל אין זעהט די פיקטשער האט גלייך געוויסט ווי פאלטש די בילדער זענען, עס נאר אינטערסאנט ווי געוויסע נעמען זיך שפרינגען ווען מען האט עס אויפגעוויזן

איש את רעהו » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:43 am

· #242895
קאסטנער
איש את רעהו
איך בין געווען ביי איינע פון די ארמארי'ס ווי א דאקטער האט נאכדעם געמאכט א פיינע דזשאב מיטן בילד, אויף די זיץ פלעצער איז געווען צוויישען 15 הינדערט און 19 הינדערט מענטשען
אויף די ריזיגע זיצעדיגע פארענטשעס איז געוועזען צווישען 11 הינדערט פופציג און 1300 מענטשען אין מיינע אויגען האט עס בסך הכל אויסגעזען נאנט צו 3000 מענטשען, קוקענדיג פאריגע וואך די הויפט בלאט פינעם צייטונג האט עס אויסגעזען צען מאל אזויפיל בערך''30.000'' מענטשען,
וויסט איינער וויאזוי דרייסיג טויזענט אידן פיטען אריין אין א היבש לערע שיל שמחת תורה?

פארוואס האלסטו אז מוועט ענדערש דערהערן דאס וואס די האסט שוין געזאגט ווען די שרייבסט דאס פין דיין אנדערע ניק?!

קיינער האט גארנישט אקעגן דיין ניק אז די זאלסט דארפן ארינסיינען פין די אנדערע אין איבער חזר'ן די זעלבע סחורה. ?!

ענטשולדיגט דעס איז געווען מיין ערשטע תגובה אין די אפטיילונג וועגן די בילדער, איך האב דערווייל נאך בכלל נישט געשריבן וועגן די כ''א כסליו בילדער

בכלל זעה איך נישט פארוואס די באפאלסט מיר ווען איך האב ניטאמאל ארויסגעשריבען פין וועלכע בילדער/ארמארי/צייטונג/שיל איך טו מיר באציען.

קאסטנער » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:19 am

· #242899
[quote="signout"][quote=
וויאזוי האסטו אזוי שנעל געכאפט פין וועם יענער רעדט?[/quote]

איש את רעהו

בכלל זעה איך נישט פארוואס די באפאלסט מיר ווען איך האב ניטאמאל ארויסגעשריבען פין וועלכע בילדער/ארמארי/צייטונג/שיל איך טו מיר באציען.

די זאליס זעה איך נישט זאלן זיין דא אינטערסירט מיט וויפל מענטשן יענער האט געהאט כ״א כסליו אין וויפל מענטשן יענער האט שמחת תורה, אין די און אין די ארימיגע אשכולות האבן די זאליס בילדער נייעסן פין סאטמאר אין די צייט וואס די ארונים מאכן צענזוס איינמאל אין ווידעראמאל.

עפעס איז נאך שווער?

signout » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:35 am

· #242906
צד מהרז''ל וואלט גע'חלש'ט מען זאל ''נישט'' רעדן וויפיל מענטשן זיי האבען שמחת תורה
בלאט: 1 2 3 4