מאראנצ'ן זאפט און ווערים
מ'זאגט אז מ'האט לעצטענס געטראפען ווערים אין מאראנצ'ן זאפט (orange juice בלע"ז) און מ'טאר עס נישט טרינקען. ט'ווייסט איינער דער השתלשלות הדברים, וואס האט מען געטראפען און וואס זאגען די מומחים.
ביטע נישט קיין ליצנות, איך קען דאס אויך. נאר דא וויל איך הערען די פאקטען ווייל דער אינטערנעץ איז פון מיט האלבע אינפארמאציע און איך ווייס נישט קיין קלארע זאך.
איך האב געהערט אז מ'האט געמאכט דער טאראראם מיט טראפיקאנ"א. זיי לייגען אריין א געוויסע טעם געמאכט פונ'ם שאלאכץ פונ'ם מאראנץ, און ווי באקאנט איז דא ווערים וואס קלעבען זיך צו צום שאלאכץ. דער לעצטע אינפארמאציע וואס איך האב געהערט איז אז מ'טרעפט גאנץ ווייניג, ווייניגער ווי דער שיעור פון מיעוט המצוי, און אויך זאגט מען אז ס'איז שטיקלעך ווערים נישט גאנצע ווערים, און אויב אזוי זענען זיי בטל ויאכלו ענוים וישבעו. מ'האט מיר אויך געזאגט אז די היימישע השגחות זענען אביסל בעסער, נאר איך ווייס נישט וועלכע.
גארנישט איז נישט קראנט, ס'איז נאר מקוה רייד.