☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » גייט פאר א טשיקן סטרייק ?

גייט פאר א טשיקן סטרייק ?

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7732

בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:06 am

· #240334
גייט פאר א טשיקן סטרייק ?
די פרייז פון דעם וויכטיגן מאכל 'אייער' האט געגעבן א שיס ארויף, אין איין גראסערי מיט גאנצע זיבציג צענט פאר איין דאזן, אין אן אנדער געשעפט איז עס ארויף מיט א דאלער צו 2.60, און ס'האלט שוין אן א צוויי וואכן.
וואס ברענגט צו פרעגן צו די הינער האבן געסטרייקט?? גאזאלין איז גאר ביליג, איז דעליווערי נישט די אישו דא.

אריין מיט די טונא פיש.

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:41 am

· #240371
צ

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:49 am

· #240372
בשבילי יישר כח פאר מיר מודיע זיין איך קוק קיינמאל קיין פרייזן אבער יעצט אז איך ווייס יא אז די פרייז איז דראסטיש געשטיגן הייב איך היינט אהן א אייער סטרייק ביז די פרייז פאלט צריק אראפ!

בשבילי! » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 9:02 pm

· #245185
<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2015/01/02/business/eggs-prices-expected-to-rise-as-california-cage-law-takes-effect.html?_r=0">http://www.nytimes.com/2015/01/02/busin ... .html?_r=0</a>

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:10 pm

· #245209
מיינע טשיקען'ס סטרייקען אויך. זיי ווילען נישט אז מען זאל שחט'ן

פליקער » פרייטאג יאנואר 2, 2015 9:29 am

· #245291
ערגעץ געליינט אז די רעגירונג האט גוזר געוועין א גזירה אז מען ברויך געיבן פארן הין מער פלאץ, מער פרי רעינדזש, ממילא קאסט טייערער צי פראדאצירן אייער, ווייל מען קען האבן ווייניגער הינער פער סקווער אינטש.

דאס מאל איז עס א געווינס פאר די הינער.

לית דין בר נש » פרייטאג יאנואר 2, 2015 9:37 am

· #245293
גייט מען זיי דארפן געבן מער פלאץ ביי כפרות שלאגן אויך?

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 2, 2015 9:41 am

· #245294
א גוטע שאלה.... אויב יא וועט די פרייז זיך אויך דאפלען?

געז גייט אראפ, אייער ארויף, ואני אנה אני בא.

סאשי פיש » פרייטאג יאנואר 2, 2015 9:45 am

· #245295
עס איז שוין צוריק אראפ.
#נעקסטקעיס

שמן זית » פרייטאג יאנואר 2, 2015 11:25 am

· #245339
@לית דין, קענסט צוריק אנהייבן עסן אייער מיט א רואיגקייט!!!

איין זאך, ווען דו הייבסט צוריק אן, מאך זיכער צו עסן אזוי אז די אייער זאלן פארגעסן אז ביזט בכלל אמאל געווען צוקריגט מיט זיי....

פארגעס נישט קיין שהחיינו..

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:05 pm

· #245396
נעכטן אין גראסערי איז נאך געווען די עעורידזש פרייז פאר א דאזען בערך 2.50

בשבילי! » פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:08 pm

· #245400
דאס איז טייער!

היסטאריקער » פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:19 pm

· #245406
paid @ breadberry 1.99

ירח בן יומו » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 11:49 pm

· #245581
שאולזון ברענגט אז אין ב"פ 53 איז נישט דא קיין פלייש ווייל מ'לאזט נישט אריין אפרים שמעון צו די שחיטה, דברים בגו?

petergrifin » זונטאג יאנואר 4, 2015 12:40 am

· #245595
יא. לויט װי איך הער גײט עס נעמען נאך אפאר װאכן ביז ס׳גײט זײן בשר (בהמה).

ירח בן יומו » זונטאג יאנואר 4, 2015 12:47 am

· #245599
וואס איז די מעשה דארט? און פארוואס נאר אין ב"פ איז דא א פראבלעם?

petergrifin » זונטאג יאנואר 4, 2015 1:00 am

· #245603
איך װײס נישט פונקטליך אבער אײנער װאס ארבעט דארט זאגט מיר אז ער איז זײער מחמיר אויף א יעדע קלײניגקײט. זאכן װאס װאלט קײנמאל אײנעם בײגעפאלן, למשל געװיסע אינגריעדנס. עניװעיס ער האט אמאל עפעס זיך פאררעדט אדער אפילו געהאקט אויף מיעל מארט (אזוי מײניך) און זײט דעמאלס װילן די חברה איהם מסדר זײן. אבער אײ געס זײ דארפן איהם (די ביזנעס) נאך מער, סאו זײ גײען איהם מוזן ארײן לאזן אין די פלענט.

ירח בן יומו » זונטאג יאנואר 4, 2015 9:13 pm

· #245851
איך האב היינט געהערט פון מיין חבר פון ב"פ אז ער איז היינט געווען אין 53 און אלע שעלפס זענען פעל מיט כל טוב פון די צינג אראפ ביז צו די ני באונס,
זעהט אויס אז ס'איז נאך איינער פון ח"ש חולומות