☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » פאמפע אין די חסידישע הויפן

פאמפע אין די חסידישע הויפן

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7731

בארא פארקער » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:25 pm

· #240320
פאמפע אין די חסידישע הויפן
יעדער איינציגסטע חסידות כמעט ניצט אמאל פאמפע, אין די היינטיגע שוואכע דורות אין עס א גוטע זאך, סיי חסידים קענען זיין פארנומען מיט דעים אנשטאט אגוישע פאמפע
ביי געוויסע חסידותן איז עס ביי א שמחה אנדער ביי א נסיעה אנדערע דייקא נאר ימים טובים.

איין געוויסע זאך וואס איך האב אבער יא באמערקט איז אז יעדער חסידות ניצט עס אויס אויף א צווייטע וועג

למשל, א רבי גייט קיין איין א צווייטע שטאט אויף א באזיך

א געוויסע חסידות קען איבער מאכן א גאנצע דירה ווייל די רבי קומט אהין פאר א וואך, אזא מין פאמפע גייט לכאורה נישט די גאס מיטהאלטן, זיי טעון עס לטובת די רבי אין די חסידום פיהלן גוט אז מען געט געגאסען געלט פאר די רבי'ס וועגען
א צווייטע חסידות וואלט נישט אנגעגאנגען ווי די רבי שלאפט יענער וואך, די עיקור איז מ'זאל בעהענגען די גאס מיט לעקטער, עסקאורט, סיינס אד די גאנצע גאס זאל וויסן דא קומט צו גיין א רבי

למשל א רבי מאכט א גרויסע יארצייט סעודה

א געוויסע חסידות קען די גאנצע מעמד לויפן ארום די בילדער, מ'שטעלט אויס די פארענטשעס אז די פאטאגרעפעס זאלן כאפן קנאקעדיגע בילדער, אין די בליק זאל זיין די קימעדיגע וואך אויפן פארנט קאווער א בילד פונעם עולם
א צווייטע חסידות מאכט זיכער פאר א מעמד אז אלץ זאל קלאפן גענוי, געבט א רייכע סעודה, מאכט זיכער ס'דא גענוג פלאץ פאר יעדער צו מיטהאלטען, אבער בילדער? שוין א שטיקעל דגוש באט דעטס איט,

למשל א חתונה אין די הויף

א געוויסע חסידות מאכט זיכער יעדער רב זאל קומען, רעכענט אויס די פרעמדע גאס זאל קענען מיטהאלטען די חתונה
א צווייטע חסידות גייט נישט אן די גאס, זיי מאכן די חתונה אינדרויסען פון שטאט, אבער מאכן דארט א פאמפע אזוי ווי ס'ברויך

א כלל, פאמפע קען מען ניצן פאר די אייגענע עולם אדער פאר די גאס,

זאל שוין דער אשכול דינען אלץ פאמפע אשכול

יין שרף » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:19 am

· #240345
יא! כ׳האב פארשטאנען וואס די ווילסט...

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:40 pm

· #240417
מען בויעט איבער א דירה פאר אדמו"ר מבאבוב אין ארץ ישראל? ער גייט נישט איינשטיין ביי איינעם אינדערהיים?

בארא פארקער » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:45 pm

· #240438
משולם שטיינפעלד
מען בויעט איבער א דירה פאר אדמו"ר מבאבוב אין ארץ ישראל? ער גייט נישט איינשטיין ביי איינעם אינדערהיים?

כ'האב געזאגט בדרך משל,

אגב די אלע 45יגע וואס זאגן דא אז מ'האט געטיילט אין באבוב טיקעטס בחנם איז שקר,
זיי הייבן נישט אן וויסן די מהלך המחשבה אין באבוב, פאר איינער ווואס קען די זאך ווייסט ס'נישט קיין הווה אמינא וואס צאלן טיקיטס, אפי' ס'וואלט געווען עקסטרע געלט

שעפטל » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 12:34 pm

· #240632
[ציטאט אראפגענומען]

וואס הייסט ער קען נישט?
פאר ר' זלמן'ן האט מען נישט אפגעשפארט גארפיעלד ווען ער איז דארט געווען?

ווען מהר"א האט געמאכט די חופה ביי ליע-ווילסאן האט מען נישט אפגעשפארט? ווילסט מ'זאל אפשפארן ליע ווען די חופה איז אויף קענט?

סתם אבי געהאקט. היינט קען יעדער אלעס. אז פאפא קען בעדפארד ביי א חופה, און האנערסטייפל קען ליע ביי א הכנסת ספר תורה, קען יאריסלאוו אפשפארן ליע און בעדפארד ביי אן אפשערן. און דאראג מארסי מיט האלב העריסאן

געוואלדיג » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 4:12 pm

· #240821
לגבי עצם געדאנק פון פאמפע, עס איז טאקע וויכטיג.
די דזשאוק איז נאר אז ווען עס נעמט זיך צוזאם א עולם צו זעהן ווי א גרויסע עולם פארטיי פלוני האט מאכן זיי דעם גרויסן עולם
און שפעטער פארציילן זיי וי א גרויסער עולם זיי האבן געהאט