☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » גייט ארויס שטימען אין די מאסן

גייט ארויס שטימען אין די מאסן

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7730

פארוואס? » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:57 pm

· #240308
גייט ארויס שטימען אין די מאסן
אן אינטערעסאנטע אנקעטע דרייט זיך יעצט ארום אין אלע וואטסעפפ גרופעס, איבער וואס דער עולם גלייבט. בערך הונדערט מענטשן האבן שוין דערווייל געענטפערט אין די רעזולטאטן זענען זייער אינטערעסאנט.

פאלגענד איז די פראגע און די מעגליכע ענטפערס:

וואס איז די נענטסטע צו וואס איר גלייבט?


[list][*]איך בין א טיפיקעל חרדישע מאמין; איך קוויטל מיך ביי א רבי
[/*:m]
[*]כגלייב אין חרדישע אידישקייט און אין היינטיגע רביס
[/*:m]
[*]אמאל זענען געווען אמתע צדיקים בעלי מופת; נישט היינט
[/*:m]
[*]אמאל זענען געווען צדיקים, אבער מופתים זענען נארישקייטן
[/*:m]
[*]מיין השקפה איז מאדערן-ארטאדאקסיש
[/*:m]
[*]כגלייב אין תורה, חז"ל, די ראשונים און קבלה און זוהר
[/*:m]
[*]כגלייב אין תורה, חז"ל און די ראשונים, אבער נישט אין קבלה
[/*:m]
[*]די ראשונים זענען אויך מענטשן, כגלייב נאר אין די יג עקרים
[/*:m]
[*]תורה, חזל היו בעלי רוח הקודש; די יג עקרים איז נישט מחייב
[/*:m]
[*]תורה און חזל זענען מחייב; חזל האבן זיך געקענט טועה זיין
[/*:m]
[*]מיין אמונה איז נוטה צו קאנסערוואטיווע אידישקייט
[/*:m]
[*]תורה איז מחייב, אבער חז"ל נישט
[/*:m]
[*]תורה איז מחייב, אבער עס קענען זיין טעותים אין די תורה
[/*:m]
[*]כ'בין נוטה צו רעפארם אידישקייט
[/*:m]
[*]יהדות האט אלוקית, אבער בין אדם לחבירו איז די עיקר
[/*:m]
[*]מצוות מעשיות עיקר; עצם אמונה איז נישט וויכטיג - ליבוביץ
[/*:m]
[*]אלע רעליגיעס זענען פאלש, אבער ס'איז דא א כח עליון
[/*:m]
[*]עס איז נישטא א סיבה צו גלייבן אין א כח עליון - אגנאסטיק
[/*:m]
[*]עס איז נישט דא קיין גאט - אטעאיסט[/*:m][/list:u]

דערווייל האבן 21 פראצענט געענטפערט אז זיי קוויטלען זיך ביי א רבי, 9 פראצענט גלייבן אין היינטיגע רביס, 16 פראצענט גלייבן אז היינט זענען טאקע נישט דא קיין בעלי מופת, אבער אמאל איז יא געווען. פון די אנדערע זייט האבן 21 פראצענט געענטפערט אז זיי זענען אגנאסטיק און האלטן אז ס'איז נישט דא קיין סיבה צו גלייבן אז ס'איז דא א גאט, און 9 פראצענט האבן געענטפערט אז זיי זענען פולקאמע אטעאיסטן ר"ל.

דאס מיינט אז לויט די יעצטיגע רעזולטאטן זענען 60 פראצענט מאמינים מינימום אין תורה, חז"ל, די ראשונים און אין קבלה, און 35 פראצענט גלייבן בכלל נישט אין אידישקייט. די איבעריגע זענען ערגעץ אינדערמיט.

דערווייל האבן נאר בערך 100 מענטשן געשטימט, און מ'קען נאך נישט לייגן קיין גרויסע געוויכט אויף די רעזולטאטן. לאמיר מיטהאלטן וואס געשעט ווייטער ווען מער מענטשן שטימען.

פאלגענד איז די לינק צו די אנקעטע:
<a class="postlink" href="http://poll.pollcode.com/85136197">http://poll.pollcode.com/85136197</a>

פארוואס? » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:00 pm

· #240310
איך בין זיכער אז @לעיקוואד און @יאיר גייען נישט געפינען ערגעצוואו אריינצופיטן אין די קארגע פאר אויסוואלן...

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:49 pm

· #240326
אן אנקעטע אנליין האט נישט קיין גרויסע ווערד. אויסער דעם וואס עס צילט צו א געוויסע סארט מענטשן, (אינטערנעט, סאציאל מידיא באנוצער), קען מען נישט וויסן וויפיל מאל איין מענטש האט געוועלט.

ברעט מענינג » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:51 pm

· #240327
רחמנא ליצלן אונז טייערע יודישע קינדערלעך וואס אונזער טאטען און הימל האט אונז אזוי ליעב זאל מען עהם אזוי וויי טון?!

אפטעמיסט » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:57 pm

· #240330
די אנקעטע האט נישט קיין האפט און איז הוילע שטיות והבלים. ס'לאזט זיך שווער גלויבן אז דער אויבערשטער צוקראצט זיך פון אפאר טראלס מיט אפאר בראוזערס וכבר קדמוני יאיר.

אפטעמיסט » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:02 am

· #240333
בכלל איז די פאלל אן אנשיקעניש און איז די מערסט-נישט אקוראטע פאלל שייך. אנגעהויבן האט זיך עס מיט א פאלל אויף וואס מ'גייט אויספאסטן, העררינג צי קאקאש קעיק — וואס אויף דעם איז עס נאך אפשר נאמן — פון דארט איז עס געפארן קיין צימעס און נארישקייטן, איצטער האלט עס אין העמק דבר. ווען ס'וועט אנקומען קיין מאחורי געטס מיר א ביפ.

chusid » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:10 am

· #240387
מעשיות עיקר - ליבוביטץ. ? מיינען זיי חבד?