☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #7728

אשכול אן א טיטל #7728

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7728

— » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:06 pm

· #240222

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

בשבילי! » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:49 pm

· #240227
כ'א כסליו ביי הרה''ק מ'סאטמאר זי''ע אין די לעצטע יארן

<a class="postlink" href="http://m.youtube.com/watch?v=Wf8CpMduLak">http://m.youtube.com/watch?v=Wf8CpMduLak</a>

ישראל קאפקע » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:23 pm

· #240245
בשבילי!
כ'א כסליו ביי הרה''ק מ'סאטמאר זי''ע אין די לעצטע יארן

<a class="postlink" href="http://m.youtube.com/watch?v=Wf8CpMduLak">http://m.youtube.com/watch?v=Wf8CpMduLak</a>

ישר כח פארן קליפ, איך מיין אז עס איז דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך זע א ווידעא פון סאטמאר רב (כאטש עס איז נישט זייער קלאר).

ירח בן יומו » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:13 pm

· #240292
עס איז ארויס געקומען פון עוז והדר צוויי בענדער "אוצר המועדים" כל בו לעניני כ"א כסלו וה' אייר

דאס זענען די צוויי סאטמערע חאג'עס

איש את רעהו » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:25 pm

· #240296
יעדע באוועגונג, חסידות האט זיך זיינע זמנים ווען זיי געבן אויס אלע זייערע איידיעס פאר זייער באוועגונג, ליבאוייטש טוט עס אינעם טאג פינעם אלטען רבינ'ס באפרייאונג אדער די וואס זענען חסידים פינעם לעצטען רבין טוען עס אינעם יום ההילולא ג' תמוז אדער אין אנדערע זמנים מיוחדים, ברסלב איז זיך נוהג אין די טעג פון ר''ה צו ניצען אלע זייערע איידיעס פאר די חסידות
אנדערע היינטיגע חסידות וואס זענען אריבער צו פרישע גענעראציעס טוט מען געווענילך חוגג זיין אין די ימי השמחה אדער אנדערע מאורעאות ביי זייער לעבעדיגע מנהיג זז''ג

אין סאטמאר הגם מען האט ממנה געווען אידן וואס זאלען שטיין ביים פירערשאפט פון די מוסדות און קהילה אנגעלעגנהייטען איז אבער ביי רוב ציבור געבליבען די עיקר התקשרות נאר צום אלטען רבין דערפאר ניצען זיי די איידיעס און המצאות פון פארזאמלונגען ארום די טעג וואס האט שייכות צום אלטען רבי'ן ווי כ''א כסליו , כוא''ב.

פלעין יודיש » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 7:29 am

· #240363

דולה ומשקה » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 10:36 am

· #240378
געווענטליך האט יעדע מענטש ווי קליין ווי גרויסע צדיק ער איז נאר נישט געוועהו בלויז איין יארצייט, איין מאל א יאר.
די סאטמארע האבן איינגעפירט צוויי, איינס אין די זוממער און דער צווייטע אין דער ווינטער, ביי ביידע סעודת הילולא רעדט דער בעלי דרשנים מער ווייניגער די זעלבע זאך.
דער נפק"מ איז לגבי דעם חזן, אין ווינטער שטעלט מען זיך אויף זינגען אין ביים זוממער'דיגע הילולא נישט, יתכן ווייל זוממער איז די נאכט סאך שפעטער.

משולם שטיינפעלד » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:17 am

· #240747
דולה ומשקה
געווענטליך האט יעדע מענטש ווי קליין ווי גרויסע צדיק ער איז נאר נישט געוועהו בלויז איין יארצייט, איין מאל א יאר.
די סאטמארע האבן איינגעפירט צוויי, איינס אין די זוממער און דער צווייטע אין דער ווינטער, ביי ביידע סעודת הילולא רעדט דער בעלי דרשנים מער ווייניגער די זעלבע זאך.
דער נפק"מ איז לגבי דעם חזן, אין ווינטער שטעלט מען זיך אויף זינגען אין ביים זוממער'דיגע הילולא נישט, יתכן ווייל זוממער איז די נאכט סאך שפעטער.

דיין שנאה צו סאטמאר שפריצט ארויס.

בעלז האט א יום הצלה מיט א יארצייט. ט' שבט און כא אב רעדט מען ביידע פון הרה"ק מבעלזא זי"ע.
זומער און ווינטער

ליבאוויטש האט א יום הצלה מיט א יארצייט. יט כסלו און ג' תמוז, ביידע קומט מען זיך צוזאם טרינקען און נאכזאגן מאמרים על פי ביאורו פונן זייער לעצטע רבי.
זומער און ווינטער.

די צוויי פאלט מיר איין אויפן געדאנק, עס איז זיכער דא נאך

בשבילי! » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 11:00 am

· #240760
ער איז זשעלעס אז בעלעד האט נאר איין מאל א יאר א מלוה מלכה

משולם שטיינפעלד » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 3:01 pm

· #240790
בשבילי!
ער איז זשעלעס אז בעלעד האט נאר איין מאל א יאר א מלוה מלכה

בעלעד האט צוויי.

איינמאל במקום שהתפללו בו אבות לשלשלת בעלעד
און א צווייטע מאל במקום שמתפלל בו עכשיו מאור הגולה אדמו"ר מהר"י מבעלעד שליט"א יאריך ימים על ממלכתו.

די שאלה איז צו עס איז צוטיילט איינמאל זומער איינמאל ווינטער

שמעון וואלף » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 12:22 am

· #310085
קוקט אויס אז די תפארת שלמה איז געווען פארכאפט אין ציונות ווייל כ'האב געזיכט עפעס א תורה אויף כ"א כסלו און מיטאמאל דערמאנט ער א ווארט וועגן דעם יו"ט

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 2:26 am

· #310093
שמעון וואלף
קוקט אויס אז די תפארת שלמה איז געווען פארכאפט אין ציונות ווייל כ'האב געזיכט עפעס א תורה אויף כ"א כסלו און מיטאמאל דערמאנט ער א ווארט וועגן דעם יו"ט

אדער איז ער געווען א קלויזנבורגער חסיד...!

איטשע » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 10:43 am

· #311050
משולם שטיינפעלד
דולה ומשקה
געווענטליך האט יעדע מענטש ווי קליין ווי גרויסע צדיק ער איז נאר נישט געוועהו בלויז איין יארצייט, איין מאל א יאר.
די סאטמארע האבן איינגעפירט צוויי, איינס אין די זוממער און דער צווייטע אין דער ווינטער, ביי ביידע סעודת הילולא רעדט דער בעלי דרשנים מער ווייניגער די זעלבע זאך.
דער נפק"מ איז לגבי דעם חזן, אין ווינטער שטעלט מען זיך אויף זינגען אין ביים זוממער'דיגע הילולא נישט, יתכן ווייל זוממער איז די נאכט סאך שפעטער.

דיין שנאה צו סאטמאר שפריצט ארויס.

בעלז האט א יום הצלה מיט א יארצייט. ט' שבט און כא אב רעדט מען ביידע פון הרה"ק מבעלזא זי"ע.
זומער און ווינטער

ליבאוויטש האט א יום הצלה מיט א יארצייט. יט כסלו און ג' תמוז, ביידע קומט מען זיך צוזאם טרינקען און נאכזאגן מאמרים על פי ביאורו פונן זייער לעצטע רבי.
זומער און ווינטער.

די צוויי פאלט מיר איין אויפן געדאנק, עס איז זיכער דא נאך


פארוואס פירסטו נישט אויס:
און אין סאטמאר, רעדט מען ביי ביידע [תרתי משמע], וועגן די לעצטע אנטוויקלונגען אין די איזראעלי פאליטיק.