☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » מוזיקה ריז מונה רויזנבלום קומט קיין אמעריקע

מוזיקה ריז מונה רויזנבלום קומט קיין אמעריקע

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7727

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:58 am

· #240146
מוזיקה ריז מונה רויזנבלום קומט קיין אמעריקע
פראווענען כ''א כסליו ביי מהר''א פון סאטמאר אין די ארמארי. דאס ווערט באצאלט פון א פריוואטן אונטערנעמער. רוזנבלוים קומט מיט א 28 מאן באנד.
דער כ''א כסליו דינער ביי מהר''א וועט היי יאר פארקומען אין ארמארי אין וויליאמסבורג.

זוכער » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:28 pm

· #240160
ביז צוויי יאר רופט מען די רינגלינג בראדערס און ס'וועלן פארקויפט ווערן סיטעס פאר גרויסע געלטער, על טהרת הקודש שטייצעך.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:51 pm

· #240191
שטייצעך אז אין די צייטונגען וועט מען נאר פאמפן ווי ביטער מען מוטשעט זיך אין די מוסדות, און מען דארף שפארן איבריגע אומוויכטיגע הוצאות

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:18 pm

· #240197
טעות

איבערגעצויגנס » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:59 pm

· #240211
פון אייוועלט:

חברה.. נישט קיין שלושים לנגן, און אפילו נישט קיין אחד ועשרים לנגן אויך נישט..
מונה ברענגט נישט קיין איינעם מיט זיך. ער איז בגפו יבא..
עס גייט זיין א 12 פיעס בענד וואס פריילעך בענד ברענגט אראפ מצידם.

געכאפט א שמועס מיט איינע פון די חברה דארטן נעכטן, ער גיבט איבער אז עס ווארט אפ א מייסטערהאפטיגע מעמד וואס איז שווער צו באשרייבן,
מונה האט צוגעגרייט פונקטליכע נאטן פאר יעדן אינסטורמענט באזונדער. ארויסגעשריבן יעדן ריר ממש.
זאגן זאגט ער אז ס׳וועט זיין די פאלגענדע:
אייזיק האניג, לוי יצחק פאלקאוויטש און שלום לעממער - אלס סולו זינגערס.
א פילע קווייער פון חברת שירה
מונה ראזענבלום - קאנדאקטער (מעגליך וועט ער שפילן אקארדיאון, נישט קאנפירעמד).
די פיהר אפעציעלע פריילאך מעמבערס
(מענדי הערשקאוויטש, קיבאורד - אברומי שרייבער, דראמס - נחמן דרייער, גיטאר - שלומי שפילמאן, בעיס גיטאר)
א גרויסער פערקאשעניסט
דריי טראמפעטס
צוויי סעקסעפאונס
צוויי טראמבאונס

איך ווייס איין זאך. כ״א כסליו האט נאך אזוינס נישט געזעהן..

משבק » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 3:03 pm

· #240213
the most important thing for such a job is a good sound system .

יואליש » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 3:45 pm

· #240219
די לעצטע מאל מ'האט געניצט מונה צו אנצינדן עקסטאז ביי די ניו יארק'ע אידנטום איז געווען ביי די סטרולאוויטש חתונה.

ס'איז זייער סימבאליש אז דער מוזיקאלישע קאנדאקטאר פון צה"ל פאר דרייסיג יאר זאל קומען אונטערשפילן ביי די פייערונג פון א הצלה וואס איז צושטאנד געקומען דורך פארגייער פון צה"ל.

מונה האט געענדיגט זיין 30 יאריגע דינסט אין צה"ל אלס קאנדאקטאר הערשט צווי יאר צוריק.

ראש הישיבה » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:43 pm

· #240226
יואליש
די לעצטע מאל מ'האט געניצט מונה צו אנצינדן עקסטאז ביי די ניו יארק'ע אידנטום איז געווען ביי די סטרולאוויטש חתונה.

ס'איז זייער סימבאליש אז דער מוזיקאלישע קאנדאקטאר פון צה"ל פאר דרייסיג יאר זאל קומען אונטערשפילן ביי די פייערונג פון א הצלה וואס איז צושטאנד געקומען דורך פארגייער פון צה"ל.

מונה האט געענדיגט זיין 30 יאריגע דינסט אין צה"ל אלס קאנדאקטאר הערשט צווי יאר צוריק.


איך בין נישט זיכער אויב ער איז די קאנדאקטאר פון צה"ל אויב דו קוקסט דא שטייט אז ער איז די קאנדאקטאר פון די מקהלת רבנות צבאי, וואס דאס איז נישט די צבא אליינס נאר א פליגעל פון זיי.

עניוועיס לגבי סאטמאר איז נישט קיין חילוק, ווייל די פאקט אז ער שפילט אין יום העצמעות איז אליינס גענוג אן עבירה לגבי די היינטיגע אידיעלאגיע פון סאטמאר.

לולא אז מען וועט זאגן אז סאטמאר גייט צוריק צו די סטאנדארט פון פערציג יאר צוריק וואס דעמאלס איז מען נאך נישט געווען אזוי עקסטרעם פאר אזעלעכע זאכן.

יואליש » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:23 pm

· #240243
פילייכט איז ריכטיגער צו זאגן א קאנדאקטאר "אין" צה"ל, נישט "פון" צה"ל.

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:56 pm

· #240530
[ציטאט אראפגענומען]

😂 😂 😂

פארגין יעדן » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 1:40 pm

· #240650
פישל'ע העררינג
[ציטאט אראפגענומען]

😂 😂 😂

ווער גייט טאקע מאכן די סאנד סיסטעם דארט די יאר? כ'גלייב אז זיי פארשטייען אז סאיז נישט ווערט אראפ צוברענגען אזעלכע גוטע מוזיקאנטען אויב סאיז נישט דא קיין גוטע סאנד.
כ'האב פריער געזען שלום סאנדל מיט זיין ווען געפארקט ביי זיין פאטער'ס הויז אויף פארעסט. ס'האט נישט אויסגעקוקט אז ער מאכט סאנד די יאר ערגעץ כ״א כסלו. (ביי די זאליס מאכט יואלי קארפען).
איינער מיט מער אינפארמאציע וועגן דעם?

מח-החושב » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 2:56 pm

· #240660
יואליש
די לעצטע מאל מ'האט געניצט מונה צו אנצינדן עקסטאז ביי די ניו יארק'ע אידנטום איז געווען ביי די סטרולאוויטש חתונה.

ס'איז זייער סימבאליש אז דער מוזיקאלישע קאנדאקטאר פון צה"ל פאר דרייסיג יאר זאל קומען אונטערשפילן ביי די פייערונג פון א הצלה וואס איז צושטאנד געקומען דורך פארגייער פון צה"ל.

מונה האט געענדיגט זיין 30 יאריגע דינסט אין צה"ל אלס קאנדאקטאר הערשט צווי יאר צוריק.


דאס איז פון וויקיפידיע איבער מונה

עד סוף שנות השמונים השתייך רוזנבלום לציבור הדתי לאומי, אך לאחר מכן התקרב לציבור החרדי. הוא מקורב לחסידות חב"ד (אשתו היא צאצאית של האדמו"ר הזקן), וכן לחסידות גור, להן הוא גם מפיק את הדיסקים שיוצאים לאור מדי שנה לקראת הימים הנוראים.
רוזנבלום הוא גם מנצח, ומופיע באירועים גדולים בליווי תזמורתו. משנות התשעים ועד שנת 2012 היה מנצחה ומנהלה המוזיקלי של להקת הרבנות הצבאית.


פונקט ווי ר' יחיאל פאזען פון המזמרים מעג זינגען ביים דף היומי סיום און דערנאך ביים כ"א כסלו פון ר' זלמן לייב'ן, ווייל יעדער פארשטייט אז ביים דף היומי איז ער פאר געלט, מעג מונה ראזענבלום שפילן פאר ווער עווער עס באשטעלט אים אין איזראעל, און די ארונים מעגן אים נאך אלץ באשטעלן. דאס איז וואס איך קלער, והנלענ"ד כתבתי.

ישמעאל הכהן » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 3:40 pm

· #240665
מיר ווינדערט פארוואס די ארונים זאלן נעמען דעם ריסק. נאך אלעס איז מונה נישט אן אנטי ציוני מילד גערעדט, שטעלט זיך די פראגע ווי פרייליך איז ער מיט הצלת רבינו יואל? זיכער נישט צופיל. ווער קען זיכער זיין אז ער וועט נישט שפילן א דאבעל אגענט און זוכן צו סאבאטאזשן דעם מסיבה, פארשרייבן פאלשע קארדס, נוצן דעם ברעסס דארט ווי ס'קומט א פידל וכדומה וכדומה. און נאכן מסיבה וועט מען זיך ווינדערן פארוואס ס'האט זיך עפעס נישט געטאנצן.

יואב » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 3:49 pm

· #240666
ישמעאל הכהן
מיר ווינדערט פארוואס די ארונים זאלן נעמען דעם ריסק. נאך אלעס איז מונה נישט אן אנטי ציוני מילד גערעדט, שטעלט זיך די פראגע ווי פרייליך איז ער מיט הצלת רבינו יואל? זיכער נישט צופיל. ווער קען זיכער זיין אז ער וועט נישט שפילן א דאבעל אגענט און זוכן צו סאבאטאזשן דעם מסיבה, פארשרייבן פאלשע קארדס, נוצן דעם ברעסס דארט ווי ס'קומט א פידל וכדומה וכדומה. און נאכן מסיבה וועט מען זיך ווינדערן פארוואס ס'האט זיך עפעס נישט געטאנצן.

😂

יואליש » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 12:26 am

· #240720
מח-החושב
יואליש
די לעצטע מאל מ'האט געניצט מונה צו אנצינדן עקסטאז ביי די ניו יארק'ע אידנטום איז געווען ביי די סטרולאוויטש חתונה.

ס'איז זייער סימבאליש אז דער מוזיקאלישע קאנדאקטאר פון צה"ל פאר דרייסיג יאר זאל קומען אונטערשפילן ביי די פייערונג פון א הצלה וואס איז צושטאנד געקומען דורך פארגייער פון צה"ל.

מונה האט געענדיגט זיין 30 יאריגע דינסט אין צה"ל אלס קאנדאקטאר הערשט צווי יאר צוריק.


דאס איז פון וויקיפידיע איבער מונה

עד סוף שנות השמונים השתייך רוזנבלום לציבור הדתי לאומי, אך לאחר מכן התקרב לציבור החרדי. הוא מקורב לחסידות חב"ד (אשתו היא צאצאית של האדמו"ר הזקן), וכן לחסידות גור, להן הוא גם מפיק את הדיסקים שיוצאים לאור מדי שנה לקראת הימים הנוראים.
רוזנבלום הוא גם מנצח, ומופיע באירועים גדולים בליווי תזמורתו. משנות התשעים ועד שנת 2012 היה מנצחה ומנהלה המוזיקלי של להקת הרבנות הצבאית.


פונקט ווי ר' יחיאל פאזען פון המזמרים מעג זינגען ביים דף היומי סיום און דערנאך ביים כ"א כסלו פון ר' זלמן לייב'ן, ווייל יעדער פארשטייט אז ביים דף היומי איז ער פאר געלט, מעג מונה ראזענבלום שפילן פאר ווער עווער עס באשטעלט אים אין איזראעל, און די ארונים מעגן אים נאך אלץ באשטעלן. דאס איז וואס איך קלער, והנלענ"ד כתבתי.


פון מיינעט וועגן איז נישט קיין שום פראבלעם. אין כאן בית מיחש. אבער זאג פאר א סאטמאר'ער ווי בנציון לאוב אדער דוד שלמה עקשטיין אז מ'ריפט אראפ צו די צענטעראלע סאטמאר מסיבה א מוזיקאלישע העלד פון ישראל וואס ביז לעצטענס "היה מנצחה ומנהלה המוזיקלי של להקת הרבנות הצבאית. ביום העצמאות ה-60 למדינת ישראל עיבד והלחין שיר מקורי שכתבה יעל הרמתי ובוצע על ידי חברי מקהלת הרבנות בחידון התנ"ך העולמי- "שישים שנה"."

וואס איז דאס מקהלת הרבנות הצבאית, פרעגן לאוב און עקשטיין? וויקיפידיע זאגט,"מקהלת הרבנות הצבאית היא להקה צבאית בצה"ל.

המקהלה הוקמה בשנת 1964 על מנת לחזק את הקשר של החיילים להווי הדתי. הם הופיעו על הבמות ביחידות צה"ל בימי חול. בשבתות ובחגים היו מופיעים בבתי כנסת יחידתיים."

מונה'ס קאנדאקטער שטעקן וואס איז יעצט מוליך ומביא אין דער ארמארי לארבע רוחות ומעלה ומטה האט לכאורה א דין אין די סאטמארע שו"ע ווי א לולב פון ארץ ישראל. די שאלה איז אויב מ'קען בדיעבד יוצא זיין מיט אזא 'בך בטחו'. ס'איז זיכער כדי זיך נישט אריינצולאזן אין קיין ספיקות זאל מען איבערזינגן אינדערהיים.

הדד בן בדד » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:29 am

· #240726
יואליש

מונה'ס קאנדאקטער שטעקן וואס איז יעצט מוליך ומביא אין דער ארמארי לארבע רוחות ומעלה ומטה האט לכאורה א דין אין די סאטמארע שו"ע ווי א לולב פון ארץ ישראל. די שאלה איז אויב מ'קען בדיעבד יוצא זיין מיט אזא 'בך בטחו'. ס'איז זיכער כדי זיך נישט אריינצולאזן אין קיין ספיקות זאל מען איבערזינגן אינדערהיים.


פלוץ פלצתי, יאך קען זיך נישט בארואיגן. דאס איז איינס און א גוטס. א לייק איז נישט גענוג פאר דעם דעריבער מוז איך עקסטער באדאנקען.

דברים ככתבן » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 12:50 pm

· #240769
יואליש
די לעצטע מאל מ'האט געניצט מונה צו אנצינדן עקסטאז ביי די ניו יארק'ע אידנטום איז געווען ביי די סטרולאוויטש חתונה.

ס'איז זייער סימבאליש אז דער מוזיקאלישע קאנדאקטאר פון צה"ל פאר דרייסיג יאר זאל קומען אונטערשפילן ביי די פייערונג פון א הצלה וואס איז צושטאנד געקומען דורך פארגייער פון צה"ל.

מונה האט געענדיגט זיין 30 יאריגע דינסט אין צה"ל אלס קאנדאקטאר הערשט צווי יאר צוריק.

איז דא ערגעץ א וידיאו פון סטרולאוויטש חתונה איך זיך שוין זייער לאנג

ברעט מענינג » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:57 pm

· #240776
מיין שכן דא א פופציג יעריגער פרעגט מיר ווער דער איד וואס מאכט מיט די הענט דארט ביי די מוזיק איז, זאג איך אים ער הייסט מונה ראזענבלום פון א"י, פרעגט ער צו עמרם אקער קען דאס נישט טוהן אזוי גוט ווי אים...

גנדי » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 3:44 pm

· #240807
איך האב געהערט אז מען האט ספעציעל געברענגט א ״יאנעווע״ קאנדאקטאר שטעקן פאר מונה...

איבערגעצויגנס » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 12:28 pm

· #240954
פון אייוועלט

📎 Ivelt.jpg

איבערגעצויגנס » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 12:52 pm

· #240958
מוזיקה ריז מונה רויזנבלום קומט קיין אמעריקע
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=rvedFO6XbTk">https://www.youtube.com/watch?v=rvedFO6XbTk</a>

איבערגעצויגנס » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 1:01 pm

· #240960
דרך אגב, איינער וויסט וויאזוי מען קען עמבעדן א יוטוב ווידיאו עס זאל ווייזן א פריוויו?

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 3:17 pm

· #240993
כ'בין סתם נייגעריג, פאר דעם עוורידזש צוהערער מאכט אזא גרויסן דיפערענץ צווישן, למשל 20, מוזיקאנטן ביז 30?

איבערגעצויגנס » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 3:43 pm

· #241005
ס׳מאכט זיכער א דיפערענץ, ווי מער שפילערס אלס מער powerful איז עס

ודי למבין » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 8:55 pm

· #241087
מונה איז גוט און איך בין נייגעריג וויפיל מהאט אים געצאלט פאר די שפיל. לעניית דעתי זענען אבער דא אסאך בעסער ארעינדזשערס אפילו אין די יודישע פעלד

בשבילי! » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:27 pm

· #241096
ער איז דא געווען עניוועי

גאלד » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:30 pm

· #241098

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:04 pm

· #241107
פארוואס קענען פשוטע בענדס שפילן שיין אויפן טאקט אפילו אן דעם יאנעווער שטעקעלע?

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 4:28 pm

· #241253
די זעלבע סבה פארוואס היימישע וואן מען בענדס שפילן "פונקט אזוי שיין" אנע האבן/וויסן נאטן.

דברים ככתבן » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 9:00 pm

· #241307
ודי למבין
מונה איז גוט און איך בין נייגעריג וויפיל מהאט אים געצאלט פאר די שפיל. לעניית דעתי זענען אבער דא אסאך בעסער ארעינדזשערס אפילו אין די יודישע פעלד

אבי גערעדט

Big Boy » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 8:15 am

· #241373
ודי למבין
מונה איז גוט און איך בין נייגעריג וויפיל מהאט אים געצאלט פאר די שפיל. לעניית דעתי זענען אבער דא אסאך בעסער ארעינדזשערס אפילו אין די יודישע פעלד


For example?

איבערגעצויגנס » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:39 pm

· #241499
שמעקעדיג
פארוואס קענען פשוטע בענדס שפילן שיין אויפן טאקט אפילו אן דעם יאנעווער שטעקעלע?

פון דיין פרעגן איז קענטיג אז דו טויגסט בעסער צו יאנעווע אתרוגים ווי צו מוזיק.. בינעך גערעכט צו נישט?

סאשי פיש » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:54 pm

· #241508
האלו הייבט דיך נישט אן מיט אונזער ר׳ שמעקעדיג!!
רעד מיט רעספעקט צו אונזער חבר הכבוד!

האלט אייך אין די ראמען איר זענט נאר א גאסט דא!

סאשי פיש » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:07 pm

· #241517
שמעקעדיג
פארוואס קענען פשוטע בענדס שפילן שיין אויפן טאקט אפילו אן דעם יאנעווער שטעקעלע?

פאר די סיבה האבען זיי א מייק לעבן די פיאנא אןן זיי זאגען דארטען אריין פאר שפילערס וואס צו טוען אנשטאט די מייק.
אבער ביי גרויסע קאנצערטען ווי מען דארף זאגען פאר צופיל שפילער שטייט ער מיטן שטעקן און דרייט זיך פון די פידלעך צו די טראמפייטערס און האלט די מוזיק אויפען ביעט.

איבערגעצויגנס » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:51 pm

· #241532
עס איז ביי מיר געווען א פשוט׳ע זאך אז שמעקעדיג קען און ווייס וויאזוי אנצונעמען סארקעזעם.
עניוועי - איך זעה אז סאשי-פיש האט שוין פונקטליך ארויסגעברענגט די אויפגאבע פון א קאנדאקטער אין אן ארקעסטרא

דער אמת איז אז קליינע בענדס פארמאגן אויך א leader, נאר אויף א קלענערן פארנעם ווי א קאנדאקטאר
אייביג איז דא איינער וואס ווייזט די count-in צו א ניגון ווי אויך ווען צו סטאפן.
ווען עס איז דא א מער קאמפלעצירטע מצב ווי למשל מער אינסטרומענטן אדער מער פארצווייגטע מוזיק וואס פארלאנגט א ספעציעלע פונקטליכקייט (ווי מ׳דארף מאכן אסאך קאמפלעצירטע און שנעלע אקטיוויטיס) דארטן דארף זיין איינער וואס מאכט מיט די האנט.

געב א קוק דעם קליפ פאר א דוגמא
<a class="postlink" href="http://youtu.be/bDsx7XA-W54">http://youtu.be/bDsx7XA-W54</a>
וועסטו זעהן ווי אלע מוזיקאנטן דארפן האלטן איין אויג אויפן קאנדאטאר בעת ווען דער אנדערער אויג איז אויף די נאטן.
נאך א זאך וועסטו באמערקן אז די אלע פראפעשינאל סימפאני קאנדאקטערס ווייזן די motions מיט א רגע פאר עס דארף געטוהן ווערן.
עס איז נישט אזוי פשוט ווי מען מאכט דאס

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:52 pm

· #241533
איבערגעצויגנס
שמעקעדיג
פארוואס קענען פשוטע בענדס שפילן שיין אויפן טאקט אפילו אן דעם יאנעווער שטעקעלע?

פון דיין פרעגן איז קענטיג אז דו טויגסט בעסער צו יאנעווע אתרוגים ווי צו מוזיק.. בינעך גערעכט צו נישט?

איך פארשטיי אביסל צו מוזיק אבער ווייס נישט גענוי ווי אזוי גרויסע בענדס אפערירן.

איבערגעצויגנס » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:58 pm

· #241535
נו שוין, איז דאך טאקע ווערד געווען איך זאל שרייבן דעם פריערדיגן הסבר איבער וויאזוי עס ארבעט
יאכלו ענוים וישבעו

מוזיקאנט » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:18 pm

· #241788
שלום עליכם! עס איז א אנגענעמע פילינג צו זיין א חלק פון די פלאץ.

מונה שרייבט אליינץ זיין מוזיק. פאר דאס מוז מען עם אליינץ אראפברענגען פאר טייער געלט. אונץ פארשטייען נישט די codes וואס יעדער ריק מיט דער שטעקן מיינט אבער די מוזיקאנטען פארשטייען עס יא.

די שיינקייט פון מונה איז אין זיין אפטייטש פון יעדער ניגון וואס ער שפילט. ער שרייבט די נאטן אזוי אז עס הערט זיך ווי א עברי טייטש.

סאשי פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:52 pm

· #241799
עליכם השלום מאכט א קאווע און זעצט אייך אוועק!

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 6:19 pm

· #241863
א מוזיקאנט וואס פארשטייט נישט די קאודס?

יין שרף » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:23 pm

· #242255
שמעקעדיג
פארוואס קענען פשוטע בענדס שפילן שיין אויפן טאקט אפילו אן דעם יאנעווער שטעקעלע?

מוזיקאנט
אונז פארשטייען נישט די codes וואס יעדער ריק מיט דער שטעקן מיינט אבער די מוזיקאנטען פארשטייען עס יא.
1388757353.jpg

איבערגעצויגנס » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 3:00 pm

· #242399
האהא. דאס איז א גוטס יין שרף

איבערגעצויגנס » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:27 pm

· #244059

יין שרף » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:00 pm

· #244078

ודי למבין » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 4:12 pm

· #244330
לוי איז א גוטע זינגער! אנדערש ווי רוב יונגע זינגערס שעמט ער זיך נישט פון זיין אייגענע קאראקטער און סקיל.

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 19, 2015 2:21 pm

· #248886
the video of Hayom teamtzeinu please