☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » איך בין שטאלץ צו זיין א באבוב'ער חסיד...

איך בין שטאלץ צו זיין א באבוב'ער חסיד...

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7725

דולה ומשקה » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:46 am

· #240131
איך בין שטאלץ צו זיין א באבוב'ער חסיד...
"איך בין שטאלץ... איז געווארען עפעס א נייער סארט סלאונגען, וואס די ליצני הדור האבען זיך שנעל ארויף געכאפט דערויף, יעדער פון דעם סארט כת מושב ליצים האבען ארויף געשפרינגען אויפן וואגען צו קענען דאס נוצען לפי קטנות המוחין שלהם.

דער כאילו גאב"ד ירושלים האט געזאלט זאגען "איך בין שטאלץ צו גיין מיט א פעלץ..." דער צווייטע חכם האט אריין געלייגט ווערטער בפיו של האדמו"ר מבעלזא "איך בין שטאלץ מיט מיין אהרן מרדכי...", אין אוודאי אנדערע אפגעריסענער "איך בין שטאלץ צו ארבעטן אין סאוער ועל כן קרא שמו רב הסאוער..."; און פארשטייט זיך די מער געליגענע פון די סארט חברה האבען ארויס געגעבען פארשידענע ערליי בעסערע און ביליגער צו סתם קינדערישע קליפס, לזכות בהם את הרבים.

קאווע שטיבעל איז נישט נייע צו דער באבוב'ער מחלוקות, עס איז שוין דא העכער 25 אשכולות מיוחד פאר דעם אליין! ליצנים איז אלעמאל געוועהן און די קומענדיגע דורות וועט אויך האבען זייערע דור דור וליצניו.

איך בין נישט קיין באבוב'ער חסיד, איך האלט אז ביידע פראקציעס זענען זיך אליין שולדיג אין דער ביליגקייט וואס דער נאמען באבוב איז געווארען ללעג ולקלס, אז מ'קוקט אן באבוב (יא, ביידע פראקציעס, איך האבען נישט גע'חתמ'ט קיין שטרי בירורין...)ווי עפעס א קינדעריש פלאץ ווי אפילו זיידעס און עלטערע זיידעס, ערנסטע ארבעטס מענטשען וואס זענען נאך נישט אויס געוואקסען גענצליך זייערע קינדערשע הילוך המחשבה.

וואס איך וויל יא ארויס ברענגען, דער עון פלילי פון אט דעם קליפ וואס באבוב האט געוואלט ווייזען פאר זייערע גרופעס חסידים, אלץ א פרעזענטאציע צו קענען אפיעלן צו זייער עולם פאר געלט. באבוב האט שוין משקיע געוועהן אין דעם פרעזענטאציע איבער $5000, ס'נישט גרינג אפיר צו זוכען און טרעפען מענטשען גרייט אריין צו רעדן אין א ווידיא אז א רבים זאל דאס זעהן, ספעציעל ווען זיי זיי זענען חסידישע אידן וואס האבען דאס קיינמאל נישט געטוהן.

ס'דא א מאמר העולם "א נער ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט", דא זעהט מען בחוש 'הכר נא למי החותמת והפתילים', אנשטאט ארויס נעמען דער חלק הטוב והאמת וואס מ'זאגט אויף דער קליפ, ווי לדוגמא אז רוב מנהלת פון כמעט יעדע מיידעל שולע אין א בנות ציון תלמידה, אדער דער ענערגיע וואס מ'לייגט אריין אין יעדע תלמיד באזונדער, וכו' וכו'. שפרינגט מען ארויף מיט שפאט ווערטער און מיט דברי זלזול וליצנות, יא דער סארט עלעמענט זיי זענען די נערנים און זיי טאקע טאר מען נישט ווייזען קיין האלבע ארבעט, ווייל קוק טאקע וואס האט זיך אויס געלאזט.

מ'האט גע'גנב'ט א קליפ, א נישט געפארטיגע ארבעט, ווען די בעל בתים האבן באמערקט דעם טעות האט מען דאס גלייך אראפ גענומען פון יו-טאוב, איז געוועהן א וועלטס באזארגער וואס האט געמאכט זיכער אז דער עולם גולם זאל דאס ווייטער קענען זעהן, וויסענדיק בשעת מעשה אז ער איז מאבד הקדש געלט, ווייל יעצט קען באבוב דאס מער נישט ניצען ווי פארשטענדליך.

לא באתי כי אם למחות!

Chuchem » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:27 pm

· #240180
Although i had a good laugh (just as funny as any raw footage would be) i think that all of these clips in the original format is stolen intellectual property.

יין שרף » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:02 pm

· #240193
אין די גויאישע וועלט וואלט אזא סקאנדאל זיך גענדיגט מיט א מולטי-מיליאן דאללאר סעטלמענט אין בעסטן פאל

דולה ומשקה » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 7:29 pm

· #240274
דער אנטשולדיגונגס בריעוו פון מידאו - איבער דעם אינצעדענט, זייער נארמאל און אחריות'דיג געשריבען.
(אויב אמת...)
IMG-20141209-WA0012.jpg

דולה ומשקה » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 7:50 pm

· #240278
יתכן אז איין גוטע זאך איז ארויס געקומען א דאנק דעם קליפ.
(קרעדיט: טוויטער)
Bis9uVWIYAAH95B.jpg

סאשי פיש » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:39 pm

· #240304
נאך איין!
image.jpg

chusid » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:33 pm

· #240322
ווער זענען די יודען וואס רעדן אויפן קליפ? מיינען זיינעס מיטען גאנצן תמימית?

zurich » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:19 am

· #240336
דאס איז זעכער אז׳ ס'איז זייער א פראפעשענעל קליפ און איך לויב זייער שטארק ארויס זייער ארבעט! די חברה עקטען אזוי גיט איך זאג דיר.... די באביביווע מעטעליטי קען מען אויך זעהן ביי אסאך פון די חברה
ווי זאגט יענער "באבוב איז די נייע פאפא"

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 2, 2015 6:18 pm

· #251383
Methinks the lady doth protest too much.
איך האב מורא אז איינער פון באבוב 48 האט באמערקט אז ס'מאכט בזיונות פון זיי מפרסם זיין אזא קליפ. זיי רעדען צו פיל פון זייע שטאלץ ווייל זיי שעמען זיך פון עפעס. דערפאר האט עס איינער ארויסגעליק"ט כדי ס'זאל נישט גענוצט ווערין ביים דינער. ס'איז געווארען פארשפרייט מער ווי זיי האבען געוואלט.