☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אהרן יוסף שפילמאן - לייוו ריפארטס

אהרן יוסף שפילמאן - לייוו ריפארטס

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7724

סאשי פיש » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:25 am

· #240107
אהרן יוסף שפילמאן - לייוו ריפארטס
עס קומט גוטע צייטען.
ניי צום אידישען וועלט! איינער זאל מעלדען די נייעס און אינטערוויאן מענטשען אויף ווידיא!
די נייעס אגענט הייסט אהרן י. שפילמאן. פון מצליח?

בשבילי! » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:39 am

· #240109
פאני

ישראל קאפקע » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:40 am

· #240111
זייער שיין! אבער עס איז צו לאנג, ענדערש זאל ער מאכן דריי פינף מינוטיגע באריכטן.
(אגב, א גרינגער וועג זיך אויסצולערנען ענגליש 😛 )

בשבילי! » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:41 am

· #240112
כ'זיך א לאך וואו זיך צו באהאלטן

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:45 am

· #240113
כ'האב הנאה א מענטש טוט זאכן אוט אוו דע באקס. מ'מוז נישט נעמען א זשאב דייקא אין בי ענד עיטש אדער דרייוון א באס פאר תלמוד תורה ערוגת הבושם.
זאל ער האבן הצלחה און זיך אויסשארפן און אריינוואקסן אין זיין קאריערע.

אפטעמיסט » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:02 am

· #240118
אומגלויבליך! מ'האמער דערלעבט!

ווי אנדערע האבן שוין געשריבן איז די אינטערוויוא מיט הייקענד סך צו לאנג און ארויס פון פראפארציע. כ'האב אויך קריטיק אויף די וועג וויאזוי שפיעלמאן רעדט, ס'זעט אויס ווי ער לייענט ארויס פון א פאפיר. ענדערש זאל ער ניצען מער א פשוט'ע שפראך, ער שרייבט נישט קיין צייטונג יעצט. כ'בין זיכער מיט די צייט וועט ער זיך אויסרייבן און זיין דער ערשטער היימישער אידיש-רעדנדיגער זשורנאליסט.

נאך א הערה: די קוואליטי דארף אויך א תיקון; קוים וואס מ'הערט דעם חבד'סקער בחור רעדן.

אבער, ס'קומט אים קרעדיט! רבותי, משיח איז ביים שוועל!!!

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:18 am

· #240121
ווער איז זיין טארגעט אדיענץ?

סאשי פיש » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:26 am

· #240123
אן עווערדייזמענט פאר די ווידיא און נאך.

יידל » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:45 am

· #240130
אפטעמיסט, טרייב נישט איבער. די ערשטע אידיש-רעדנדע זשורנאליסטן לעבן שוין נישט. אויב דו מיינסט דווקא רעדנדע זשורנאליסטן לאפוקי שרייבנדע, איז זלמן ווידער לכאורה דער ערשטער.

בעל מדות » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:46 am

· #240132
א גרויסער טעות דא! דער אינגערמאן הייסט אהרן יוסף שפילמאן און נישט אהרן יהודה...

אחראי » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:04 am

· #240135
פארראכטן

אפטעמיסט » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:35 am

· #240142
יידל
אפטעמיסט, טרייב נישט איבער. די ערשטע אידיש-רעדנדע זשורנאליסטן לעבן שוין נישט. אויב דו מיינסט דווקא רעדנדע זשורנאליסטן לאפוקי שרייבנדע, איז זלמן ווידער לכאורה דער ערשטער.

כ'האב געמיינט צו זאגן "היימיש" אידיש-רעדענדע זשורנאליסטן אויף "קאמארע". נישט די אמאליגע אידישסטן, און נישט א האט-ליין, א שטייגער ווי קול מבשר. (אויסער אויב ס'איז שוין געווען היימישע חסיד'שע זשורנאליסטן אויף אזא אופן, דאן צו איך צוריק).

פליקער » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:47 am

· #240144
פיינע נייעס,

אסאך הצלחה,

איך האף ער זאל עס מאכן אויף עפעס א וועיג,

גאד בלעס אמערע-איד

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:05 pm

· #240152
[ציטאט אראפגענומען]

נישט ווי יענע מצליח...

smart » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:07 pm

· #240223
זייער זיס דעע נייעס

אבער וואס איך פארשטיי נישט איז, אז פארוועם קען דעעס זיין אינטרעסאנט? פאר די אלע וואס האבן סמארט פאונס באקומען און זעען די נייעס שנעלער בעסער און דארפן נישט קיין אידיש.. בפרט אזעלכע לאנגע דרשות.

ווייטער פאר די עמון עם עולם עולם איז דא קול מבשר אין פשוטע צייטונגען און זיי דארפען עס נישט, זיי האבן עס נישט וואו צו זעהן.

איז קומט אויס נאר פאר די וואס האבן נישט קיין סמארט פאון און האבן אבער צוטריט צו נעט דורכן קאמפיוטער. (נעם אראפ די אלע וואס זייער פילטער לאט נישט אדורך צו זעהן, איז נאך אסאך א קלענער עולם) נו פאר אזא קליינע המון לויט זיך עס נישט מען דארף האבן צייט מען דארף עס טרעפן וכו' עס איז נישט וואו עס קומט אויפן פאון..

יין שרף » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:27 pm

· #240246
אז ער ווערט גוט. וועלן אלע סמארט פאון אינגעלייט עס קוקן. גענוג וואס באקומען נייעס נאר דורך טוויטער און וואטסעפפ וועלן עס זעהן און הערן

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 8:59 pm

· #240288
איך זע אין אים מער NBC ווי ABC, אבער כ'פארשטיי פון וואו דו קומסט.

אפטעמיסט » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:15 pm

· #240294
בקיצור, צוויי זאכן מוזן זיך זאפארט טוישן: אוועק מיט די לאנגע איטערוויאוס; און נארמאלע פשוט'ע שפראך, נישט מיסטעריעזע הויכע וואקאבולאר וואס מ'ניצט ביים שרייבן. ס'איז טראגי-קאמיש צו הערן גלייך ביים אנהויב ווי פון איין זייט רעדט ער שווערע אידיש, און מצד שני מאכט ער א מיש-מאש פון צו פיל ענגלישע ווערטער, למשל "א פארטי-ניין יער אלד אפריקען אמעריקען גיי...", כ'מיין, מר. שפיעלמאן, פליז... דאס איז שוין אביסל קארני. 😮

בשבילי! » מאנטאג יאנואר 5, 2015 11:48 am

· #245940
סאשי פיש
עס קומט גוטע צייטען.

אוי און נישט סתם גוטע צייטן! ווי דער לאזינג גייט NO NEWS IS GOOD NEWS
זייט דער שפילמאן האט אנגעהויבן באריכטן... נייעס אויף יו טוב איז שוין דורך א חודש און... ברוך השם ס'נישטא קיין נייעס! ווער וואלט זיך אמאל געגלייבט אז ס'קען אזוי זיין?
אריבער איז א חודש אן שיסערייען אן פליגער קראכערייען אן פאליציי פראטעסטן אן וואשינגטאן פאליטיק. גוטע צייטן זענען טאקע געקומען...
אפשר קען מען דעם אשכול מדבק זיין מיט'ן מצליח אשכול?

smart » מאנטאג יאנואר 5, 2015 7:50 pm

· #246089
בשבילי!
סאשי פיש
עס קומט גוטע צייטען.

אוי און נישט סתם גוטע צייטן! ווי דער לאזינג גייט NO NEWS IS GOOD NEWS
זייט דער שפילמאן האט אנגעהויבן באריכטן... נייעס אויף יו טוב איז שוין דורך א חודש און... ברוך השם ס'נישטא קיין נייעס! ווער וואלט זיך אמאל געגלייבט אז ס'קען אזוי זיין?
אריבער איז א חודש אן שיסערייען אן פליגער קראכערייען אן פאליציי פראטעסטן אן וואשינגטאן פאליטיק. גוטע צייטן זענען טאקע געקומען...
אפשר קען מען דעם אשכול מדבק זיין מיט'ן מצליח אשכול?

בשבילי יוש האב איך געלאכט....

וואס קומא נעקסט פון אים?? א טעגליכע צייטונג אויף אימעיל וכדומה?? פארוואס קען ער נישט נעמען א נייין טו פייו דשאב??

מאטי » מאנטאג יאנואר 5, 2015 7:58 pm

· #246092
איך זע נישט וואס קומט דא צו לאכן! א איד פרובירט פשוט צו פארדינען א ליווינג און ער עקספלארט פארשידענע עוועניו'ס. וואס קומט אים דערפאר?

סאשי פיש » מאנטאג יאנואר 5, 2015 8:48 pm

· #246101
מאטי
איך זע נישט וואס קומט דא צו לאכן! א איד פרובירט פשוט צו פארדינען א ליווינג און ער עקספלארט פארשידענע עוועניו'ס. וואס קומט אים דערפאר?

איך אויך » דינסטאג יאנואר 6, 2015 12:58 am

· #246168
סאשי פיש
מאטי
איך זע נישט וואס קומט דא צו לאכן! א איד פרובירט פשוט צו פארדינען א ליווינג און ער עקספלארט פארשידענע עוועניו'ס. וואס קומט אים דערפאר?

ישראל קאפקע » דינסטאג יאנואר 6, 2015 1:12 am

· #246171
איך אויך
סאשי פיש
מאטי
איך זע נישט וואס קומט דא צו לאכן! א איד פרובירט פשוט צו פארדינען א ליווינג און ער עקספלארט פארשידענע עוועניו'ס. וואס קומט אים דערפאר?

איך האלט זייער פון זיין אינאוועיטיוונעס, איך האב הנאה געהאט פון זיין לייוו ריפארט, איך האב אים געוואונטשן הצלחה דאן, און ארויסגעקוקט אויף זיין קומענדע ריפארט,
דאס נעמט נאכאלץ נישט אוועק פון די קאמישקייט פון דעם פאקט אז ער האט א צווייטן גרויסארטיגן גראונד ברעיקינג פרנסה געדאנק יעדן מאנטאג דאנערשטאג וואס וועפט אויס נאך איין אינסטאלמענט.
עס קומט אים חיזוק, אבער מען מעג זיך געבן א שמייכל אונטער מיט א חבר איבער זיינע גרויסארטיגע חלומות.

ישמעאל הכהן » מיטוואך יוני 3, 2015 12:55 am

· #280067
אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט

סאשי פיש » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 1:48 am

· #299083
מעשה שטן הצליח

דעת תורה » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 1:52 am

· #299085
Re: אהרן יוסף שפילמאן - לייוו ריפארטס
?