☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » די מאסקאטען פון קאווע שטיבל

די מאסקאטען פון קאווע שטיבל

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #771

וחלופיהן » דינסטאג יוני 5, 2012 5:02 pm

· #16275
די מאסקאטען פון קאווע שטיבל
שלום עליכם, אידן, איך בין דא א פרישער און דאס איז מיין ערשטער הודעה.

אחרי דרך מבוא השלום ואחרי קידה והשתחויה כדבעית האב איך א קליינע מחאה צו מאכען. לשם יחוד וכו' הנני מוכן ומזומן לקיים מצות הוכח תוכיח...

די צוויי מאסקאטען (mascots) פון קאווע שטיבל זיצען בגילוי ראש און טרונקען קאווע ולא נאית ולא יאית. איך פארלאנג נישט א קאפעליטש און אפילו נישט א סאמעטע יארמולקע אבער א הוילען קאפ?

ובזה יצאתי ידי חובת מחאה.

שמיטה » דינסטאג יוני 5, 2012 5:11 pm

· #16279
קיין אויגן פארמאגן זיי נישט. סומא חשוב כמת. מת פטור מן המצוות.

שמואל הלוי » מיטוואך יוני 6, 2012 7:48 pm

· #16507
שלום עליכם הרב "וחילופיהן".

גוטע הערה מעיר געווען, און לאמיר האפן אז די מחאה וועט עפעס אויפטוהן 🙂