☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה"ח ר' שמואל אבערלאנדער ז"ל - ס. ראה"ק סאטמאר (מהר"א)

הרה"ח ר' שמואל אבערלאנדער ז"ל - ס. ראה"ק סאטמאר (מהר"א)

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7709

שעפטל » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 6:12 pm

· #238921
הרה"ח ר' שמואל אבערלאנדער ז"ל - ס. ראה"ק סאטמאר (מהר"א)
איך ווייס נישט פארוואס איך קען נישט ארויפלייגן קיין בילדער.

ר' שמואל איז געווען געווען פון די גרעסטע תומכים בקהילות ובמוסדות סאטמאר בכלל, און מוסדות יטב לב בארץ הקודש בפרט, ווי ער האט טאקע געדינט אלס חבר הנהלה. און האט געדינט אלס סגן ראה"ק דקהל יטב לב ד'סאטמאר פאר די לעצטע 15 יאר.


וואס ס'ליגט איר אויפן זכרון האט ער איבערגעלאזט די קינדער
מו"ה משה דוד הי"ו, וויליאמסבורג
מו"ה ברוך מרדכי הי"ו, מאנטריאל
הרה"ג ר' אברהם שליט"א, וויליאמסבורג
הרה"ג ר' שבתי שליט"א, קרית יואל

און איידעמער:
הגאון הגדול ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א, רב ומח"ס ישראל והזמנים
הרה"ג ר' חיים קלמן גוטמאן שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד אוהל פיגא, סאוט 8, וויליאמסבורג

אגב, אן אינטערסאנטע מעשה איז דא די וואך אינעם זקניך ויאמרו לך, וואס קומט ארויס דורך די ת"ת תורה ויראה דרב"י מסאטמאר קרית יואל

ר' שמואל דערציילט:
אלס בחור האב איך געלערנט אין ביהמ"ד עליון אין מאנסי, אבער איך האב זוכה געווען צו זיין זייער אדוק ומקושר אין כ"ק מרן רביה"ק זי"ע (בעל דברי יואל), און ביי יעדע געלעגענהייט ווען איך בין נישט געווען אין ישיבה האב איך זיך געפונען בקרבתו, סיי ביי רבי'ן אין שטוב סיי אין ביהמ"ד.

כאטש איך האב נישט געלערנט במשך מיינע ימי הבחרות אין די סאטמארע ישיבה בין איך געווען א געהעריגער 'סאטמארער בחור', און יעדע זאך וואס דער רבי האט פארלאנגט פונעם ציבור, אדער פון די בחורים אין די ישיבה, האט מיך אויך מחייב געווען, און איך האב זיך קיינמאל נישט ארויסגעדרייט פון גארנישט.

כידוע פלעגט דער רבי הייסן די בחורים גיין נאך געלט, ער האט געהאט זיינע צדקה צוועק, ער פלעגט נישט זאגן פארוואס ער שיקט נאך געלט, ער פלעגט נאר שיקן און די בחורים זענען געגאנגען.

עטליכע מאל געדענק איך אז איך האב אפילו נישט געגעסן די סעודת פורים, נאר במשך דעם גאנצן טאג בין איך ארומגעלאפן נאך געלט, און ביינאכט פארן זמן האט מען זיך געוואשן אויף א כזית כדי יוצא צו זיין דעם חובת מצות היום, אלעס ווייל דער רבי האט געבעטן צו גיין נאך געלט. נאך פורים פלעגן מיר אליינס אריינגיין צום רבי'ן און אים איבערגעבן דאס געלט.

אין יענע צייט ווען עס זענען נישט געווען קיין יונגע בחורים, נאר גרעסערע ערוואקסענע בחורים, זענען די בחורים מיט גארנישט געווען אנדערש ווי די בעה"ב אין ביהמ"ד, טייל בחורים האבן דאך שוין געארבעט, אבער אויך די בחורים וואס האבן געלערנט אין די ישיבה האבן געהאט אלע התחייבות'ער כלפי די קהילה אזוי ווי די בעלי בתים.

איז געווען בשעת ווען דער רבי האט געבויעט די מקוה בשנת תשי"ב, האט דער רבי עטליכע מאל געבעטן געלט פונעם עולם. איינמאל האט דער רבי גערעדט צום ציבור און ער האט געזאגט אז ער בעט אז יעדער זאל צושטייער געבן 'זעקס דאללער נישט ווייניגער'. איך בין געווען א בחור וואס האט געוואוינט ביי מיין טאטן אין שטוב, און איך האב נישט געהאט קיין איין פעני.

אבער אז דער רבי האט געהייסן איז דאך נישט שייך געווען, האב איך זיך ארויסגעלאזט צוזאמען שטעלן דאס געלט, איך האב זייער שווער געארבעט ביז ווען איך האב מצליח געווען צו מאכן דריי דאללער, מער האב איך נישט געקענט. (היינט קען מען נישט פארשטיי וואס פארא ווערט געלט האט אמאל געהאט, וויפיל מען האט זיך געמוטשעט צוזאמען צו שטעלן איין דאללער, איך בין ביז היינט מחשיב יעדן דאללער וואס א איד גיט פאר צדקה, ווייל איך געדענק נאך וויפיל איך האב זיך געמוטשעט דערפאר).

עס איז געווען א מאנטאג אינדערפרי, איך האב שוין געוואלט צוריק גיין אין די ישיבה, אבער קיין זעקס דאללער האב איך נישט געהאט. בין איך אריין צום רבי'ן און איבערגעגעבן די דריי דאללער, און איך האב געזאגט "איך דארף צוריק פארן אין די ישיבה, איך האב נישט מער".

איך געדענק דאס ווי היינט ווי דער רבי האט מיך אנגעקוקט מיט זיינע הייליגע אויגן, און מיט א שמייכל און שמחה געזאגט "דו וועסט האבן, דו וועסט האבן". תלי"ת ברכת צדיק עשתה רושם, און די ווערטער פונעם רבי'ן זענען ב"ה מקוים געווארן
📎 לוי' מסגן ראה''ק.jpg

שעפטל » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 6:15 pm

· #238923
אקעי, קאווע שטיבל מאכט פון מיר חוזק.... ס'שרייבט אז איך קען נישט אטעטשן קיין בילד ווען ס'גייט יא... גיימער פרובירן נאכאיינס....

דאס איז דער סאטמאר'ער ס. ראש הקהל ר' שמואל אבערלענדער ע"ה...
📎 הרה''ח ר' שמואל אבערלענדער ע''ה, סגן ראה''ק דקיט''ל ד'סאטמאר.jpg

chusid » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 7:27 pm

· #238936
ממש א מגיפה ביי סאטמאר מהרא ראשי קהילה

signout » פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 12:52 pm

· #239038
די גאס האט עס סאם האו אזוי אויפגעפיקט, אויף ר' ישראל דוד שרייבט מען אזוי, זעהט אויס אז ס'האט יא א סיבה ווייל אויף מיר שרייבט מער נישט הגאון אין נישט הגאון הגדול

היסטאריקער » פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 1:28 pm

· #239049
[ציטאט אראפגענומען]


אויך א גאון, אפשר נישט באקאנט אין סאטמאר

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 2:11 pm

· #239054
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: איך מיין אז ווען דו וועסט א ביסל אריינקוקן אין זיינע ספרים (ווי, שו"ת ישראל והזמנים.) וועסטו איהם אויכעט באטילען "הגאון הגדול"... 🙄

chusid » פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 2:52 pm

· #239063
אגב איך פלעג מיך אלץ ווינדערן וואס איז פשט פין זיין לעדערהעד מח"ס נשמת שבת שמונה כרכים און עפעס אנדירש ט כרכים וכו.. סתם נייגעריג וואס סאיז שייך צום לעדערהעד וויפיל בענדער.. צירוק צום נושא... איך הער אז ר' שמואל איז געווען א בעל צדקה להפליא בהצנא לכת און ער האט אלץ זיכער געמאכט אז קיינער טאר בשום אופן נישט וויסן...

shem-tov » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 12:56 pm

· #239225
בד"ה. ר' שמואל ע"ה איז געווען א גרויסער ת"ח פלעגט אלץ זיצן און לערנן אין היכל

shem-tov » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 12:56 pm

· #239226
אפשר קען מען דא לאזן בלויז פאר מתים. שכח

שעפטל » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:36 pm

· #239608
שעפטל
וואס ס'ליגט איר אויפן זכרון האט ער איבערגעלאזט די קינדער
מו"ה משה דוד הי"ו, וויליאמסבורג
מו"ה ברוך מרדכי הי"ו, מאנטריאל
הרה"ג ר' אברהם שליט"א, וויליאמסבורג
הרה"ג ר' שבתי שליט"א, קרית יואל

איך האב עפעס אזוי פארגעסן פון נאך צוויי זיינע זון
מו"ה ר' שלום הי"ו, וויליאמסבורג
מו"ה זלמן לייב הי"ו וויליאמסבורג

שעפטל
און איידעמער:
הגאון הגדול ר' ישראל דוד הארפענ עס שליט"א, רב ומח"ס ישראל והזמנים
הרה"ג ר' חיים קלמן גוטמאן שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד אוהל פיגא, סאוט 8, וויליאמסבורג

@אנאנים איך דארף ענטפערן??? איך האב געזיכט וואס איך האב שוין געשריבן בשעתו ווען איך האב באשריבן ר' עזריאל'ן... אבער פארמעקט דעמאלטס דערנאך... איך דארף קיין דין וחשבון נישט געבן אויף מיינע טיטלען. איך בין אינטיידעלט צו שרייבן הגה"ק אויף וועם איך וויל, הגה"צ אויף דיין נידריגסטע מענטש, און נאר הרב אויף דיין מערסטע ארויפגעקוקסטע מענטש, סך הכל קענסטו שרייבן אנאנדערע ארטיקל און שרייבן די טיטלען לויט דיין געשמאק! קריטיקירן איז גאר א שוואכע מדה ספעציעל ווען דו האסט נישט עפעס צוצולייגן סתם אזוי....
אבער איך וועל דיר נאך אלס ענטפערן, ר' חיים קלמן קען זיין א גאון הגאונים און פוסק, אבער אין פאקט אויב עפעס איז ער א פוסק הקהילה (גראדע דאס אויך נישט) ווידעראום הגאון ר' ישראל דוד איז א באוויסטער גאון, כ'מיין א אלע היימישע קרייזן אויב נישט מער ווי דעם. יא ר' חיים קלמן'ס הלכות חג בחג איז א מאסיווע ספר, אבער הגאון ר' ישראל דוד'ס צענדליגע ספרים זענען טויזענט מאל מער באוויסט! קען זיין הכל תלוי במזל, אפילו ספר תורה שבהיכל? קאן זיין.[/quote]
אגב, כ'זעה ס'איז נישט באריכטעט געווארן דא, ר' שמואל איז געקומען לקבורה ביים וואנט פונעם אוהל הקדוש. נעבן ר' יוסל אשכנזי משב"ק, (ס'דא איין פלאץ אינצווישן זיי, און פרעג מיך נישט פארוועם.....)📎 IMG-20141204-WA203.jpg

chusid » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:43 pm

· #239612
ו

שעפטל » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 4:50 pm

· #239648
ער האט אפיציעל נישט איבערגענומען ר' עזריאל'ס פלאץ, ר' עזריאל'ס פלאץ איז טאקע נאך דא און אפיציעל הייסט דאס טאקע אז ר' יענקעלע גליק דער גבאי האט דאס געקויפט (און דאס איז נעבן ר' יודל), קען זיין אז ר' עזריאל האט געהאלטן אז ס'קומט זיך אים דארט נעבן ר' יוסל'ן...

איבערן פלאץ אליינס, אפילו ס'איז נישט די פלאץ דא, איז די זאך אזוי, ס'איז שוין ממש נישט פארבליבן אין ביה"ח קיין מקום הראוי ווי פאר אזא מענטש ווי ר' שמואל, חוץ דעם וואס ער האט געדינט אלס סגן ראש הקהל אין סאטמאר (יענע פארוועם די ביה"ח באלאנגט [יעצט...]), און אלס יושב ראש הנהלת מוסדות יטב לב באה"ק (כנ"ל..) האט ער ביידע פאזיציעס געדינט מיט מסירת נפש ממש (עכ"פ לויט זייער אויסטייטש), געזיצן און פרובירט צו זעהן וויאזוי מ'קען אויפארבייטן די קהילה און מוסדות, אריינגעגאסן שווערע געלטער כדי אסאך זאכן זאלן טאקע צושטאנד קומען מכח אל הפועל, איין עקזעמפל, איז דער כולל אין וויליאמסבורג וואס ער איז געווען בפשטות דער גרעסטער שטיצער אלע יארן (אלע, מיין איך שוין מסתמה פון ווען ער האט געלט, די אלטע כולל דערנאך די נייע...). און דאס איז חוץ זיין התמדת התורה, ער איז געזיצן און געלערנט שעה'ן על גבי שעה'ן, נישט אז מ'זאגט דאס נישט אויף יעדעם, אבער דאס האבן די משתתפי היכל ראזענבערג אין קרית יואל און אין היכל תהילות יהוסף אין וויליאמסבורג געזעהן, ער איז גראדע אויך געווען א שיינער ת"ח, אן ערענסטער אנטיק בעה"ב, אן עכטער ווארימער חסידישער פארצייטישער איד.

ער איז געווען דבוק בכל נמי נפשו אין די אדמור"י סאטמאר, אנגעהויבן נאך אין די בראשית יארן אין אמעריקע, ווי איך האב שוין אויבן געשריבן איבער זיין מעשה מיט רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע. און ווי האדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א האט ארויסגעברענט ביי די לוי' אז ער האט אפגעשריבן די חידושי תורה פונעם סאטמאר'ען רבי'ן זי"ע, און האט דאס איבערגעזאגט פאר אידן דורכאויס די וואך ממש בלשונו הק' פונעם רבי'ן, אין די יארן תשי"ב, י"ג און י"ד. אלעס וואס עס איז דא פון דעמאלטס איז ר' שמואל'ס קרעדיט, ער האט געזעהן ס'זאל נישט נשתכח ווערן די תורות.
געווען גאר אדוק ומקושר אין רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, נישט פארפעלט קיין תפילה ווילאנג ער האט געקענט, און זיך באטייליגט ביי די טישן ווען מעגליך (ביטע!!! לאז פאליטיק אינדרויסן!!!!) אזוי אויך איז באקאנט געווען אויף עטליכע עפעזאדן ווען די רבי האט געדארפט צאמשטעלן גרעסערע געלטער איז ר' שמואל געווען פון די פאר אדרעסן וואס די רבי האט כסדר גערופן, ר' שמואל האט קיין קשיות נישט געפרעגט, פלעגט אריבערלויפן פון ביזנעס און אויסגעשטעלט דעם טשעק און געגאנגן ווייטער.
און צום היינטיגן סאטמארען רבי'ן (מהר"א) שליט"א -יבלחט"א- איז ער געשטאנען צו די רעכטע האנט ווען אימער ער האט געקענט, פונעם ערשטן טאג. (אגב, מהר"א זייענדיג אין די שבעת ימי משתה פון אן אייניקל און כנהוגו גייט די רבי מיט א שטריימל די גאנצע וואך, האט זיך לכבודו פונעם נפטר געטוישט צו א הוט במשך די לוי') די רבי האט מספיד געווען אז ר' שמואל איז געווען שלום בגופו, געווען אן אפגעהיטענער איד, א געוואלדיגער עסקן, געגאנגן נאך געלט פון אינגווייז אויס ממש ביז לעצטענס. שלום בממונו, געגעבן אסאך צדקה און (אפילו אלס עושר איז ער) נאך פארבליבן שלום בתורתו, אליינס געווען א גרויסער תלמוד חכם, און מחזיק געוווען תורה, אפגערעדט די שווערע טויזענטער צו גאר מיליאנען וואס ער האט זיך געלאזט קאסטן פאר מוסדות וקהילות סאטמאר בכל קצוי תבל, און א ספעציעלע שוואכקייט האט ער געהאט פאר מוסדות יטב לב בארץ הקודש.
אבער נישט נאר מוסדות סאטמאר, נאר סייוואספארא מוסד אין ארץ ישראל איז זיין נאמען געווען פון די הויפט אדרעסן, בקיצור ער האט געהאט א נאנטשאפט צו מוסדות על טהרת הקודש בא"י.

עניוועיס, ס'זענען ממש נישט פארבליבן קיין בעסערע פלעצער פאר אזא איש מורם מעם, א מוקיר רבנן, חתנן רבנן ואיהו גופא צורבא מרבנן, ס'פלאץ זיינער קומט זיך ערליך
(אז דו ווילסט קען מען זאגן... איך זעה נישט פארוועם דען איז די פלאץ פארבליבן אויב נישט פאר אזא איד.... צופרידן????)

signout » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 6:24 pm

· #239684
אבי געהאקט, איך פארשטיי עס זענען דא וואס ווייטוגען זיין פלאץ, ער איז געווען סגן ראש הקהל ביי מהר''א בנוסף וויפיל ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר די סאטמערע רבי'ס אין זייער קהילה קען ער נאך ליגן פאר די זעלבע סיבה ווי ר' לייבוש אין ר' סענדר אין ר' בערל, זיין פלאץ איז דארט

chusid » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 6:29 pm

· #239686
יענקל גליק איז נישט פונעם צד שכנגד?

chusid » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 6:36 pm

· #239688
ר' שמואל האט לכאורה מער אויפגעטוען אין סאטמאר מהר"א ווי ר' לייביש בחייו. דו ווייסט דאס נישט ווייל ער האט אלעס געטוען בשתיקה לשם שמים

שעפטל » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 6:48 pm

· #239693
@chusid ר' שמואל האט גאר אסאך אויפגעטוהן, גערעכט, אבער באמת ליגט דארט ר' לייביש פשוט אלס די צוזאג איבער עולם הבא ווען ער האט געבויעט קרית יואל.
צו ר' סענדר'ס מזל איז ר' לייביש נפטר געווארן א חודש פארדעם... יעצט האט שוין ר' בערל אויך נהנה געווען און אזוי ווייטער....

אבער @אנאנים איך פארשטיי דיין טענה, נאר ווען ר' שמואל זאל וווען געזינט זיין און ווערן ראש הקהל וואלסטו מסתמה פארשטאנען אז אין 20 יאר ארום לייגט מען אים דארט, חוץ טאמער דו פארשטייסט ניטאמאל פארוואס ר' בערל ליגט דארט.

איך גיי נישט נאכאמאל איבערשרייבן איבער די מעלות פון ר' שמואל'ן, אבער איז געווען פון די סאמע גרעסטע תומכי ועסקני הקהילה פאר די לעצטע צענדליגע יארן, און פון די ראשי קהלה לאנגע לאנגע יארן, און סגן ראש הקהל 15 יאר. ערליך קומט זיך אים צו ליגן אויף א מקום הראוי, און וּשְׁמוּאֵל שֹׁכֵב בְּהֵיכַל ה' (שמואל א', ג', ג')

הַנֶּאֱהָבִים וְהַנְּעִימִם בְּחַיֵּיהֶם, וּבְמוֹתָם לֹא נִפְרָדוּ (שמואל ב', א, כ"ג)

דער שכן » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 7:16 pm

· #239703
צי דו ווילסט יא מודה זיין אדער נישט מודה זיין עס גייט בעיקר אריין און ארויני-זאלי געפעך. דאס זענען אללע ניכטערע מענטשן מודה אז איז א חוכא וטלולא פאר ר׳ שמוא׳ אבערלאנדער צו ליגען דארט אזוי נאענט. יעך גלייב אז עס קען קומען סימנים שפעטער פון אויבן. עס איז נישט קיין הפקר וועלט. אין אנדערע ווערטער: אויב באלאנגט ער נישט דארט ווען מען שוין לאזן וויסן. ר׳ שמואל בן ר׳ אליעזר׳ס כבוד איז נאך אלץ במקומו מונח. אויב ימים ידברו.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 7:57 pm

· #239715
דער שכן
צי דו ווילסט יא מודה זיין אדער נישט מודה זיין עס גייט בעיקר אריין און ארויני-זאלי געפעך. דאס זענען אללע ניכטערע מענטשן מודה אז איז א חוכא וטלולא פאר ר׳ שמוא׳ אבערלאנדער צו ליגען דארט אזוי נאענט. יעך גלייב אז עס קען קומען סימנים שפעטער פון אויבן. עס איז נישט קיין הפקר וועלט. אין אנדערע ווערטער: אויב באלאנגט ער נישט דארט ווען מען שוין לאזן וויסן. ר׳ שמואל בן ר׳ אליעזר׳ס כבוד איז נאך אלץ במקומו מונח. אויב ימים ידברו.

דער שכן: דעם חלק אז ס'איז א טייל פון דעם ארוני-זאלי שפיעל, ביניך מסכים מיט דיר 100%..מ'מאכט פון א יעדע זאך א שאך שפיעל. איינער מאכט א מאוו מיט א "פיעס" און דער צווייטער מאכט א קונטער מאוו... וכן הלאה...ואין לדבר סוף....!

שעפטל » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 8:08 pm

· #239721
די ניכטערע מענטשן זענען אויך אינעם ארוני-זאלי געפעכט....

איך וואלט איבערגעגאנגן אינעם ביה"ח און געוויזן פלאץ נאך פלאץ ווי מ'האט זיך פארעכענט... נאכאמזל הכל תלוי במזל. אזא ר' בערל און ר' שמואל האבן געהאט אן עקסטערע זכי' (לויט די אויבנדערמאנטן געפעכט...) אז זיי ליגן דארט.

איך גלייב שווער אז איך גיי ארויפגיין דעם בארג און פלוצלונג זעהן ער ליגט נישט דארט ווייל ס'קומט זיך אים נישט.. ס'דא וואס ליגן טאקע אביסל ווייטער ווי אים און וואלטן ווען געדארפט ליגן ממש מאחורי הגדר....

עניוועיס, וועלן מיר פרובירן צוצולייגן נאך אפאר אינטערסאנטע זיכן פונכם חשוב'ן נפטר, איך האב מיט אים שיין פארברענגט

יין שרף » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 8:22 pm

· #239731
פארגעסט נישט, ס'איז שוין א "אנשי שם" אשכול...

דער שכן » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 8:30 pm

· #239738
שעפטל
די ניכטערע מענטשן זענען אויך אינעם ארוני-זאלי געפעכט....

איך וואלט איבערגעגאנגן אינעם ביה"ח און געוויזן פלאץ נאך פלאץ ווי מ'האט זיך פארעכענט... נאכאמזל הכל תלוי במזל. אזא ר' בערל און ר' שמואל האבן געהאט אן עקסטערע זכי' (לויט די אויבנדערמאנטן געפעכט...) אז זיי ליגן דארט.

איך גלייב שווער אז איך גיי ארויפגיין דעם בארג און פלוצלונג זעהן ער ליגט נישט דארט ווייל ס'קומט זיך אים נישט.. ס'דא וואס ליגן טאקע אביסל ווייטער ווי אים און וואלטן ווען געדארפט ליגן ממש מאחורי הגדר....

עניוועיס, וועלן מיר פרובירן צוצולייגן נאך אפאר אינטערסאנטע זיכן פונכם חשוב'ן נפטר, איך האב מיט אים שיין פארברענגט


פילייכט זיינט איר א געזונטער נוגע בדבר. זאל ער זיין פאר אייך, פאר אייערער באליעבטע און פאר גאנץ כלל ישרא׳ א מליץ יושר און העלפן פועל׳ן די גאולה שלימה בקרוב ממש ובלע המות לנצח ומחה ה׳ דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן.

שטארבן איז א געפערליכע זאך, עס לייגט דעם מענטש אינדערערדאראן!.... עס לייגט דעם מענטש צוגרינד.........

גאנצל » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 8:59 pm

· #239757
זייער שאלה איז פשוט פ"וו ליגט דארט ר' שמוא' און נישט ר' יעקב כהנא די זעלבע שאלה פון דעם גערן ראש הקהל צו משה די גבאי

גאלד » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 9:18 pm

· #239764
פרעגסט מיך איך האב עס אויך אנגעקוקט אביסל מאדנע דאס לייגן איהם אויפן סאמען מכובדיגסטער מקום,
פיין אין וואויל ער איז זיכער געווען א איש חשוב ומכובד אין אסאך געלייסטעט פאר סאטמאר כל ימי חייו, מסכים
אבער ער איז נישט געווען קיין icon, אני הצעיר האב נישט געהערט פון דעם נאמען ביז בערך 12 יאר צוריק,
ר' לייביש לעפקאוויטש, ר' בערל פר"מ צו ר' עזריא' גליק זענען געווען household נעמען וואס איך האב אלס געוויסט מעודי
נאר וואס דען, נישט קשה, א וואוילער איד איז ער זיכער געווען, זאל זיין, אויף יענע וועלט איז ממילא עליונים למטה ותחתונים,
נאך מער איך האלט אז דאס אז ר' עזריא' ליגט אין יענעם ביה"ח איז 1000 מאל מער קריאז און פאריקט
און דאס אז ר' אביגדור יאקאבאוויטש ליגט דארט ווי ער ליגט מאכט עפעס יא סענס?
נו אז ס'שוין פורים זאל זיין פורים אינגאנצן,

און דער ריינער אמת דור הולך ודור בא מ'האלט מיר שוין 35 זייטן רבינס פטירה, ס'שוין כמעט נישט געבליבן קיין סאטמארע פיאנערן פונעם אלטען דור, די זאליס אין בני יואל ווילן דאך דארט נישט ליגן, איז פארוועם זאל מען אנהאלטן די פלעצער? פאר יצחק ראזענבערג? צו לאנגע יארן, סיריעסלי

דער שכן » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 12:30 am

· #239802
[ציטאט אראפגענומען]


אבסעלוטלי נישט!

דער שכן » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 12:41 am

· #239807
גאנצל
זייער שאלה איז פשוט פ"וו ליגט דארט ר' שמוא' און נישט ר' יעקב כהנא די זעלבע שאלה פון דעם גערן ראש הקהל צו משה די גבאי



״זייער שאלה״..
אינגאנצן נישט אמת. לייג נישט אריין ווערטער אין מויל פון אנדערע.

אסאך פאקטארן גייען אריין אין חשבון. עלטער, ווי לאנג ער איז באמת געווען א פאבליק פיגור, ווי גראד און ערליך, ווי שטארק איז געווען דאס קירבות ציווישן רבי׳ן זצוק״ל אינעם מדובר, כהנה וכהנה ... עס איז נישט אזא דבר פשוט פאר א איד א בעלעבאס (מיט קארט פעיפערס אין די הענד..) צו מעגן ליגן אזוי נאענט צום צדיק הדור ווען אנדערע גאר גרעסערע און ריינערע זענען אסאך מער אפגעריקט. עס איז א חוכא ואטלולא באמת, נישט קיין חילוק וויזוי מען וועט דאס דרייען, אפילו אויב די קארט אינטערגעשרייבעכץ איז א מעלה גבוה.
Time will tell.
לאמיר זעהן וואס עס גייט זיין.
ימים ידברו. בוקר ויודע ה׳.

גאנצל » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 10:51 am

· #239864
דעם רבינס חסידים ווילן דאך דארט נישט ליגן זיי שרייען דאך אז די ביה"ח איז גארנישט ווערט אפגעזען אז די רבי ליגט דארט אי הכי וואס איז שייך דעם רבינ'ס כבוד דא ?

און ווי געזאגט פריער אז א איד וואס האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן רבינ'ס הייליגע מוסדות אין א"י וואס איז געליגן על לב רבינו יומם ולילה. קען ליגן אין די ערשטע שורה הארט פאר'ן רבי'ן דעמאלט האסטו נישט קיין פראבלעים מיט'ן רבינ'ס כבוד דו האסט אן אנדערע פראבלעים כנ"ל

לית דין בר נש » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 11:03 am

· #239869
די רבי ז"ל איז מיר דער נאכט געקומען אין חלום און געזאגט ער האט זייער הנאה אז ר' שמואל ליגט לעבן אים אלץ הכרת הטוב וואס ר' שמואל האט געטוהן פאר סאטמאר די לעצטע פופצן יאר
ווען איך בין איינגעשלאפן א צווייטע מאל איז די רבי נאכאמאל געקומען און גיבעטן איך זאל דאס איבערגעבן בשמו פאר @דער שכן און @אנאנים און @פלעין אידיש

גאלד » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 11:35 am

· #239884
אוי פליז שכן טייערע, צימעס מיר נישט,
קודם להוי ידוע, מ'האט איהם נישט געלייגט ביי די חלקת הרבנים,
מ'האט איהם גלייגט ביי א חלקת בעלי-בתים, ווי ר' לייבוש לעפקאוויטש, ר' סנדר דייטש און ר' בערל פר"מ, וכדומה,
דאס איז די חלקת הסאטמארע היי פראפייל פיאנערן,
שנית, די וואס פארפיגן אויפן ביה"ח, ה"ה הארונים, האלטן דאך בשיטה אז די קארט פעולות זענען העראישע אקטן,
ממילא פון א ארונישע פרעספעקטעוו קענסטו נישט האבן קיין שום טענה,
עס-ע-מעטער-אוו-פעקט, פרעגסט מיך, איך אלס א ארוני האלט בשיטה אז די אלע וואס האבן געהאט סיי וועלכער יד און העצן דעם ברך משה און נישט לאזן איהם קומען צו משפחה שמחות קומט זיך קיין שום קבורה אין א סאטמארע ביה"ח,
אזש אז די אלע קארט אקטיוויטעטן זענען א מצוה מן המובחר קעגן די אלע מעשים,
איך טרייב נישט איבער,
קען זיין איך בין משוגע לאותו דבר, אבער איך בין אזוי קאנווינסט,
אבער אזויפיל פארשטיי איך, אז די זאליס האלטן פונקט קאפויער,
און איך ערווארט נישט אז זיי זאלן טוהן פעולת ע"פ שיטת הארונים,

ממילא, דאס איז זיכער לכו"ע, אז נעם אוועק די פאליטיק, איז ר' שמואל געווען א חשובער טעטיגער איד, א ת"ח, מיט אסאך לייסטונגען פאר סאטמאר,
און קען טאקע זיין אז אויף פאפיר קען זיין אז ר' שמואל קען זיך פארמעסטן מיט די אנדערע פיאנערן, אויב מ'זאל צאמרעכענען די געלט און צייט ער האט אוועקגעגעבן כל ימי חייו
נאר וואס דען ער האט געהאט איין פראבלעם, ער איז נישט געווען אזוי מפורסם,
נו האב איך דאך געטענה'ט אז פיאנערן מפורסמים פונעם אלטן דור זענען שוין ממילא נישט געבליבן וועם צו לייגן

דער שכן » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:03 pm

· #240481
גאלד
אוי פליז שכן טייערע, צימעס מיר נישט,
קודם להוי ידוע, מ'האט איהם נישט געלייגט ביי די חלקת הרבנים,
מ'האט איהם גלייגט ביי א חלקת בעלי-בתים, ווי ר' לייבוש לעפקאוויטש, ר' סנדר דייטש און ר' בערל פר"מ, וכדומה,
דאס איז די חלקת הסאטמארע היי פראפייל פיאנערן,
שנית, די וואס פארפיגן אויפן ביה"ח, ה"ה הארונים, האלטן דאך בשיטה אז די קארט פעולות זענען העראישע אקטן,
ממילא פון א ארונישע פרעספעקטעוו קענסטו נישט האבן קיין שום טענה,
עס-ע-מעטער-אוו-פעקט, פרעגסט מיך, איך אלס א ארוני האלט בשיטה אז די אלע וואס האבן געהאט סיי וועלכער יד און העצן דעם ברך משה און נישט לאזן איהם קומען צו משפחה שמחות קומט זיך קיין שום קבורה אין א סאטמארע ביה"ח,
אזש אז די אלע קארט אקטיוויטעטן זענען א מצוה מן המובחר קעגן די אלע מעשים,
איך טרייב נישט איבער,
קען זיין איך בין משוגע לאותו דבר, אבער איך בין אזוי קאנווינסט,
אבער אזויפיל פארשטיי איך, אז די זאליס האלטן פונקט קאפויער,
און איך ערווארט נישט אז זיי זאלן טוהן פעולת ע"פ שיטת הארונים,

ממילא, דאס איז זיכער לכו"ע, אז נעם אוועק די פאליטיק, איז ר' שמואל געווען א חשובער טעטיגער איד, א ת"ח, מיט אסאך לייסטונגען פאר סאטמאר,
און קען טאקע זיין אז אויף פאפיר קען זיין אז ר' שמואל קען זיך פארמעסטן מיט די אנדערע פיאנערן, אויב מ'זאל צאמרעכענען די געלט און צייט ער האט אוועקגעגעבן כל ימי חייו
נאר וואס דען ער האט געהאט איין פראבלעם, ער איז נישט געווען אזוי מפורסם,
נו האב איך דאך געטענה'ט אז פיאנערן מפורסמים פונעם אלטן דור זענען שוין ממילא נישט געבליבן וועם צו לייגן


ימים ידברו. יש דין ויש דיין. עס איז נישט קיין הפקר וועלט.

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 10:51 pm

· #240586
דער שכן


ימים ידברו. יש דין ויש דיין. עס איז נישט קיין הפקר וועלט.

ווען איינער טוט א שריט קעגן א מרא דאתרא, און פרובירט חותר צו זיין קעגן די קהלה פון שטאט, און ווינציגער ווי א וואך שפעטער שטארבט ער ל"ע בדמי ימיו, זאגסטו אויך יש דין ויש דיין?

קאך_לעפל » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 10:37 am

· #240622
רבי שמואל איז געווען גאר א טייערע איד, ווען מען האט געוואלט פארשפארן דעם כולל אין זופניק, האט ער ממש געארבייט אין דער לענג און אין די ברייט אז דער הערליכע מקום תורה זאל חלילה נישט פארמאכט ווערן, ער האט זיך פארדעם געלאזט קאסטן שווערע געלטער... אזוי אויך האט ער אריין געכאפט א היפשע פארציע מכות כדי להמית, און שווערע ביזיונות פארן זיין געטריי צו כ'''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א.

עכ''ז איז אביסל מאדנע אז מען האט אים געלייגט ממש הארט ביים הייליגן אוהל.

אין סיגוט ליגט נאר ר' אשר גבאי לעבן אוהל, און אויך הרה''ח רבי משה אריה פריינד ז''ל דער ראש הקהל, ווייל דער הייליגער קדושת יו''ט האט אים דאס צוגעזאגט, צילוב די מעשה אז ער האט געזעהן דעם היילגן ייטב לב זי''ע נאך זיין פטירה, ביי די ערשטע הקפות פינעם קדישת יו''ט זי''ע.

און קרית יואל ליגט רבי יאסל לעבן אוהל אזוי ווי ר' אשר גבאי ליגט לעבן אוהל פון רבותינו הק', אזוי אויך רבי לייביש צילוב די הבטחה פון רבינו הקוה''ט זי''ע אז רבי לייביש וועט זיין לעבן אים אין ג''ע צילוב וואס ער האט געהאט די זכיה לעשות רצון צדיק, און אויפשטעלן דעם הייליגן שטעטל קרית יואל.

און ווער עס געדענקט אז נאך וואס ר' ליפא פריעדמאן איז נפטר געווארן בשנת תשל''ב, האט רבינו הק' אויפגענומען אויף זיין פלאטץ ר' לייביש לעפקאוויטש מיט ר' סענדר דייטש, און טראץ דעם וואס זיי זענען געווען אינגאנצן פון א אנדערע טייג געקענעטען, ר' לייביש איז געווען א ערליכער בעל הבית און א עושר, און רבי סענדער איז געווען א שרייבער און א דענקר און א ידען עצום און גאר א קליגער מאן, און זיי האבן טאקע געהאט ערענסע חליקי דיעות בהנהנגת הקהלה ומוסדותיה, דאך האט מען זיי ביידע די זעלבע רעספעקטירט, און מען האט אלעמאהל אבאכט געגבן נישט צומאכן קיין חילוק צווישן זיי, דעריבער איז טאקע פארשטענדליך פארוואס מען האט געלייגט רבי סענדר לעבן ר' לייביש, צו סימבאלאזירן דעם "הנעימים והנאהבים בחייהם ובמותם לא נפרדו".

אבער רבי שמואל? ווי קומט ער דארט אריין? פארוואס האט אים טאקע נישט געלייגט לעבן ר' יודל ראזענבערג, ר' אהרן טייטעלבוים, ר' אברהמ'לע ווערצבערג, ר' חיים הערש יאקאבאווטש און אלע אנדער ראשי קהלה?

עס איז באקאנט אז די סדר פון די חברה קדישה און סדר פון די חלקות, און די תקנות אד''ג, איז געמאכט געווארן דירך ר' חיים הערש יאקאבאוויטש, וואס האט איבערגעלאזט פינקליכע אנווייזינגען פאר די היינטיגע חברה קדישא לייט ווי אזוי זיך צו פירן, זעהט אויס אז לויט דעם סדר האבן די חברה קדישה געהאלטן אז ר' שמואל דארף ליגן לעבן אוהל..

אדער ווי גאלד זאגט.... אז עס איז שוין פורים... (מיטן לייגן צוויי פיגורען אין די ערשטע רייען, וואס באלאנגען בכלל נישט אין דעם בית החיים, ניטאמאהל אונטען אויך נישט...) זאל שוין זיין פורים אינגאנצען.....

איש את רעהו » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 12:30 pm

· #240631
אמאל איז רבי עזריאל ע''ה געווען די מחליט ביים בית החיים ווי צו לייגען, זעט אויס עס איז נאכנישט אריבער צו ספעציעלע מחליטים נאר יעדער איינער קען שתדלן ווי ער וויל, די משפחה האט אלע רעכטן צו וועלן לייגען זייער טאטע/זיידע אויף די שענסטע ארט אינעם בית החיים.