ווי אזוי ארבייט אן עמעזאן ביזנעס?
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7703
ווי אזוי ארבייט אן עמעזאן ביזנעס?
דע אלע יונגעלייט וואס טוען עמעזאן, וואס מיינט עס? וויאזוי טרעפן דע יונגע חברה סופלייערס אז זיי קענען אריינקומען מיט די נידריגסטע פרייזן אויפן אייטעם?
איך רעד נישט פין דע פאר וואס קויפן ביי דע וואס אדווערטייזען זוך אין די קלאסיפיידס.
[ציטאט אראפגענומען]
איך פארשטיי ער קען קויפען האלסעיל, -אבער עס איז דא אסאך קאמפעטישען און איך בין נייגעריג וויאזוי דער יונגערמאנטשיקל האט די ביליגסטע( למשל ) קעמראס
וויאזוי קען ער זיך אויס? פון זיך שפילען גענוג טוט מען עפעס אויף? מ'דארף האבן א חוש דערצו?
צענליגע יונגעלייט פארלירן געלט אויף אמאזון, ביודעי ומכירי קאמינא, זיי קענען נישט די פי'ז זיי קענען הידוע רעכענען, נעמען סאפטוועיר ווטסון האקט פרייזן אין די וועלט אריין, זיי הרג'נען פראדוקטס ועוד ועוד. מדארף גוט וויסן וואס מען טוט. וועגן טשיינע וואלט איך געוואלט וויסן מער פרטים, איך האב געהערט אז אסאך האבן זיך שוין אבגעבריט דארטן אויך...
[ציטאט אראפגענומען]
איך וואלט געראטן יעדעם איינעם צו שטיין גאר ווייט פון איינער וואס שרייבט אזעלכע ווערטער וד''ל.
און סתם אזוי איז גוט צו ווייסן אז פאר יעדער איינעם וואס מאכט שיין אויף סחורה פון טשיינע (ל''ד דורעך עמעזאן) און דרייט אווער עי מיליאן אין טשעיס באנק ,איז דא צענדליגער אדער הונדערטער וואס האבען פארלוירן די הויזן פשוטו כמשמעו.
איך אויך, יעצט האלט איך אז ביסט נישט גערעכט, די דיסקארעדשט די עולם בבחינת איך אויך אבער יענער נישט, פארוואס זאל נישט יעדער מאכען געלט ? אביסעלע פארגינען א צווייטע.
איך האב געהאט א פלאן צו עפענען א אידיש-רעדענדיגע סייט וואס איז בלויז עמעזאן, יעדער זאל צולייגען זיין טיפ'ס און עצות [ביז ס'וועט ווערען אזוי מאכטפול אז גוים העבן זיך נעמען לערנען אידיש]. באט אפאר פון מיינע חברים האבן מיך שיינערהייט מסביר געווען אז חוץ פון אביסל ב.ס. העט קיינער נישט שרייבען עפעס צום-זאך. וואס האלטסטו?? [כ'רעד נישט צו איך אויך]
עגן 100% גאראנטירט, קען איך נישט אריין גיין אין דיטעילס, אבער אויף אזוי פיל דיך צו ענטפערען וויל איך קלאר מאכן איין נקודה אז זייער אסאך כינעזער נעמען קרעדיט קארדס, וואס מיט דעם ביזטו זיכער 100% גאראנטירט. אבער מ'דארף אפילו נישט אנקומען צו דעם פאר די וואס ווייסען וויאזוי צו האנדלען.
וואס מיינט דאס ''כ'קען נישט אריין גיין אין דיטעילס'' וואס האסט מורה מהעט דיך צונעמען די ביזנעס?? קאמ-אן, בעסער שרייב נישט גארנישט.
סאו יעצט זאגסטו אז איך טוה ביזנעס אויף עמעזאן און איך פארגין נישט קיין צווייטן? אקעי מוזט מיר נישט גלייבן אבער כ'מיין אז איך האב אין מיין לעבן נישט געקויפט מער ווי אפשר 10-15 אייטעמס אויף עמעזאן (מערסטנס ביכער) און קיין איין איינציגע אייטעם נישט פארקויפט.
עזרעאל דו סאנדס מער ספוקי און נישט טראסבאר בי די מינוט. איך האב שוין גערעדט מיט 'צענדליגע' אידן וואס טוען ביזנעס מיט טשיינע אין די טאטאלע וועליו איז זיכער לפחות צענדליגע מיליאנען און 'קיין איינער' האט נישט געצאלט מיט א קרעדיט קארט סאו פליז פארקויף דיינע בי. עס. ערגעץ אנדערש.
וואס יא פילייכט זאלסטו אויסהערן די אינטערוויאו מיט יהונתן שווארץ און טראכטענדיג שנעלערהייט פאלט מיר איין לפחות נאך 7-8 אזעלכע מעשיות און אנדערע פראוד מעשיות (אין קען דיר געבן זייערע נומערן זאלסט זיי רופן פרעגן) און אז דו ווילסט קען איך זיכער ביז אפאר שעה דיר צושטעלן א ליסט פון 30 מענטשען וואס האבען פארלוירן די הויזן מיט די 'מציאות' וואס מען קופט איין אין טשיינע.
סאו קומען מיר צוריק צו וואס כ'האב פריערט געזאגט. יא אידן מאכן געלט און אפילו שיין געלט אבער אקעגן יעדעס איד וואס פארדינט שיין איז דא צוואנציג וואס דערלייגן און וואס דערלייגן שיין.
[ציטאט אראפגענומען]
יא יא.... סדרייט מיליאנען, און גילוי מאכט מען נישט... איך זאג נישט אז סאיז נישט דא יונגעלייט וואס מאכן, אבער פאר יעדע וואס מאכט זענען דא צוויי וואס פארלירן...
לידיעה בעלמה. פון DHGATE.COM האב איך מער מאל באקומען צובראכענע חפצים ווי גאנצע. למשל איין פון 5 USB האבן געארבייט וכדו'!
בנוגע די עצם שאלה וויאזוי די ביזנעס ארבעט. סאיז דא א ליסטינג לאמיר זאגן א "העד ענד שאולדער" שעמפא, די האסט 100 שטיקלעך, איז דא צוויי מעגליכקייטן, לאמיר אנהייבן מיט FBA, די גייסט ארויף אויף אמאזאן און די שרייבסט אז די ווילסט דאס אויך פארקויפן, דארפסט ארויספרינטן לעיבלס וואס אמאזאן וועט דיך געבן און ארויפלייגן אויף יעדן באטל, דערנאך וועסטו עסוק אריינשיקן דארט ווי אמאזאן וועט עסוק שיקן (איינע פון די פילע פולפילמענט סענטערס). ווען אמאזאן באקומט עס וועסטו אוטאמאטיש פארקויפן. יעצט לאמיר זאגן די פארקויפסט עס פאר $10 וועט אמאזאן אראפנעמען 15% ד.ה. $1.5 + $1 פיק ענד פעק, $1 ארדער הענדלינג + וואג הענדלינג וואס איז צווישן $0.57-$4-5 . אויף א העד אנד שאלדער איז עס מסתמה 1.75 בערך, קומט אויס אז עס פאלט אוועק פון די $10, $5.25, ד.ה. די בלייבסט מיט $4.75, און דאס וועט אמאזון אריינלייגן אין דיין אקקאונט, זיי שיקן אריין די געלט צוויי מאל א חודש. נעם אראפ וויפיל עס קאסט אריינצושיקן לפחות $0.35, נאכדעם וואס קאסט די באקסעס, טעיפ, לעיבלס, ארבעט, רענט וכו'. אויב די גייסט אריין אין דעם ביזנעס רעכן ברייט וועסטו מצליח זיין, רעכן שמאל און די פאנגסט אן פארלירן.
סאיז דא נאך אסאך נקודות, דאס איז די א"ב.
פון וואו קויפען דע יונגעלייט? למשל אין קעמערעס ווייס איך א גרויסע קאמפעני וואס מאכט אסאך געלט אויף עמעזאן און אויכט ווייס איך פון א יונגערמאנטשיקל פארקויפט עס אויף עמעזאן , איז וויאזוי קענען פשוטע יונגעלייט קאמפיטן מיט ריזן?
@חייםדירבס: קודם כל יישר כח, און כ'קען נישט געבן מער וואו איין לייק באט נאדער: 100 לייקס פארן בכלל רעדן דערוועגן.
יעצט טאמיר קענסט מער מסביר זיין, ושכרך כפל מן השמים [איך בין א ערב בעדך אז העסט נאר מצליח זיין בזכות קאווע שטובל, כ'ווייס גראדע פון א מעשה וואו א איד איז ממש געהאלפען געווארען [!] בזכות פון ארויסהעלפען אידען אויף ק''ש!!].
#1 פארוואס זאגסטו ס'העט זיך זיכער פארקויפען?
#2 א'כ יעדער וואס קען סך הכל רעכענען וועט מאכען געלט!??
#3 ווי לאנג דארף מען ווייטען צו צוריק מאכן אלעס??
#4 טאמיר ס'איז 100% פראפיט פאר דער וואס טראכט גרויס, בסדר נעם מיין נאמבער, כ'געדיר א k'עלע אדער צוויי, וויפיל ברענגסטו מיך צירוק??
#5 למעשה. וואיאזוי ווייסט מען וואס צו קויפען און ווען???????
לא להנאת גופי@חייםדירבס: קודם כל יישר כח, און כ'קען נישט געבן מער וואו איין לייק באט נאדער: 100 לייקס פארן בכלל רעדן דערוועגן.
יעצט טאמיר קענסט מער מסביר זיין, ושכרך כפל מן השמים [איך בין א ערב בעדך אז העסט נאר מצליח זיין בזכות קאווע שטובל, כ'ווייס גראדע פון א מעשה וואו א איד איז ממש געהאלפען געווארען [!] בזכות פון ארויסהעלפען אידען אויף ק''ש!!].
#1 פארוואס זאגסטו ס'העט זיך זיכער פארקויפען?
#2 א'כ יעדער וואס קען סך הכל רעכענען וועט מאכען געלט!??
#3 ווי לאנג דארף מען ווייטען צו צוריק מאכן אלעס??
#4 טאמיר ס'איז 100% פראפיט פאר דער וואס טראכט גרויס, בסדר נעם מיין נאמבער, כ'געדיר א k'עלע אדער צוויי, וויפיל ברענגסטו מיך צירוק??
#5 למעשה. וואיאזוי ווייסט מען וואס צו קויפען און ווען???????
יישר כח פאר די לייקס.
מען דארף טוהן ריסוירטש אויף ליינס און אויף פראדוקטן, מען דארף פארשטיין וועלכע ליינס אמאזאן לויפט נישט נאך, דערנאך איז דא "הייסע " פראדוקטן, למשל, עס זענען דא קעמראס וואס פארקויפן זיך בעסער, (סעילס ראנק איז "איינע" פון די אנדייטונגען דערויף), איז לאמיר זאגן די קענסט מיט $1000 קויפן איין קעמרא וואס גייט שוואכער, אבער ווען עס פארקויפט קענסטו מאכן $150 ,אדער קויפן צוויי וואס גייט זיך פארקויפן שנעלער אבער מאכסט נאר $50 א שטיקל, איז דאס דארף א מענטש מאכן א חשבון צו סלוינט זיך אים צו ארבעטן וויניגער און מאכן א גרעסערע מארדשין אדער דרייען שנעלער אז זיין געלט זאל מאכן עטליכע מאל געלט דורכאויס די יאר.
אין איך וועל דאס נאכאמאל זאגן 99.9% פון די וואס פארלירן געלט קומט דאס פון נישט קענען רעכענען גוט און פון הרג'נען פרייזן, טיפשים וואס פארשטייען נישט אז יעדער באקומט דאס פארן זעלבן פרייז און מאכן אז זיי מאכן נישט קיין געלט צוזאמען מיט די אנדערע נערנים, "אלע" אנדערע סיבות צו פארלירן איז 00.1%.
און בנוגע דעם אפפער צו נעמען גילט פון אייך, "no, Thank you"....
כל טוב...
העי ווייסט וואס, די געב מיר געלט, טאמיר די דארפסט נישט
וויאזוי באקומט מען א גוטע פידבעק ראטע אין ווייניג צייט??
לא להנאת גופיוויאזוי באקומט מען א גוטע פידבעק ראטע אין ווייניג צייט??
דאס איז ליידער די טעות פון מענטשן, אסאך פידבעק העלפט גארנישט, אפשר אויף איין סעיל א יאר, די עיקר איז וויפיל פראצענט פאזיטיוו די האסט. אויב עפעס. לייגטס ענק דאס גוט אריין אין קאפ. קיינער איז נישט "דיין" קאסטאמער, זיי זענען אמאזאן קאסטאמערס, סאיז נישט דא קיין לאויעלטי צו דיר. גארנישט. פינטל. און נאך א פינטל.
בסדר. סאו וויאזוי באקומט מען גוטע פאזאטיוו רעיטינג? טאמיר איך בעהט אפאר אינגעלייט זאלען דרייען פראדאקס פון מיר [קויפען צירוק געבן וחוזר חלולה..] העט עס העלפן?
AMAZON HELP
Need Help with your Professional Amazon Account?
We provide the following services:
Creating Listings - from the beginning -65$ per item
Upgrading Listings - HTML Description - Depends on the amount of work needed - but minimum 45$
Upgrading Search Terms - 50$
Additional Services:
Creating Ebay Listings - 30$ per listing
Email to <!-- e --><a href="mailto:amazoncorrections@gmail.com">amazoncorrections@gmail.com</a><!-- e -->
And we will get back to you ASAP
יישר כח. נו אפשר זאגסטו עפעס מער וועגען עמעזאן. וויאזוי אייערע ליסטינג ארבעט. וכו'
simple if you have a item and you want a listing for it email us at the above address
האספיטעל ליין
קודם א ישר כח פאר די אלע חברים דא וואס האבן מיר קלאר געמאכט און נאדיר א לייק דערפאר.
איינער קען זיך דא אויס מיט עפעס אינפארמעשאן אין די מעדיקעל ליין(דעספאזיבעל מאסקעס-הענטשוך..),ווי אזוי עס פארקויפט זיך אנליין,קאמפיטישען מארקעט אד"ג.
איך לייען אפ דעם גאנצן אשכול דא און איך קום ארויס אן קיין שום קלארקייט. איך בין א ע"ה גמור אין די עניינים, און די אשכול רעדט צו איינעם וואס האט שוין א השגה. קען איינער דא טון א אמת'ע חסד און לטובת אידן נצרכים מסביר זיין שיין דבר דבור על אופניו, אנגעהויבן פון אלף און דערנאך גיין צו בית און פון דארט צו גימל, פלעין איינס נאך איינס וואס מען דארף טון, וויאזוי מען הייבט אן און וואס טוט מען נאכדעם. עס קען העלפן אידישע קינדער און עס איז זיכער א גרויסע מצוה.
יישר כח
פארוואס לאזט מיך עמעזאן נישט אריין יעצט ??
קען איינער שרייבן אין לענגס וויאזוי אהן צו הייבן א עמעזאן ביזנעס והמסתעף? ביטע שרייבן מהתחלה אויף עטליכע אופנים כדי אז עס זאל קלאר ווערן די ענין עד הסוף אפילו פאר איינע וואס איז אומוויסנד.
יישר כח
Amazon seller central is currently down.
This account is not associated with a valid merchant/marketplace. .
Sign in as a different user
if you see this message, it is not your account, it is that Amazon seller central is currently down.
ראש הישיבהקען איינער שרייבן אין לענגס וויאזוי אהן צו הייבן א עמעזאן ביזנעס והמסתעף? ביטע שרייבן מהתחלה אויף עטליכע אופנים כדי אז עס זאל קלאר ווערן די ענין עד הסוף אפילו פאר איינע וואס איז אומוויסנד.
יישר כח
זייער קלארע אנווייזונגן פון עמעזאן: די סייט איז דאון יעצט ווי געשריבן אויבן.
<a class="postlink" href="http://services.amazon.com/">http://services.amazon.com/</a>
נאר סעלער סענטראל איז דאון יעצט
4 Rockland brothers accused of $19M Amazon’s vendor system scam
<a class="postlink" href="https://www.lohud.com/story/news/crime/2020/08/19/4-rockland-brothers-accused-19-m-online-retailer-scam/5608854002/">https://www.lohud.com/story/news/crime/ ... 608854002/</a>