☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ווערטלעך ארום די פסק אויף באבוב 45

ווערטלעך ארום די פסק אויף באבוב 45

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7699

חקרן » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 3:21 pm

· #239275
ווערטלעך ארום די פסק אויף באבוב 45
וויבאלד עס דרייען זיך ארום פיל ווערטלען און שארפע געדאנקען ארום דער מאדנע פסק אז מען מוז זיך רופן באבוב 45, וואלט גלייך געווען צו עפענען אן אשכול, צו קאנצערטרירן אלע וועטלעך תחת פונדק אחד.

איך וועל אנהויבן מיט צוויי שטיק און דער עולם קען צולייגן.
די קינדער פון הרמ"ד גייען זיך רופן ווי פאלגענד: 45.1 - 45.2 - 45.3 און אזוי ווייטער.
בית-דין האט באפוילן אז מען דארף מקדים זיין דעם 45 פארן זאגן באבוב, ווייל טאמער וועט איינער זאגן באבוב און ער וועט שטארבן נאך איידער ער וועט אניאגן ארויסצוזאגן דעם 45, וועט עס זיין א געוואלדיגער פארברעך, האט מען דעריבער מתקן געווען דער תקנה.

לית דין בר נש » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 6:12 pm

· #239327
(איך גידענק נישט ווי איך האב עס גיהערט גיזעהן קען גאר זיין דא אין שטיבל אבער איך האב זייער הנאה געהאט בעתו ברענג איך עס אראפ)
יעדע באקומט וואס ער וויל
צד באבוב האט אריינגעלייגט צעהן יאר הארעוואניע צו געווינען די פסק
צד באבוב-45 האט אריינגעלייגט צעהן יאר הארעוואניע צו באקומען אנערקענונג פון די גאס
צד באבוב האט געווינען די פסק און צד באבוב-45 האט געווינען די סימפאטיע פון די גאס

אוהב ספרים » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 6:16 pm

· #239328
אויב ר' יושע רובין גייט זעך טיילען וועט ער הייסען באבוב 45 עמוד ב

ציבעלע-קיגל » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 10:59 am

· #239542
איך ווינטש איהם לאנגע יאהרען אבער וואס וועט זיין ווען זיין אייניקעל וועט זיין רבי, וואס וועט מען דענסמאהל זאגען אויף דער נאמען באבוב 45. וואס איז דער 45 ? מסתמא דער זיידע דער ערשטער 45טער רבי האט מעלה געווען די ניצוצית פון דער שם מ"ה האט ער זיך גערופען באבוב מ"ה.

אזוי ווי .איך האב געפרעגט איינער וואס ער שיקט זיינע קינדער אין מאשלאו צו ער וויסט ווי איז דאס מאשלאו? זאגט ער מיר עס דאכט זיך איהם אז עס איז געוועהן א שטעטעל ערגעץ אין ראמעניא.
ווען מען ווייסט אז עס קומע פון Mosholu Parkway אין די Bronx. ווי דער היינטיגער רבי'ס טאטע האט געהאט א קליין בית מדרש'ל.

Chuchem » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 3:04 pm

· #240214
פעם ראשונה שאחד חולה. ומוסיפים שם לאחר. והמבין יבין

גאליציאנער » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:58 pm

· #240231
Chuchem
פעם ראשונה שאחד חולה. ומוסיפים שם לאחר. והמבין יבין


אם אפשר להגיד הפוך, למה נלך ישר.

אני רואה פשוט שמישהו חולה ולכן הוסיפו לו שם.

zurich » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:54 am

· #240361
אוהב ספרים
אויב ר' יושע רובין גייט זעך טיילען וועט ער הייסען באבוב 45 עמוד ב

צ"ל מ"ה ע"ב

איך אויך » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 10:05 pm

· #245549
אז דו דערמאנסט שוין ,די באונעס איירעס קהילה/נאמען/ריעל איסטייט מחלוקת האט זיך גארנישט צו שעמען פון גרויסע חסידישע הויפן.

דור האחרון » מיטוואך יאנואר 7, 2015 5:53 pm

· #246709
לעצטע וואך ביי א חופה האט מען אויסגעריפען אז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א איז מכובד מיט די ערשטע פינף און פערציג ברכות......