לא נפלאת הוא ממך
26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7694
לא נפלאת הוא ממך
כמה פעמים הערט מען פין אונזערע משפיעים און מחנכים און גדולי התורה פין פריעדיגע דורות אז אונז זענען מיר גאר קליין, און אונז קענען מיר באמת נישט טוהן קיין שום מצוה בשלימות, נאר עפעס א דקה מן הדקה.
לאורך השנים האבן כמה וכמה משפיעים איינגעזעהן אז די סארט שמועסען ברענגען נישט קיין רעזולטאטען, און אנגעהויבען מיט א מהלך פין אפילו הכי, כלומר אפילו אונז זענען מיר קליין און גארנישט מיט נישט, מלא גשמיות, איז נאכאלץ אונזער מצוה חשוב, אונז קענען מיר נאכאלץ אויפטוהן גדולות ונצורות וכו'.
מיין שאלה איז, וואס איז באמת די תכלית פין די סארט דרשות אז אונז זענען מיר קליין, אונז פארשטייען מיר גארנישט, אונז האבען מיר נישט קיין השגה, און די אלע סארט ביטויים וואס וואקסען ווי די שוואמען, ווען די אמת איז אז אונז אלע זענען מיר בשר ודם, און די זעלבע פאקטישע מעשיות חזר'ן זיך איבער די לעצטע ?טויזענט יאר, די זעלבע תאוות, די זעלבע עבירות, די זעלבע מצות.
פארוואס מיינט מען עס איז א מצוה צו פארהייליגען יעדעס מעשה וואס איינער האט געטוהן מיט תירוצים אז עס איז למעלה מהשגתינו, און לאידך גיסא מאכט מען אוועק אונזערע מעשים אז אונז זענען מלא גארנישט מיט נישט? (כמו די באקאנטער סאטמערע ווערטעל, ביסט אזוי קליין ביסט אפילו נישט קיין עניו).
איז עס ווייל אהן דעם פאלט אוועק דער הנהגה? מען הערט אויף גלייבען די מנהיגים אויף יעדעס שטות?
איז עס פאר אנדערע סיבות?
העלפט מיר ארויס.
פשוט אז אויב וועט מען קענען פרעגן קושיות אויף פריערדיגע קען גאנץ חרדיזם חלילה אונטערגיין.
אויף ווי פריער וואלסטו געוואלט האלטן אז מען קען רילעיטן? אין חדר ווען אונז האמיר געלערנט נך שמואל בין איך געווען זייער קעגן שאול, כ'האב אים געהאלטן זייער נידריג. דו ווילסט זאגן איך בין גערעכט געווען?
אדרבה זאג פארוואס, מען קען עס דעבאטירען.
אלא מאי? איז בעסער צו זאגען אז שאול האט געהאט הויכע כוונות צו זיין אין א בעד מאד?
אויב איז עס כפשוטו איז עס א בושה אז א איד ווי ער זאל זיין מלך ימים ישראל. און עס מאכט נישט קיין סענס בכלל אזאנע קינדערישע מחלוקת . ממילא זאג איך איני יודע
מען קען עס אפשר פארשטײן מיט זיך צו גלײכען צו דעם פריעדיגען דור פון פאר די מלחמה. רוב לײנער דא האבן זיכער געזען װי אזוי
די עלטערן און זײדעס מיט באבעס זענען צי געגאנגן זאגן סליחות, כפרות שלאגן, תשליך, מצות באקן, אויס געזען יו׳כ און תשעה באב
וכו׳. װער רעדט נאך װיפיל פון די אידן האבן עס אלעס געטין מיט מסירות נפש.נו טיען אונז נישט די זעלבע מצװת ומעשים טובים?
יא אונז טיען עס יא אבער װײט נישט די זעלבע. מיט אהבה ויראה און געפיל נאר מען מאכט עס אסאך שנעלער אן קײן נערװן.
איז גײ צוריק נאך א דור, דור לפני דור און נײן אונז האבן נישט קײן השגה. אבער ביזט לכאורה גערעכט מיט דעם אז סתם קלאפן
און זאגן אז אונזער מעשים איז כמעט גארנישט איז שטותים. װער דען זאל מקיים זײן הײנט די תורה.
סתם להעיר אז אין פסוק שטייט לא נפלאת היא ממך, נישט הוא
איחוד פעלדכמה פעמים הערט מען פין אונזערע משפיעים און מחנכים און גדולי התורה פין פריעדיגע דורות אז אונז זענען מיר גאר קליין, און אונז קענען מיר באמת נישט טוהן קיין שום מצוה בשלימות, נאר עפעס א דקה מן הדקה.
לאורך השנים האבן כמה וכמה משפיעים איינגעזעהן אז די סארט שמועסען ברענגען נישט קיין רעזולטאטען, און אנגעהויבען מיט א מהלך פין אפילו הכי, כלומר אפילו אונז זענען מיר קליין און גארנישט מיט נישט, מלא גשמיות, איז נאכאלץ אונזער מצוה חשוב, אונז קענען מיר נאכאלץ אויפטוהן גדולות ונצורות וכו'.
מיין שאלה איז, וואס איז באמת די תכלית פין די סארט דרשות אז אונז זענען מיר קליין, אונז פארשטייען מיר גארנישט, אונז האבען מיר נישט קיין השגה, און די אלע סארט ביטויים וואס וואקסען ווי די שוואמען, ווען די אמת איז אז אונז אלע זענען מיר בשר ודם, און די זעלבע פאקטישע מעשיות חזר'ן זיך איבער די לעצטע ?טויזענט יאר, די זעלבע תאוות, די זעלבע עבירות, די זעלבע מצות.
פארוואס מיינט מען עס איז א מצוה צו פארהייליגען יעדעס מעשה וואס איינער האט געטוהן מיט תירוצים אז עס איז למעלה מהשגתינו, און לאידך גיסא מאכט מען אוועק אונזערע מעשים אז אונז זענען מלא גארנישט מיט נישט? (כמו די באקאנטער סאטמערע ווערטעל, ביסט אזוי קליין ביסט אפילו נישט קיין עניו).
איז עס ווייל אהן דעם פאלט אוועק דער הנהגה? מען הערט אויף גלייבען די מנהיגים אויף יעדעס שטות?
איז עס פאר אנדערע סיבות?
העלפט מיר ארויס.
די עצם שאלה איז א רעטארישע שאלה. און ס'קען ברענגען צו גוטע מסקנות. אבער דיין לעצטע שורה געפעלט מיר. דו ביסט נישט אזא תמים ווי דו שטעלסט זיך אהער... 🙄
ווען דער מענטש זאגט אז פלוני אלמוני פון טויזנט יאר צוריק איז געווען הייליג, זאגט ער דערמיט אז אפילו אן אומהייליגער מענטש (דאס מיינט 'איך') האט פאטענציאל צו זיין הייליג דורכ'ן זיין מקושר צו יענעם הייליגן מענטש. דאס איז אזא טיפע לומדות וואס דער סאבקאנטשעס מאכט אין זיך. איך וויל נישט זיין סתם א נאר און עסן קוגל ווייל ס'איז געשמאק. איך וויל דאך ס'זאל ליגן עפעס העכערס דערין. דא עקא, איך ווייס דאך אז עס ליגט נישט קיין שום טיפקייטן אין מיין עסן קוגל. אבער אויב איך וועל מחדש זיין אז דעם בעל שם טוב'ס עסן קוגל איז געלעגן סודות נשגבים, קומט אויס אז עס איז יא פארהאן עפעס א העכערע קוגל געגעסאכץ, זענען מיר זיך מקשר צום בעל שם טוב'ס קוגל און אזוי ווערט מיין קוגל אויך הייליג.
אויף דעם קומט יאיר און זאגט, וואס פעלט מיר אויס דער גאנצער שפיל, איך זאג אז מיין קוגל איז הייליג און איך בין צופרידן.
דער לימוד דארף, און וועט געלערנט ווערן. ספעציעל אין א שטעטל אין ראקלאנד קאונטי. אבער דערווייל בלייבט עס ביים אלטן. אנישט, וועט א יעדער תושב דארט פרעגן "אם כן, למה זה אנכי"?...פארוואס מאך איך מיך נאריש די אלע יארן?...חוץ, אז מ'וועט איינזעצן אז מ'האט מורא פאר דעם אינסטיטוציאנאליזירטן טעראר, ווי אין די קאמוניסטישע מדינות...!
ס'איז דא נאך א פירוש. נאר כ'האב מורא עס ארויסצושרייבן, ווייל מ'וועט מיך באשולדיגן אין אפיקורסות (פי', אין זיייער חסידות)...!
עהעם, אין ראקלאנד טוהן זיי לכאורה נישט מער אין דער געביט ווי אונז אלע.....
איחוד פעלדעהעם, אין ראקלאנד טוהן זיי לכאורה נישט מער אין דער געביט ווי אונז אלע.....
אבער אין שטעעעעטעלע והגלילות, יא... 🙄
איחוד פעלדעס איז למעלה מהשגתינו
מיין חבר דערציילט מיר אז ווען ער האט געלערנט נך און מלכים מיט א ת"ח ווי ס'ווערט געברענגט די מעשה מיט שלמה המלך מיט זיינע גוישע ווייבער. האט דער ת"ח געזאגט א גאנצע דרשה אז שלמה המלך האט און אמתן געוואלט ס'זאל שוין זיין די גאולה שלימה, במילא האט ער געוואלט מעלה זיין די ניצוצות פון די ע אומות, וועגען דעם האט ער חתונה געהאט מיט די גוישע ווייבער. די נביא האט אבער געהאט טענות אויף אים ווייל ס'איז נאכנישט געקומען די צייט פון די גאולה (שטימט לויט די סאטמערע שיטה) וכו' וכו'
כ'האב געזאגט פאר מיין חבר אז די חילוק צווישן מיר און די ת"ח איז אז ביי מיר איז שלמה המלך נישט אפגעפרעגט אפילו ווען מ'זאל לערנען פשוט פשט און פסוק, פארקערט, מ'קען זיך לערנען די גרויסקייט פון תשובה (אדער איז אזא עבירה נישט אזוי גרויס ווי מ'וואלט עס היינט געמאכט..) אז א מענטש קען ציקומען צו אזעלעכע מדריגות אפילו מיט די אלע מעשות וואס שטייט אויף אים. משא"כ ביי דעם ת"ח קען זיין אן די תירוצים וואלט ביי אים צופאלן די גאנצע געביידע וואס ער האט געבויעט ביי זיך וויאזוי ער קוקט אן די אמאליגע גרויסע מענטשן
וואס האלט איר איז געווען דער נביא'ס סיבה פארן אפשרייבן די אלע אומבאקוועמע מעשיות פון שאול, דוד, שלמה, וכדו'? אויב וואלט ער געוואלט ארויסברענגען די הויכע מדרגות וויאזוי שלמה האט געוואלט ברענגען די גאולה (גאולה פון וועם?) דורך מעלה זיין ניצוצות פון פעלקער (אן איידיע וואס איז נישט באשאפן געווארן ביז סאך שפעטער) וואלט ער דען געשריבן אזעלכע מעשיות? צו וואלט ער נאר געשריבן סיפורים וואס זענען נישט מישתמעי לשני אנפין אזויווי די היינצייטיגע האגיאגריפיע ביכער וואס פארנעמען זיך בעיקר מיט די פאזיטיווע זייטן פון די מענטשען וועם זיי באשרייבן? אלא מאי? דער נביא האט דייקא געוואלט ארויסברענגען אז מ'רעדט נישט דא פון מלאכים, געטער, נאר מענטשען פון פלייש און בלוט, מיט מענטשליכע רצונות, מענטשליכע תאוות, און וויאזוי זיי זענען צומאל דורכגעפאלן, און מיט דעם אלעם קען מען נאכאלץ זעהן וואס זיי האבן אויפגעטוהן, וויאזוי זיי זענען געווען די פאטערס און פירערס פונעם אידישען פאלק אין די שענסטע רואיגסטע צייטן וואס כלל ישראל האט אמאל פארמאגט. וואס קען פארדאנקט ווערן פאר שלמה המלך'ס אויסערליכע פאליטיק, דאס חתונה האבן מיט טעכטער פון מלכים פון אנדערע לענדער איז געווען די דעמאלסצייטיגע כמו אמבאסאדארן צו סאלידיפירן די קשר פון איין מלך צום צווייטן.
די זעלבע איז איבער די אלע וועלכע ווילן פארענטפערן די אלע מאדנע און אויפפאלנדע זאכן וואס מ'האט געזעהן ביי די ריזשינער-סאדיגורא'ער גזע. מ'האט אלעס אריינגעטייטשט אין העכערע זאכן "וואס אונז פארשטיי מיר נישט"...!
ואין מקרא יוצא מידי פשוטו.... ואין הדיין דן אלא לפי מה שעיניו רואות...!
די כוזרי שרייבט אז מ'קען מוכיח זיין די אמיתות התורה מער ווי די דת הנוצרי פון די דת הישמעאלי
פון דעם וואס מ'זעהט אין תנ"ך אז מ'שוינט נישט און מ'פארדעקט נישט די דארכפעלער פון אונזערע גרעסטע ווי משה רבינו ביי מי מריבה וכדומה,
וואס דאס ווייזט אז אלעס וואס שטייט דא איז אמת, ו
וייל אויב איז דאס אלעס ארוסגעזויגען פון פינגער קען מען דאך שרייבן נאר גוטע זאכן.
ס'קען אויך זיין אז דער נביא האט דאס געשריבן כדי מיר זאלן האבן דעם נסיון צו טראכטן אז די פסוקים זענען כפשוטו.
דאס קען זיין די סבה פארוואס מ'האט אויפגעהערט לערנען נ'ך, ווייל צדיקים האבן פארשטאנן אז מיר האבן שוין נישט די כוחות איבערצוקומען די נסיונות וואס ליגן אין די פסוקי נ"ך. ווארטן מיר צו זען ווען די דורות גייען ווערן אזוי שוואך אז מ'וועט אויפהערן לערנען חומש אויך.
און נאכדעם, משניות און גמרא אויך. ביז מ'וועט נאר בלייבן מיט ספארטס און אינטערנעט, ר"ל...!
אמעראצעם וועלן מיר זיין. אבער בלייבן ערליך און גיי אין די שיטה הקדושה... 😂 🙄
אויב איז עס כפשוטו זעמער מער ווי די שבטים? אוך טו דאס נישט צו מיין ברודער....
berlbalagulehאון נאכדעם, משניות און גמרא 😂 🙄
ווען ס'איז געקומען צו אזעלעכע גמרא'ס האט די רבי געקרעכטס, "אוי, עמוק עמוק מי ימצאנו"
איז דערווייל דערמאנט געווארען, אז די סיבה פין "העכערע ענינים" איז ווייל אויב נישט צופאלט די גאנצע געביידע.
וועלכע געביידע?
עס איז קעטש 22.
כדי צו קענען האלטען אז שלמה המלך איז געוועהן גרעסער פין די רבי זי"ע מוז מען זאגען אז די זאכען זענען העכערע ענינים, און אפילו גרעסער פין רבי זי"ע, ווייל אויב נישט וואלט דאך די רבי זי"ע אויך געטוהן די "העכערע ענינים".
אפשר זאג אז די רבי איז געוועהן גרעסער פין שלמה המלך, און שלום על ישראל.

איחוד פעלדאפשר זאג אז די רבי איז געוועהן גרעסער פין שלמה המלך, און שלום על ישראל.
דעמאלט וואלט צופאלן אסאך א גרעסערע געביידע. אם הראשונים...אנו...
לית דין בר נש
ס'איז נישט שיין צופרעגען ברבים....