☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » עספּעראַנטאו - Esperanto

עספּעראַנטאו - Esperanto

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7683

קרעמער1 » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 3:29 pm

· #238682
עספּעראַנטאו - Esperanto
אסאך שפראכן זענען במשך די יאהרן געשאפן געווארן מיטן ציהל צו צאמברענגען די אונטערנאציאנאלע געמיינדע אז מ'זאל זיך בעסער פארשטיין אהן געבן א פאליטישע אויבערהאנט צו א ספעציפישע מדינה
די ערשטע בכוונה-געבויעטע-שפראך וואס מענטשן האבן פאקטיש גערעדט איז געווען "וואלאפוק" https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%95%D7 ... 7%95%D7%A7 וואס שטייט היינט ביי בלויז עטליכע צענדליג באנוצער

(די דע פאקטאו אונטערנעשנעל שפראך איז היינט ענגליש)

עספעראנטאו איז למעשה די איינציגסטע וואס האט במשך הימים שטארק אויפגעפיקט מיט ארום צוויי מיליאן באנוצער אין פארשידענע לענדער איבער דער גארער וועלט, און בערך טויזנט נעטיוו רעדער
עס איז געשאפן געווארן דורך א רוסישער יוד, לייזער זאמענהאף, וועמענס מאמע לשון איז געווען יודיש
https://simple.wikipedia.org/wiki/Esperanto

די הויפט סיבה פאר זיין פאפולערקייט ווערט אנגעגעבן וויבאלד עס איז רעלאטיוו גרינג זיך צו לערנען, מיט בלויז 16 גראמאטישע יסודות אנע אויסנאמען

ס'דא א גרויסע אונטערנעט געמיינדע אין די שפראך, וועלכע גיבט אודאי צו צום שוואונג
די גרעסטע איז די "לערנו" זייטל (יא, עס מיינט צו לערנען) וועלכע האט אפטיילונגען אויף אסאך שפראכן, אריינגערעכנט יודיש http://yi.lernu.net/ און העברעאיש http://he.lernu.net/index.php
כדי עס צו מאכן צוגענגליך צו יעדע אומה ולשון

עס איז לכאורה די גרעסטע עקסזיסטירנדע שפראך אנע גרעניצן און וואס וויל דוקא נישט קיין לאנד

גוגל שטעלט צו איבערזעצונג אויף די שפראך און זייער וויקי האלט ביי איבער 200 טויזנט בלעטער מיט א הויכן קוואליטעט פון 345

אלזא ווער וויל זיך לערנען עספעראנטאו?.....

קרעמער1 » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 4:26 pm

· #238700
יא
עס גייט נאך צוריק צו גאנץ אנהייב פון די שפראך

זעה דא מער:
https://en.wikipedia.org/wiki/Native_Esperanto_speakers