☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » מיר אָבער, די הײנטצײטיקע גילגולים

מיר אָבער, די הײנטצײטיקע גילגולים

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7680

שלום בערגער » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 12:30 pm

· #238657
מיר אָבער, די הײנטצײטיקע גילגולים
H.D.
פון Trilogy
פארטייטשט פון ענגליש פון שלום בערגער

מיר אָבער, די הײנטצײטיקע גילגולים,
לעבן איבער די שלעכטע רגעס װען

מיר שלעפן־נאָך נאָך זיך די בידנע
זעלבסט־שויט

און מוזן מודה זײן אױף
פארלעגנהײט און אומעט;

מיר גיבן א צי דעם טױטן שאָלעכץ
ראנגלען זיך נאָר מוזן װארטן

ביז די נײע זון טריקנט אָפ
די אלט־קערפערלעכע הומאָרן;

אומגעלומפערט שלעפן מיר דעם איבערגעלײגטן
װילן, װעלן, געװױנהײט

מיט אונדז אין אײנעם;
מיר זײנען עס די מענטשן,

פארבענקטע, איראָנישע, װעלערישע,
װאָס באטײליקן זיך גאָר נישט אין

אױפבױען פון ס׳נײ א פרישע װעלט,
אין דער בשותפותדיקער ארבעט,

די פראקטישע נושאים פון קונסט
און קאטאלאָגירן באקװעמלעכקײטן;

אָ, קוק נישט ארױף
אין דער לופט,

איר די פארנומענע
אין די צעחושנדיקע

זאמד־דיונעס־לאבירינטן
פון הײנטיקער באשעפטיקונג;

איר װעט זײן נישט אזױ דערשאָרקן
װי אָפגעלײמט פון אינאקציע,

און סײ װי
זײנען מיר דערקראָכן גאָר נישט אזױ װײט

אױף אונדזער באזונדערן גרעזעלע
צו אונדזערע באזונדערן שטערן.

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 2:48 pm

· #238672
צוחישט פארמישט ,אפגעווישט אנגע..שט.

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 3:05 pm

· #238678
איך אויך, יעדער איינער ווייסט שוין אז דו גלייכסט נישט שלום'ס פאעזיעס. דארפסט עס נישט מודיע זיין יעדע איינציגסטע מאל, און אודאי נישט מיט ביליגע לשונות.

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 2:01 pm

· #238863
העי חביבי ,איך האלט אז מיין פאזיע-שמאזיע איז פונקט אזוי גוט ווי זיינס כאטשיק איך האלט מיך פאר א שותו''מ. דו האסט פולע רעכטן צו האלטן אנדערש ,מיר לעבן ב''ה אין א דעמאקראטישע מדינה.