☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #7667

אשכול אן א טיטל #7667

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7667

— » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 12:36 am

· #238428

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אויסגערוט » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 12:53 am

· #238429
דער פראבלעם האסטו זייער שיין באשריבען אבער דער למעשה לדעתי האסטו נישט.

דער אמתע למעשה איז צו זיין א צופרידענע צוגעלאזענע מענטש. דעס מיינט צופרידן מיט זיך און מיט וואס יענער האט.
אז ביסט צופרידן מיטן לעבן וועסטו וועלן קויפן בלומען פארן טייערע פרוי וואס שטעלט דיך אלעס צו ווי א מלך.
אז ביסט צופרידן מיט וואס יענער האט וועסטו גיין צו זיינע שמחות מיט א פרייליך הארץ.
אז ביסט צופרידן מיט זיך וועסטו נישט לויפן צו יעדער שמחה וואס יענער מאכט נאר כדי צו קענען ווייזן אז די ביסט גוט מיט אים, אדער.צו קענען זאגן "איך האב דער.נאכט געהאט זיבען זכרים...".
און אז די ביסט צופרידן וועסטו נישט זיצן ביים סעודה מיטן דבר יום ביומו נאר שיין פארברענגען מיט די לעכטיגע משפחה

הנלע"ד כתבתי

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 1:03 am

· #238430
כוכב
דברים כדרבונות שמעקעדיג.
די פראבלעם גייט אסאך טיפער, ס'פעלט די גאנצע אריגינעליטעט פון א שמחה, אנשטאט א חתונה זאל זיין געווידמעט פאר אן ענגע קרייז נאנטע וואס פרייען זיך מיט, רופט מען צוזאם די גאנצע שטאט, רוב חתונות וואס איך בין געווען לעצטנס האט מען זיך נישט געקענט רירן, משלעפט צוזאם טויזנט און איין טובה טיערס וואס באגליקן דיך און ווייזן די פנים און דער בעל שמחהס קאפ דרייט זיך פון אזויפיל הענט געשאקלאכטס.
גיי אין די אלגעמיינע וועלט איז א חתונה פאר א פונקטליכע מספר פון געלאדנטע געסט וואס ווידמען דעם טאג דערפאר און זענען דארט מיטן הארץ און מיטן קאפ.
דערנאך איז דא די בעלאבאטיש סינדרום מיט וואס מיר זענען אנגעשטעקט אז בלוט זאל רינען אבער בעלאבאטיש זאל מען זיין, און די סטאנדארט האלט זיך אין איין רוקן אבער יעדער אן אויסנאם רייך ווי ארים מוז יוצא זיין דעם שיעור בעלאבאטיש הס מלהזכיר אז נישט.

פליקער » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:27 am

· #238435
לכבוד ר' מעכל

דיין תגובה איז געוואלדיג גענאגלט דעים פראבלעים אויפן פונקט, איך קלער אבער אז די געפירעכץ האט יא געוויסע מעלות, דייקו די פראבלעים איז די סיבה פארוואס מיר האלטן זיך, שטעל זיך פאר ווען איך וואלט איין טאג אויפגעשטאנען און מחליט געוועין היינט האב איך נישט קיין געדולד צי דאווענען, היינט נעם איך גלייך פון בעט א לאנטש בעג און גיי ארבייטן, היינט איז עפעס נישט פאר מיר, וויפיל טשאנסן איז דא אז איך זאל מער קיינמאל נישט איבער טרעיטן דעים שוועל פון שיל, ובפרט ווען איך בלייב נאך מיט א איבריגע דרייסיג טולער וואס איך האב געשפּאָרט, ווידעראים אויב וועל איך קימען אין שיל ווייל איך מיז, ווייל אויב קים איך נישט אין שיל ווייסט די גאנצע געטא, איז דא גרעסערע שאנצען אז מארגן וועל איך יא האבן געדילד צו דאווענען, די זעלבע זאך איז אויפ פילע אנדערע משלים.

על כן אויף למעשה איז עס נישט קיין שלעכטע זאך בעצם פאר די ציבור, אבער אלס אינדיווידיאל ברויך מען יא ארבייטן אויף זיך צו ווערן דערהויבן איבער די ראבאטישע געפירעכץ, און מען זאל יא אויפוואקסען און טיען וואס מען ברויך ווייל מען וויל דייקו יא קויפן בלימען, אדער דייקו יא טועם זיין אווער נייט קיגל לכבוד השבת קודש, וכבד הארכנו במקומות אחרים ואכמ"ל.