☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אייוועלטישע רעאקציע תגובות צו א.ג. גוט זאגערישע אשכולים

אייוועלטישע רעאקציע תגובות צו א.ג. גוט זאגערישע אשכולים

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7663

בשבילי! » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 11:56 pm

· #238331
אייוועלטישע רעאקציע תגובות צו א.ג. גוט זאגערישע אשכולים
איך גיי דא קוואטירן אזעלכע פעסטע ישר כח תגובות וואס אייוועלט שרייבער שרייבן, וואס ברענגט מיר גאר פיל מאל צו אויספלאצן אין א געלעכטער. פארוואס ס'ברענגט מיר צו א ספאנטאנעם הוללות שמייכל ווייס איך נישט פונקט.

צו איז עס די איבערגעקייעכטס יעדעס מאל דעם זעלבן פזמון פון געוויסע.

אדער גאר ווען איך ליין יא א חידוש פון א רעאקציע נאך וואס איך האב שוין זיך איינגערעדט אז כאב שוין אלעס געזען

צו איז עס אין מיין דמיון וואס שטעלט מיר פאר א בילד ווי יענער כאכאכאכא מגיב זיצט מיטן גארטעל אין בית הכבוד און ער האט דעם געפיל ווי דער כתה ה' אינגל ווען דער מלמד אום חנוכה אדער ערב פורים וכדומה לאזט אביסל נאך אין חדר פון די גאנץ יעריגע רולס און דער אטמאספערע שפירט זיך אביסל לויז, די קינדער ווייזן פארן רבי'ן זייער שטיק צום שמייכל פון מלמד וואס געט זיי א ברעיק מיט א טוץ אטענשאן צום פרייד פון די קינדער וואס זענען איבער זיך אז דער רבי איז גאר משלנו.. און אט אזוי שיקט אונזער געווענליכער-ערנסט-נישט צייט פאר קיין שטותים- הייליגער-כשר פאון אייגנטומער- אייוועלט שרייבער אפ א ''העי הא הא הא דו ביזט גוט, אהה אזעלכע לצים!!!!''

איך ווייס נישט וואס די סיבה פונקטליך, אבער אז ס'מאכט מיר פרייליך, קען אנדערע אויך אנדזשוין.
געגאנגען

בשבילי! » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 11:59 pm

· #238332
איך האב צוזאמגעקאחחחחחחחט פאר געלעכטער.

אויסנאם גיט!!!!! שכוח

בשבילי! » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 12:01 am

· #238333
אוי איז דאס א גוטע חברותה... אזאנס הנאה געהאט פון דיין געדאנקן, דו מוזסט שרייבן אפטער!

בשבילי! » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 12:02 am

· #238334
יוי לאך איך...

חברותה, ווען קען איך קומען צו דיר אויף א שבת? ס'געפעלט מיר די איידיע פון קענען אריינכאפן דזשעלי רינגס אינמיטן נאכט צווישן איין שלאף און צווייטן..

צוקער זיס אראפגעלייגט!

בשבילי! » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 12:24 am

· #238337
WOW ווי נעמט אזא שפראך?
גאר גוט געשריבען, אויסגעשאסן איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל...

ייש״כ.

פליקער » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 6:17 am

· #238343
חחח, כמעט הללות

בשבילי! » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 11:44 pm

· #238618
גאניש געוויסט אז דו קענסט. חחח. סארא געלעכטער דאס, אוי יו. נעבעך. חחח, האסטעך ענדליך ארויסגעשלעפט, חחח, איך לאך און איך לאך

טרופ תלמיד » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 6:00 pm

· #238723
פארשעם נישט אונזערע ליינער מיט'ן זיין ביזי מיט אייוועלט שמייוועלט....

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 6:03 pm

· #238724
...

zurich » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 6:50 pm

· #238733
איך האלט דעיס איז זייער א נארישע אשכול, קאם אן ענד פיק יור אן עידז

סתם מאכן חוזק פון יודן וואס האבן דיר גארנישט געטון??
פאסט נישט פאר קאווע שטיבל סארי

בשבילי! » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 7:11 pm

· #238736
'שמייכל' איז געמאכט אויך פאר סתם קאפ פארדרייענישן

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 7:33 pm

· #238738
טרופ תלמיד
פארשעם נישט אונזערע ליינער מיט'ן זיין ביזי מיט אייוועלט שמייוועלט....

דעיס איז אויך אן אייוועלט קוואוט?..!

בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 8:23 pm

· #238943
אויטש אויטש כ'קען נישט כאפען דעם אטעם....

חחחחחחח היהיהי ספלעששש
.

בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 8:24 pm

· #238945
דו צודראדעלטער שמאטע, כאכאכא, א מין געשרייבעניש, די שונאים זאלן עס נאר נישט ליינען... וואסערע גאונות\שגיונות דו האסט דא אפגעמורמעלט.

אוי ביסטו גוט.

עין טובה » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 10:43 pm

· #238979
איך מיין אז די זאלסט צולייגן א לינק צום קוואט.
אז מ'זעהט אויף וואס ס'גייט ארויף קען מען אפטמאל סך בעסער הנאה האבן...

כנלענ"ד

בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 11:06 pm

· #238983
איך זוך נישט צו בויען זייער טרעפיק.. איך ברויך נישט קיין הייליגע ביטול תורה'ס אויף מיין קאנטע.

בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 11:38 pm

· #238987
יויש שוין לאנג נישט אזוי זיך געקאטשעט פאר געלעכטער

קען עניוואן עקספלעין מי וויי היס ניק איז שמאטע??????

(איין באלי סיwייניג)

בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 11:39 pm

· #238988
משוגעמטארעכילעולםחסדו!! חחחחחח, גווווווט

בשבילי! » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 7:54 pm

· #239342
סביב העולם שרייבט:
שמאטע איך רוף אויס מיט א הוללות שטימע סופער דופער!

petergrifin » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 10:52 pm

· #239427
אזא קילער שגץ?! מיט הוללות רח'ל.

טרופ תלמיד » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 11:10 pm

· #239439
בשבילי!
סביב העולם שרייבט:
שמאטע א. יך רוף אויס מיט א הוללות שטימע סופער דופער!


כא כא כא.. בשבילי דו טוטסט א פיינע ארבעט, קיעפ עם קומינג..

בשבילי! » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 5:51 pm

· #239985
לכתחילה אריבער שרייבט

חחחח !! גוט!!

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:01 am

· #240342
נשמה שרייבט:
א גאנצע הונדערט פראצענט גערעכט. איינער האט מיר אמאל געזאגט ווען איך האב איהם געפרעגט וואס איז די בעסטע זאך פאר גוטע קינדער, האט ער מיר געזאגט איין ווארט "אמונה"!!!

בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 10:21 pm

· #240582
Green שרייבט

יוש ביסטו גוט שמאטע, זאג נאר, דו ביסט א ברודער אפשר מיט טאש טיכל?

סאשי פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:06 pm

· #240592
בשבילי!
אומגלויבליך!!



דא