☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואו איז ער?

וואו איז ער?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7659

כוכב » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 11:33 am

· #238162
וואו איז ער?
קיין פארקער
דומער אטמאספער
ווי דער בער
אין סאמע ווינטער

אומעטיג ביטער
פוסט און לער
קאלמוטנע שווער
א כליפ א טרער
אוי וואו איז ער,
דער @קאווע טרינקער?

קומזשע ליבער
הוט און ביבער
די סעקראטארן פרעגט ער
ביטער ערקלער
ווען אומגעפער
וועט זיין דער צוריקקער
פון קרוין זיסער
יואל פארפאסער


דער קלוגער
דער שיינער
דער געלונגענער
דער שרייבער
דער שריפט שטעלער
דער קונצלער
פול מיט הומאר
א קענער
א ווייסער
א רייסער
געשמאקער שמועסער
תגובות גיסער

פארענטשעס בויער
כאפ א שויער
עפן די מויער
נייג אן אויער
שרייטס העכער
קום שוין זעכער
ברענגטס די ביכער
וואס גיכער
ר' אשר, ר' ישכר
א נקיבה, א זכר
אט קומט ער
דער יפת תואר
דא איז ער,
דער קאווע טרינקער!

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:17 pm

· #238165
און דא האב איך אים נעכטן געזוכט, ביקשתי ולא מצאתי את שאהבה נפשי.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/238108">viewtopic.php?p=238108#p238108</a><!-- l -->

לית דין בר נש » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:36 pm

· #238169
און ווי איז @מצטמק ויפה אזוי מיסטריעז נעלם געווארן?

רויטע וואנצעס » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:49 pm

· #238172
כ'פארשטיי שוין.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/233534">viewtopic.php?p=233534#p233534</a><!-- l -->

ברסלבער » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 2:11 pm

· #238369
ער איז ביזי צו פייערן זיין יום הולדת. כאפט א בליק אונטן אויף די הויפט זייט.
📎 mt.JPG

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 3:00 pm

· #238373
ואנו, אנה אנו באים? מיר ווילן זיך מיטפרייען!

כוכב » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 3:19 pm

· #238374
א שנעלער בליק צייגט אז סאיז א סיריעס דיעל.
ס'לעצטע מאל ער האט באזוכט איז געווען Nov 09 ואין לנו מנחם.