☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מיין שפאציר טאג בוך

מיין שפאציר טאג בוך

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7657

רויטע וואנצעס » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:47 am

· #238135
מיין שפאציר טאג בוך
איך בין מיך נוהג אלס געזונט און אלס לייף סטייל צו שפאצירן יעדן טאג בערך א שעה. אמאל מיט א חבר, אמאל מיט מיין ווייב און אמאל אליינס. ס'איז מיר שוין אויסגעקומען דורך צו שפאצירן א גרויסע חלק פון ברוקלין, ווי אויך טיילן פון מאנהעטן. ס'איז זייער א אינטערעסאנטע עקספיריענס צו זעהן די שטאט און די מענטשהייט פון דער נאנט. נישט אלעמאל טרעפט מען איינעם אינטערעסאנט, אבער אין א שטאט ווי ניו יארק איז אלעמאל דא וואס צו זעהן און צו הערן. איי געס ס'דערמאנט מיר פון די "הומענס אף ניו יארק פראיעקט".

איך עפן די אשכול צו שרייבן איבער זאכן וואס איך האב געזעהן אדער געהערט, איבער די לענג פון די עיר הבירה ניו יארק, מיט איר מיליאנען איינוואוינער.

***

נעכטן האב איך געוואקט איבער די ברוקלין בריזש. די סצענעס, ווי אלעמאל, איז געווען אויסערגעווענליך. וויבאלד נעכטן איז געווען "טענקסגיווינג" איז געווען זייער שטיל. חוץ איינצעלנע מענטשן אין לאוו, איז געווען זייער שטיל און רואיג. מערערע קליינע פאליציי טרעקלעך האבן באוואכט די טורעמעס אז מ'זאל נישט קענען ארויפקריכן ווי די חכמים אין די פארגאנגנהייט. ס'איז געווען ציפעדיג קאלט אבער זייער אנגענעם. די בריק איז אויסערגווענליך שיין ביינאכט. קודם איר געבוי פון פריש געפעינטע קעיבעלס באפעסטעקט מיט אייזערנע עקשנות צו די טורעמעס, זאגט א סטעיטמענט פון פראכט. די דינע האלצערנע פלאטעס אויף די וואק-וועג איז ווארעם און וועלקאמינג. ס'האט מיר זייער געכאפט ווי די בריק האט אין זיך אזוי פיל אנדערע קארטעריסטיקס. פון אונטן איז זייער ביזי מיט קארס וואס קערן זיך צוריק פון דער טורקי סעודה, גאנץ אונטן זעהט מען די רואיגע וואסער ווי אויף א ים-וואקאציע, און פון אויבן שפאצירן מענטשן ווי זיי וואלטן געווען אין א נעשאנאל פארק. ס'האט אונז גענומען בערך צוואנציג מינוט אדורך צו וואקן אריין אין מאנהעטן. מאנהעטן איז געווען טויט שטיל. חוץ גערודער פון די סאבוועי דא און דארט איז געווען שא שטיל. אונז האבן אנגעהויבן זוכן א פלאץ וואו צו כאפן א טיי און זיך אפרוען, אבער אין מרפה לנפש. פלוצלונג זעה איך א גיטאריסט מיט די גיטאר אויפן פלייצע אבער שיכור ווי א טאנצער. ער שטייט ביי א פארמאכטע מקדאנעלד און שעלט. איך וואק אדורך און זאג אים "די אפאקעלופס איז דא! מקדאנעלדס איז פארמאכט". ער ענטפערט "יו פאק* היט די נעיל אן די העד". wow ערשטע מאל איך באקום א קאמפלימענט פון א שיכור'ע געטאריסט.

ענדליך האבן מיר געפונען א געשעפט אפן. ס'איז אזא לאקאלא סעווען עלעווען סארט געשעפט נאר פיל געשמאקער. די געהייצטע געשעפט מיט די טיפע קאווע שמעק שוין ביים טיר האט געפילט ווי א ווארימע האלז און קוש ביזן תוכיות פונעם זעהל. די געשפעט איז געווען ליידיג מיט צוויי ארבייטערס, זייער וויליג צו טשארזשן 8.50 פאר א באנאנע מיט אפאר ווארימע געטראנקען.

דער וועג אהיים איז געווען זייער אנגענעם, חוץ די 15 מינוט בלאנזשען אויף די ברוקלין זייט צו טרעפן מיין עלנדענע אויטא.

יואב » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:04 am

· #238138
יע יע! איך וואק אויך ווי משוגע, בעסער נישט וויסן וויפיל מייל כ'האב שוין ארויפגעלייגט אויף מיינע פיס. נישט פארהאן קיין בעסערס  ווי צו זיך אפצוטראגן פון דער מענטשהייט בכלל און פון דער צעדרייטער געזעלשאפט בפרט. כ'האב א נאנטער ידיד וועמען איך נעם אייביג מיט, נישט קען בשר ודם נאר מיין לאוולי "עירפאוינס". זאל דאס זיין וואקן; צומאל בייקן. דאס קומט אייביג מיט מיר, און צוזאמען פראבירן מיר צו ברענגן פאר דעם לעבן א שטיקל באדייטונג.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:27 am

· #238146
רויטע וואנצעס
די געהייצטע געשעפט מיט די טיפע קאווע שמעק שוין ביים טיר האט געפילט ווי א ווארימע האלז און קוש ביזן תוכיות פונעם זעהל

דערמאנט מיך פון שמעקעדיג פון קאווע שטיבל וואס איז דיר שטענדיג גרייט צו געבן א ווארימע האג און א קוש ביזן תוכיות.......

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 11:26 am

· #238355
נעכטן אינמיטן טאג האט מען אראפ שפאצירט איינער פון די שענסטע גאסן אין פלעטבוש. די ארכיטעקטור ביי כמעט יעדן הויז איז געווען א חידוש. איינער מארבעל, דער צווייטער ליים סטאן, און א דריטער פינקע גראניט ארום די פענסטער...

כשם שאין בתיהם שוות כך אין ה'אויטא שלהם שוות. די פארפולערסטע קאר אויפן גאס איז געווען די רענזש ראווער ווי אויך די טאפ ענד לעקסעס SUV. איך פארגין די מענטשן, ווייל זיי האבן מסתמא געארבייט זייער שווער פאר דעם, און זיי מעגן הנאה האבן פון זייער געלט. די פראכטפולע ארכיטעקטור איז ביי מיר געווען ווי א ארט שאו. ס'איז געווען אזוי אינטערעסאנט צו זעהן ווי יעדעמס קאפ און טעיסט לויפט אזוי מין אנדערש, מיט כל מיני קריאזע געדאנקן. די הויז מיט די גרויסע צוויי שטאקיגע פענסטער מיט א גאר מאדערענע אויסזעהן איז מיר די מערסטע געפאלן. אויפן דאך האט ער א גאר געקונצעלטע פארטש ווי אין די הילטאן אף דוביי. א צווייטער האט זיך געבויעט א פינקע הויז פון אויבן ביז אראפ, גיי ווייס פארוואס. קען זיין זיין ווייב האט ליב העלא קיטי. איין זאך האט מיר נאר געוואונדערט פארוואס אויף די אלע רייכע גאסן זעהט מען קיינמאל נישט קיין נברא פאר די אויגן. האבן זיי מורא ארויסצוקומען ווייל א משולח וועט זיי באפאלן? פליען זיי ארויס פון די אנדערגראנד גארזש ווייל ס'איז גרינגער ווי וואקן אויפן גאס? אדער האבן זיי מורא פון א חסיד וואס באטראכט זייער הייזער מיט וואונדער.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 5:28 pm

· #238391
רויטע וואנצעס: דער טעם פארוואס מ'זעהט נישט קיין נברא אויף די גאסן אין די רייכע געיגנטער מיט די שיינע הייזער, איז ווייל די מענטשן וואס וואוינען דארט האבן אלע זייערע תענוגי עולם הזה און ענטערטעינמענט אין זייער הויז. די גרויסע סקרינס מיט אינטערנעט עקסעס און קעיבל מיט אלע 300 טשענעלס.
משא"כ אין די ארעמע געגנטער ווי למשל בעדפארד סטייווסענט און בושוויק, איז זייער גאנצע ענטערטעינמענט אויף די גאס. אפילו די מאגגערס ארבעטן אויכעט אויף די גאסן...!

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 9:30 am

· #238644
מאדנע ברואים אויפן וועלט. נעכטן ביים גיין מיט א שפאציר שותף אויף א עוועניו אין ברוקלין האט מיר מאדנע באטראפן. פאראויס פון אונז גייט א אינגע פרוי מיט א קעריזש. פלוצלונג באמערקט זי אונז און געבט זיך א שטעל אפ, און בעהט אונז צו גיין פאראויס פון איר. זי זאגט זי האט א פאביע פון מענטשן וואס גייען אינטער איר. נעבעך, אפשר האט זי אמאל מיטגעמאכט אין דעם ענין. מיין שותף זאגט איר ער בלעמט איר נישט ווייל ס'האט אזוי גערעגענט און אונז זעמער געווען געפעלצט מיט מאדנע היטן און שאלן אז אונז האבן אויסגעזעהן ווי א באנדע creeps. זי הייבט אן צו לאכן און ווייזט אונז איר זיסע צווילינג הונט פאפיס אין די קארעזש, א נייע מאדע.

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 12:46 am

· #238781
נו, מאחורי ארי ולא מאחורי הפרג... סארי, כ'מיין אשה.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 9:12 am

· #238797
יש לומר אז אחורי אשה איז ערגער, ווייל א ביס פון א פרוי קען זיין אסאך ערגער ווי א ביס פון א לייב.

לא להנאת גופי » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 12:37 pm

· #238846
איך בין ענק ממש מקנא, ווייל יעדער מאל איך גיי מאכן א לעבן אין מינהאטען, האב איך א געפערליכען פאביע אז ווען כ'גיי אריין אין א סטארבוקס ה'עט איינער מאכן עפעס א בילד פון אן אינטריסאנטע 'ענגעל' וואו מ'זעט מיך מוט, כ'ווייס, לאמיר זאגען א פרוי, און נאכדעם וועט ער גיין באקומען א 'ריווארד' פארן בילד. וועט איינער פרעגן ווער ברויך אריינגיין אין סטארבוקס? העב איך עם ענפערן, וואס טו איך טאמער איך ברויך א קאפי? אדרבה האסט א עצה?
עולם האלט מסתם אז כ'לייד אויף פאביעס, סאיז אבער פשוט פון א מעשה שהיה, מיין נעפיו איז געווען אין מאנהעטין [פאר א אפוינטמענט ביי העלטקעיר, אויך פאר מערידזש לייסענס, און ער האט געמוזט זיין דארט ווייל מ'האט עם עפעס אויסגע'נערט מוט א קרעדיט קארד, בקיצור, און ער האט געדארפט איבערגעבן א סומע געלט פאר א לויער פון זיין שוואגער, ער האט פשוט געגאנגען טון השתדלות ביי א גרויסען פאלאטישען, פארן כלל, בקיצור ער האט געמוזט דארט זיין], און ער איז פונקט געווען אויף א גאס און גרויסען 'עקטער' אין האליוואד איז אדורך, איינער האט גע'כאפט א בילד, און סאיז געווען אסאך עגמות נפש, און מיין שוואגער האט צוס סוף בייצאלט א גרויסען סומע געלט מ'זאל עס נישר מפרסם זיין, [משוגענע ניין?], סאו איך קום פון ערגעטץ..

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:17 pm

· #244868
מ'טוט זיך אן א רוסיש היטל מיט גראבע סניקערס און א שאהל.

רויטע וואנצעס » מיטוואך יאנואר 7, 2015 9:12 pm

· #246757
היינט ביים שפאציר איז געווען שרעקליך קאלט. אפילו די דאפעלטע הויזן מיט'ן רוסישן קוטשמע האט נישט געהאלפן אפהאלטן די רוסישע קעלט. ניו יארק האט אבער אויסגעזעהן ווי א הערליכע רואיגע זונעדיגע פארשלאפענע סובורב. זעלטן געזעהן מענטשן ארומגיין. נישט געזארגט, די ווילדע דרייווערס אויף אושן פארקוועי זענען נישט אפעקטירט געווארן.

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 18, 2015 11:54 pm

· #248789
שוין לאנג נישט געהאט אזא קאלירפולע רייכע קולטורע שפאציר. די מח קעמערלעך זענען קאלירט ווי א רעגנבויגן פון די זכרונות.

א שפאציר אראפ פיפטע עווניו אין פארק סלאפ איז געווען די אגענדע, אבער ס'האט זיך געפילט ווי א רייזע ארום די וועלט.

די ארט געלעריס מיט רעסטעראנטן פון יעדן שבט איז עפעס וואס מ'קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, מ'דארף פאר דעם א נאז, אויגן און אויערען.

די רויטע געלע בנינים מיט די מאזעיקס פון שטיין ביי די ביסטארא קאונטער, דערמאנט פון א ביסטרא אין א שטיל שטיין געפלאסטערטע גאס ביי די עקן פון פאריז.

די היפישע ארטסי ציבור מיט די בערדלעך טראגט מיר קיין בירקלי קאלעפארניע און דערנאך קיין וויליאמסבורג מיט א סטאפ אין סאהא מאנהעטן.

מיר זענען אריין איינע פון די גאלעריעס ווי א פעינטינג האט מיר אזש באנומען ביז טרערן. איך בין נישט די מאדערן ארט פאנאטיקער, אבער ס'האט מיר זייער געכאפט. די רויטע און געלע שטריכן זענען געלאפן פון לינקס אויבן אראפ צו רעכטס אינטן און ממש פאר'ן לאנדן צוריק ארויף ווי עס זאל שרייען באו מים עד נפש - איך גיי אינטער, אבער אין די לעצטע סקונדע זיך צוריק אויפהייבן, און פייטן פאר קיום. די סטרייפס ווילד געפעינט רעפלעקט כל מיני מצבים מיט אירע קאלירן. איך זיך די שטיקל אנליין, אויב איך טרעף עס, וועל איך עס ארויפלייגן.

צו אונזער גרויס סעפרייז האבן מיר געטראפן א כשר'ע פראנזצוזישע ביסטרא אויף 5טע עוועניו קארנער 5טע סטריט. די יונגע פאר פאלק בעל בתים האבן אימעגרירט פון פראנקריין אין 2012 און באשלאסן אפצוקויפן די ארגינעלע פראנצוזישע ביסטרא און עס פארוואנדלן אין א כשר'ע. די פענסטער זענען באצירט מיט צעטלעך אין פרענטש, "איך בין טשארלי" איך בין א איד" לזכרון די שרעקליכע הריגות אין פראנקרייך. די השגחה איז OK און די מצב דארט איז קאזי ש'בקאזי למהדרין.

די בערקלי צענטער ספארטס ארענע איז באמת א הערליכע מייסטערווערק, ס'איז א גאס אווועק פון די גרויסע מאלל און שיינט אויף די גאנצע געגענט מיט איר לויתן סארט ארכיטעקטער. שרעקליך קריעטיוו.

מיר האבן געכאפט די D טרעין אויף צוריק, אבער נוסח ניו יארק איז עס געלאפן אויף די N ליניע וואס האט אונז געפירט צו 36 סטריט און 4th עוועניו ווי מיר האבן געזען און געשמעקט פרישע חידושים אין די מאדנע עיר הבירה ניו יארק.

גנדי » מאנטאג יאנואר 19, 2015 12:44 am

· #248796
איך וויל מחנך זיין מיינע קינדער צו מעריך זיין פרידאם אוף די פרעס.

קען איך נעמען מיינע קינדער צו די ביסטרא?

רויטע וואנצעס » מאנטאג יאנואר 19, 2015 12:48 am

· #248798
די ביסטרא איז זייער אן ארגינעלע פראנצוזישע ביסטרא. די צעטלעך הענגן אינדרויסן בעת די אכילה פונעם העכסטן קאליבער גייט פאר אינעוייניג. איך האב אבער נישט באמערקט עפעס וואס זאל אנדייטן אויף פרידאם והסוגיא.

יצמחפרקני » מאנטאג יאנואר 19, 2015 4:25 pm

· #248904
איז דען דערין א מצוה פון חינוך?
בעסער געזאגט איך וויל זיי מודיע זיין....
אבער ווי מיר האלטן איצט, ווער זאגט אז עס וועט נאך זיין אקטועל ביז זיי וועלן אויסוואקסן, ה"י

יצמחפרקני » מאנטאג יאנואר 19, 2015 4:26 pm

· #248905
היינט האב איך "שפאצירט" איבער א מייל (אויפ'ן טרעדמיל), זיך צוגהערט צו ר' מילך בידערמאן זז"ג, עס איז מתוק מדבש!

לית דין בר נש » דינסטאג אפריל 14, 2015 12:48 pm

· #265927
@רויטע וואנצעס שוין לאנג נישט שפאצירט
עס איז שוין צייט נאכאמאל אנצוהייבן און אונז פריש מהנה זיין מיט וואס די זעהסט אין ניו יארק הבירה

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 14, 2015 1:05 pm

· #265933
די לעצטע פאר חדשים האבן עפ"ר געהאט ביטערע קאלטע נעכט. איך האב מיך דערזעהן שווימען און שוויצען אין א לאקאלע gym. די פלאן איז אנצוהייבן די וואקעריי נאכאמאל בקרוב, אבער היות די gym איז אויך אין ניו יארק, דרינגט דארט אויך אריין די שיין פון אירע קאלירפולע רעגן בויגן, ווי אויך איר משוגעת. עמער שרייבן די נעקסטע פאר טעג אביסל איבער וואס דארט גייט פאר..

נופת צופים » דינסטאג אפריל 14, 2015 1:06 pm

· #265934
Re: מיין שפאציר טאג בוך
יעצט געליינט דעם אשכול צום ערשטן מאל טון מורא'דיג הנאה געהאט. זעהסט, איך האב אויך זייער שטארק ליב צו שפאצירן (טאקע מיט די עירפאונס) און נאך מער דורשט איך צו זעהן נייע זאכן, אנדערע לייפסטיילס און אלע מיני מענטשן וכו'.
אבער קען מיר איינער זאגן למען השם וואו טרעפט מען א מינוט צייט אין טאג פאר דעם? אפשר אין די אלטע כולל טעג וואלט איך געקענט, אבער היינט, ווער קען טראכטן דערפון?
#wishIHadTime

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 14, 2015 1:08 pm

· #265935
מ'נעמט אראפ יעדן טאג א האלבע שעה פון ק"ש, און א האלבע שעה פון שלאפן און יעלה... אוי, אבער נאכדעם דארף מען נאך האבן צייט צו שרייבן דערוועגן אויף ק"ש.

נופת צופים » דינסטאג אפריל 14, 2015 1:15 pm

· #265936
Re: מיין שפאציר טאג בוך
קאווע שטיבל איז ריזערווד פאר אפאר צייטן אין טאג( וואס דעמאלסט איז נישט דא קיין שפאצירן ). ביינאכט אין בעט,( מאשמורה ראשונה אסאך מאל בוז'ן לעצטע), מיין אינדערפרי און נאכמיטאג קאמיוט און ביים יושב בסתר. סאו בלייבט נאר איבער דעי האלבע שעה פון שלאפן וואס מ'דארף אראפנעמן פון - טיילמאל - פיר צו פינף שעה. אקעי מעיבי.

כ'וועל ענק אפדעיטען דא אויב ס'געשעהט

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 14, 2015 7:46 pm

· #266042
רויטע וואנצעס
און יעלה...


לכאורה דארף זיך דאס שרייבן יאלא...

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 14, 2015 9:33 pm

· #266070
ציוני

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 15, 2015 11:48 am

· #266240
דאס איז נישט עברית חלילה, דאס איז כללי אראביש...

רויטע וואנצעס » פרייטאג אפריל 17, 2015 1:00 am

· #266939
דער גערער מיט'ן סאטמערער לויפן זייט ביי זייט אויפן טרעדמיעל. אין שוויץ שמועסן די באבובע איבער די אויסגעדראשענע דין תורה, און אין סאנא פארבראכן די קילע. די שמועסן רענזשין פון דייעט און געזונט ביז פאלאסעפי און פאלאפעל. אין שווים באסיין זעהט מען ווי בן שישים'ס טרינקן וואסער מיט יעדע אטעם, און ווי דער לייף גארד שפילט קענדי קראש. דער נעוועזער מענזשער טרייבט ארויס פון די שויערס, בעת די זשענעטער טרייבט ארויס פון בית הכסא.

ליג איך אויף די ערד ווי א בהמה ביי שחיטה מנוחת און פרוביר א שטופ ארויף, אבער די מצה מיט קניידלעך וועגן אראפ ווי מרור. די מוסקלען זענען אפגעשטארבען איבער יו"ט. די שווערע גניחות פונעם ציבור מישט זיך אויס מיט די שמעק פון קלארין און שוויץ.

די איינציגסטע נחמה איז, אז גלייך אינדרויסן אויפן גאס, איז דא א היימישט טעיק אוט וואס איז אפן שפעט.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אפריל 17, 2015 10:24 am

· #267009
פארגעסן צוויי וויכטיגע זאכן:
1. א חלק פון די workout איז כסדר שטיפן די זייף האלטער אין שויער, ווייל יעדע שטופ איז פחות מקמיצה.
2. א האנטוך אויף בארג איז דריי דולר, צוליב איר ריזיגע גרויסקייט פון קענען באדעקן האלב פונעם אחורי הפרגוד.

מעקס » פרייטאג אפריל 17, 2015 1:19 pm

· #267077
@ רויטע וואנצעס באמת א ש'כוח פארן מיר מאכן לאכן מיט דיין שרייב ווערק, האלט עס אן און שרייב מער אפט

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 17, 2015 4:53 pm

· #267128
מעקס
@ רויטע וואנצעס באמת א ש'כוח פארן מיר מאכן לאכן מיט דיין שרייב ווערק, האלט עס אן און שרייב מער אפט

Agree. I'm rolling

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 9, 2015 10:57 pm

· #288575
די וואך איז מען געגאנגען אויף א שפאציר אין די אוטענטישע ירושלים ד'אמעריקע: קראון הייטס. די ענערזשי אין די גאסן איז היבש נאנט צו די גאולה גאסן אין ירושלים. כאפ א שפאציהר אראפ די 13'נטע עוועניו פון קראון הייטס, קינגסטאן, און דו וועסט פארשיכורט ווערן פון די שמעק פון פלפים און ישראלי קולטור. קראון הייטס איז זייער א אינטערעסאנטע געגענט פאר דרויסענדיגע. דער עולם איז דארט מער קאלירפול ווי א רעגן בויגן. קיינעם גייט נישט אן אויב דיין הוט איז פינק צו רויט, אדער אויב דיין ווייב איז גאר דער וואס טראגט די הוט. וואס כ'האב אויפגעמערקט איז, אז אפאר קופקעס פון ווילי אינגעלייט ניצן די טשיל גאסן פון קראון הייטס, צו טשילן אויף א גרויסע פארנעם. און ווילאמסבורג וואלט מען זיי פאר'ציממערט אלס באמס, אבער דא זענען זיי כחד מחבורה מיט מאריכונא געשטאפטע ציגארעטלעך.

מענדי'ס אויף קינגסטאן און איסטרען פארקוועי מאכט עסן צו פרעסן. נישט סתם גוט! נאך אן ערליכע ברכה אוודאי, כאפט מען א שמועס מיט מענטשן פון די גאנצע וועלט. בעת וואס אין מיין טעלער ליגט אמעריקאנע חאזיריי ווי א הייסע דאגי, צינג פלייש ועוד, באסמאקעוועט זיך דער אנקעגנאיבער, מיט א פלפל מיט חצילים אויף סטערוידס. אפילו היימישע גוים פון געגענט ווילן נישט גיין פון דער עולם השפל אן שטאפן סעודות ביי מענדי'ס.

שפאציהר איך אראפ די גאסן, ווי די אייזקריעם סטארס זענען געפאקט ווי ביים רעבין'ס שיחות. מ'שטעלט זיך אפ אין 770 ווי מ'פארמשכונט מיר ביי א שומר שבת סטייל מעריב. די גערויך איז ווי דער סאבוועי. א גרויסע סקרין האלט דעם רעבין ביים לעבן, לכאורה א ראיה צום משיח'סטשן שיטה.

אין איין געשעפט פארקויפט מען קאפלעך פאר 7.70 כמנין די שם הוי'. א גוטע איינפאל, זאלן די סאטמערע זיך נאר נישט דערוויסן, און אונז פארקויפן קאפלעך פאר 47 דאלאר.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 11:20 pm

· #298839
מ'איז ארויסגעפארן 9 צייט צום סטאנדערט האטעל אין די פלייש פאקען דיסטריקט אין מאנהעטן. דארט אויפן העכסטן שטאק איז דא א באר אויף אלע באקן. ס'איז שטארק געאייגענט פאר חסידישע אידן צוליב וואס די לעקטער איז זייער שוואך באלויכטן, ממילא וועט מען אייך נישט ארומשיקן אויף וואטסאפ. די מוזיק איז איידלע האוס מוזיק און די וויו פן מאנהעטן איז פרעכטיג. מ'קוקט ארויס אויפן הערליכן האדסען טייך וואס איז באקליידט מיט פינקעלדיגע לעקטערס אויפן הריזאנט.

נאכער איז מען געגאנגן עסן נאכטמאל אין MR. Broadway. דאס מאל האט נישט געטויגט. מ'האט מיר אריינגעריקט א כינעזער דיש באקנאבלט ווי א פעשווארסקע מלוה מלכה. אפילו Dr. peper האט מיר נישט געקענט היילן פון די ציפעדיגע וואונדן.

שיכון טיימס סקווירא איז וועלט באקאנט מיט אירע אורות. די אור האט גאר טיף אריינגעשיינט אינעם נפש הבהמית. נאכן כאפן א ביה"כ ברעיק אינעם איינציגסטען פרייען ביה"כ אין מאנהעטן, אין הארד ראק קאווע הויז, זעמער געגאנגען שאפן פאר שמאנצעס.

די הויעך פונקט פון אווענט איז געווען די citi bike שמאסעריי אויף די וועסט סייד בייק לעינס. ווי די שמעק פון מאנהעטן, זאלץ וואסער, מי הטלה פון היימלאזע און פרישע לופט האבן פארמירט א ריח ווי נאר די הויפט שטאט פון די וועלט קען.