☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מיינע צימעסדיגע מיינונגען

מיינע צימעסדיגע מיינונגען

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7642

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 10:42 am

· #237793
מיינע צימעסדיגע מיינונגען
היות אנדערע האבען טענות הייתכן די סנאבס שרייבען זיך קיינמאל אין צימעס מיט זייער נארמאלער ניק זיי שפילען אלץ כאילו עס פאסט זיי נישט זיך מתווכח זיין וועגן באבוב און סאטמער, נעה זיי זענען גרויסע חכמים עליטיסטען, זיי שרייבען נאר פילאספיע און תורות, בשעת מיר אלע ווייסען אז למעשה אין בית מדרש פירען זיי דער פאליטיק קיפקע, און דא שיקען זיי זיך תגובות צו זייער אנדערע ניק זאל מפרסם זיין נתקבל באישי.

ממילא מאך איך דער אשכול איינמאל פאר אלעמאל אויפקלערען מיינע צימעסדיגע דעות אן זיך שעמען.

איך בין פאר באבוב 45, סאטמער 52, סטיטשין 54, אלכסנדר 18, בעלעד 38, סקולען מאנטריאל, פאפא 12, און ניקלשבורג סאוט קאראליינע.
ווי אויך בין איך אויפ'ן צד פונעם ראב''ד, מרן ראש הישיבה, מרן הגאון הגדול ראש הישיבה, און מרן הגאון הגדול.
אין אנדערע נייעס, בין איך פאר די שווארצע סלאנים, רויטע קרעטשניף, ברוינע קאפישניץ, און גאלדענע סאדיגורא.
אויך בין איך אויף די צד פון די רודפי שלום, די פונים לערכאות, און די מסרבים לבג''ץ.

לית דין בר נש » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 11:20 am

· #237802
וואס איז דאס אלכסנדר 18? און בעלעד 38?
די רויטע קרעטשניף מיינסטו ודאי דער מיט די רויטע בארד (פאר עס איז ווייס געווארן)
אבער די גאלדענע סאדיגורא ווייס איך נישט וועלכע די מיינסט דער וואס זיצט אויף די גאלדענע בענקל אדער דער וואס וואקט מיט די גאלדענע שטעקן אדער גאר די דריטע וואס האט די גאלדענע בעכער?

לית דין בר נש » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 11:22 am

· #237803
ווי אזוי קענסטו זיין אויף די זייט פון מרן ראש הישיבה און אויף די זייט פון מרן הגאון הגדול ראש הישיבה? זיי זענען דאך בלוט שונאים שוין פערציג יאר!

דולה ומשקה » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 11:41 am

· #237806
לעיקוואד
איך בין פאר באבוב 45, סאטמער 52, סטיטשין 54, אלכסנדר 18, בעלעד 38


תיקון טעות: בעלעד איז דערווייל אויף 52 קארנער 13 עוו. ביז חסידי בעלעד וועלן זוכה זיין בקרוב צו א אייגען ריזיגע בית המדרש אויף דער 50'סטע גאס ציווישען 11 און 12 עוו.

למהוי ולידיעה, ב"ה בעלעד איז באחדות גמור בשלום ובשלוה, היות מ'דארף א ריזיגע בית מדרש צוליב דער געוויקס פון די מספר בחסידים ומעריצים, האט מען געמוזט אוועק גיין פון אונזער אלטע און קליינע בית מדרש'ל, און וויבאלד קדושת רבינו זצוק"ל לא זז ממקומו, האלט אן דער יונגערע ברודער דער אלעם באקאנטער זינגער, דער לאנגיאריגע שמש פון דער שול ר' שלמה ני"ו א מנין מתפללים, אלס כבוד רבינו זצוק"ל וואס דארט האט ער פארבראכט יארן לאנג בתורה ובתפלה.

דריידל » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 7:42 am

· #238129
אין בית מילקשעיק נעמסטי נישט קיין צד? אתמהה

קען זיין שפירסטיך נישט געניג ראוי להכניס ראשך בין ההרים האלה