☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מארקעטפלעיס מיט'ן נאמען JET

מארקעטפלעיס מיט'ן נאמען JET

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7640

מבקר » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:21 pm

· #237737
מארקעטפלעיס מיט'ן נאמען JET
ערגעץ אנהייב יארע 2015 הייסט עס גייט זיך עפענען א פרישע אנליין מארקעטפלעיס מיט'ן נאמען JET

די גרויס געלט וואס זיי האבן אויפגעטריבן דערווייל צוזאמען מיט די שמועות וואס לויפן ארום - שטילערהייט שוין א לענגערע צייט - און איז היינט געווארן אפיציעל געמאלדן, ווייזט אז זיי גרייטן זיך צו עפעס גאר גרויס, די שאלה איז נאר צו דיירעקט קאמפעטישאן מיט עמעזאן אדער אביסל אין א אנדערע דירעקציע, באט זיי פארשפרעכן עכ"פ צו ביעטן און קאמפיטן מיט יעדן. ימים ידברו...

די גרינדער דערפון איז Marc Lore וועלכע האט אויך געגרינדעט דייפערס.קאם וואס ער האט למעשה שפעטער פארקויפט פאר עמעזאן (נאך א שמוציגע פרייז נידערונג קאמפיין, מיט'ן דירעקטן ציהל זיי אויסצוקויפן), סאופ.קאם ועוד.
נאכ'ן שוין האבן א שטיק צייט א ליידיגע וועבסייט מיט אביסל באמבאסטישע פראזן איבער א ציקונפטיגע אויפרייס, האבן זיי היינט אפיציעל ארויסגעשיקט א מעלדונג דערוועגן מיט ציהל עס באקאנט צו מאכן.

נאר פאר'ן אריינגעבן דיין אימעיל אדרעס אפפערן זיי א 6 חדשים פרייע מעמבערשיפ (לעקעשע, אויף ווען זיי גייען זיך עפענען) מיט א מעגליכקייט פאר א גאנצע יאר פרייע מעמבערשיפ.
אויך אפפערן זיי א מעגליכקייט צו באקומען א שיינע אמאונט אין זייער סטאקס (ווייטער לעקעשע, אויף ריכטיג איינצוקעשן ווען זיי גייען עווענטואל גיין פאבליק).

אלזא, דערווייל עמער ווארטן מיט שפאנונג

סיין ארויף דורך מיין לינק און איך וועל וואקסן אין ראנג.

I just became a Jet Insider and got a free 1 year membership to the next big thing in e-commerce. Sign up to get your free membership here:https://jet.com/#/ji/cd48w #sharesforshares

מבקר » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:26 pm

· #237738
יישר כח יאיר נא שוין געקליקט?

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:20 am

· #237759
ניין.

מבקר » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:23 am

· #237760
נא אויף וואס געווארט? דו קענסט אנקומען זייער א הויכע דרגא, ס'האט זיך קוים היינט אנגעהויבן, שרייב דיך איין און פארשפרייט עס וויטער צו נאך קאמיונעטיס

מבקר » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:57 am

· #237763
אויף אייוועלט איז שוין דא א לאנגע קייט פון קינדער און קינד'ס קינדער וואס האבן זיך אלע איינגעשריבן איינער אינטערן אנדערן און יעדער ווארט ס'זאל וואקסן מער, לאמיר דא אויך שפילן די געים

מרדכי » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 5:50 am

· #238243
Re: מארקעטפלעיס מיט'ן נאמען JET
איך האף אז עס וועט זיך אויסארבעטן פאר זיי. ס'פעלט זייער וויכטיג אויס א קאמפעטישען פאר עמעזאן.

shlomyg » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 11:14 am

· #238251
Join @Jet_Insider for a 6-mo. membership to a better way to shop+compete for 100k stock options #sharesforshares <a class="postlink" href="https://jet.com/#/ji/cd35s">https://jet.com/#/ji/cd35s</a>

יתרו » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 11:37 am

· #238253
גייען זיי האבן א FULLFILMENT CENTER ? אויב נישט זענען זיי סך הכל נאך אן אי בעי.

chusid » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 2:13 pm

· #238270
יעצט סיינט אייך אויף כדאי צו האבן פרייע מעמבערשיפ
<a class="postlink" href="https://jet.com/#/ji/cd6kx">https://jet.com/#/ji/cd6kx</a>

מבקר » מאנטאג יאנואר 12, 2015 1:03 pm

· #247553
דא האט איר די לינק צו די desktop סייט www.businessweek.com/articles/2015-01-07/amazon-vs-dot-jet-dot-com-marc-lore-aims-to-beat-bezos

ווער ס'האט נאכנישט זיך איינגעשריבן, דאס איז מיין לינק https://jet.com/#/ji/cd48w

green sunday » דינסטאג פעברואר 3, 2015 6:15 pm

· #251621
קען מען אזוי אפערעטען א מולטי מיליאן דאלער ביזנעס?
www.geekwire.com/2015/jet-com-launching-amazon-like-marketplace-50-monthly-membership-fee/
📎 Capture.JPG

יאסל ראקאווער » דינסטאג פעברואר 3, 2015 8:39 pm

· #251638
עמעזאן פארקויפט א יאר כמעט הונדרעדט ביליאן דאללער און זייער נעט פראפיט איז אינטער א האלבע פראצענט. זיי האבן אינוועסטעד ביליאנע דאללער אין אינפארסטרוקשען איבער די יארן. ווי קען א נייע קאמפאני זאגען אז זייערע אייטעמס גייט זיין 10-15 פראצענט ביליגער ווי עמעזאן? פטפוטי מילי בעלמא.

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 3, 2015 11:19 pm

· #251665
ס'זעהט מיר אויס אז פארקויפער וועלן זיך שפירן מער באקוועם צו פארקויפן דורך jet, סיי ווייל jet אליינס פארקויפט נישט, און סיי די פארקויפער צווישען זיך וועלן זיך נישט דארפן ארום שלאגן מיט די פרייז, ווייל דער קויפער באקומט עס פון דער וואס איז ראוי פאר דעם ארדער, דהיינו, ער האט די אנדערע אייטעמס פון דעם ארדער, וכדומה. - עמעזאן ווייסט נאר וואס צו אליינס פארקויפן, דהיינו הייסע סחורה, לויט וויפיל אנדערע פארקויפן אויף עמעזאן. אבער אויב די מוכרים רוקען זיך אריבער צו jet, וועט עמעזאן זיין א מלך בלא עם.

איך וואלט אבער נישט אינוועסטעט אין jet, ווייל די גאנצע מושג אז א אייטעם זאל דארפן ווערן טרענפאטירט מיילן ווייט וועט אויסקוקען מאדנע אין א יאר צוויי. 3D פרינטערס וועלן דיר מאכן אלץ וואס מדארף.

עפפל פאונס איז דא לאקאל אין די גרויסע שטעט. וואס נאך דארף מען?

petergrifin » דינסטאג פעברואר 3, 2015 11:48 pm

· #251673
קאװע טרינקער האט געשריבען
איך וואלט אבער נישט אינוועסטעט אין jet, ווייל די גאנצע מושג אז א אייטעם זאל דארפן ווערן טרענפאטירט מיילן ווייט וועט אויסקוקען מאדנע אין א יאר צוויי. 3D פרינטערס וועלן דיר מאכן אלץ וואס מדארף.


אונז ערליכע אידן װײסן דאך אז די אלע נײע ערפינדוגען איז אלס מעשה יצר. אמאל איז עס טעיפס/קעסעטס נאכדעם סידי'ס, און נאכדעם די װי די'ס, עמפּיטרי, בלעק בעריס, אײפאון און יעצט 3D פרינטערס רח׳ל. איז מוז מען אן האלטן דעם מסורה און קויפן אנלײן בײ עמעזאן און אויך דערבײ מקײם זײן וחי אחיך עמך.

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 3, 2015 11:54 pm

· #251674
נא נא... איך וועל וויסן ווען משיח איז דא יענע רגע אויף טוויטער, און דו וועסט ווארטן פאר שליחי בית דין וואס קומען אהער מיט א שיפעלע.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 10:08 am

· #251867
ווען גייט דזשעט זיין אנליין?

אויב איינער וויל מיר צוליב טון און זיך אויפסיינען און מיר העלפן צו באקומען א יאר מעמבערשיפ אומזיסט
<a class="postlink" href="https://jet.com/#/ji/cd52n">https://jet.com/#/ji/cd52n</a>

ישראל קאפקע » דינסטאג פעברואר 17, 2015 12:26 pm

· #254232
ישראל קאפקע
ווען גייט דזשעט זיין אנליין?

שאולדיספריםפאקער » מיטוואך פעברואר 18, 2015 12:05 am

· #254379
ווייסט איינער וואס מען ברויכט זיין קוואליפייד צו קענען פארקויפן דארט ׳׳ווען זיי גייען זיך עפענען"

ישראל קאפקע » מיטוואך אפריל 22, 2015 5:31 pm

· #268682
ישראל קאפקע
ישראל קאפקע
ווען גייט דזשעט זיין אנליין?

אלס 'אינסיידער' האב איך שוין כלומרשט געזאלט האבן צוטריט סוף מערץ, דערווייל גארנישט.

ווייסט איינער עפעס מער? @אנאנים דו האסט שוין יא צוטריט?

מרדכי » מיטוואך אפריל 22, 2015 5:59 pm

· #268690
Re: מארקעטפלעיס מיט'ן נאמען JET
שאולדיספריםפאקער
ווייסט איינער וואס מען ברויכט זיין קוואליפייד צו קענען פארקויפן דארט ׳׳ווען זיי גייען זיך עפענען"

איך האב זיי געקאנטעקט צו פארקויפן פאר זיי. זיי האבן מיך געזאגט אז ביזדערווייל זיכן זיי נאר גרויסע דעפארטמענט סטארס פאר סעללערס.
איך ווייס נישט וויאזוי זיי פלאנען צו קאמפיטען מיט עמעזאן אויף דע מהלך.

איינער דא האט יא געהאט הצלחה צו ווערן א סעללער?