☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » א שמייכעל גאראנטירט פון סעוועדזש

א שמייכעל גאראנטירט פון סעוועדזש

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #764

זר זהב » דינסטאג יוני 5, 2012 2:08 am

· #16055
א שמייכעל גאראנטירט פון סעוועדזש
יארן פלעג איך אים אויסהערן און זיך קאטשען פאר געלעכטער. ער איז טאקע היבש פאררוקט און מאאדי, ער איז אבער זייער קלוג, וויטי, סעווי, ער ווייסט אלעס איבער יעדן נושא, ער איז נישט די עוורעדזש טיפיקעל בארינג ראדיא פערסאנאלעטי. פיהלסט ווי ער רעדט פערסאנאל צו דיר אין א קאפע האוז איבער אלעס און אלעמען וואס קומט אים אויפ'ן בויך ארויף.- אין א געוויסן זין איז ער מיין רבי, איך האב מיך געלערנט ענגליש באנעם.

-- סעוועדזש איז דער דריט גרעסטער ראדיא שוי האוסט אין אמעריקע, מיט אן עוורעדזש פון 10 מיליאן צוהערער.

ס'דא אסאך פאני קליפס אויף די וועב, כעל ארויפלייגן וואס איך טרעפ , וואס ס'קען זיין הומאריסטיק אדער אינפארמאטיוו.

סעוועדזש זאגט "נישט לויפן צו פארלירן וואג"

זר זהב » דינסטאג יוני 5, 2012 2:19 am

· #16056
ענגלאנד איז א לאנד וואס האט זייער ליעב אריינצונעמען מוסילמענער אימיגראנטן, דיע וועלכע מ'זעט אלץ פראטעסטירן דארט מיט סיינס וועלכע פארדאמט אמעריקע און ענגלאנד... זיי רעדן דארט אין ענדלאנד העצערישע רעדעס אקעגן זייער אייגן היימלאנד און מ'טוט מיט זיי גארנישט. איז אבער דא איין אמעריקאנער וואס האט נישט קיין רעכט א פיס צו שטעלן אין גרויס בריטאניע -- פאר 3 יאר צוריק האט די בריטישע היים סעקרעטארי ארויפגעלייגט סעוועדזש'ן אויף די ליסט פון די וואס טארן נישט איבערטרעטן זייער שוועל...

NPR האט אינטערוויואט סעוועדזש דערוועגן און ס'האט נישט גענומען לאנג אז א טיפיקעל ען פי אר ליבעראלער אריינריפער זאל שנעל צוענדיגן דעם אינטערוויא...

זר זהב » דינסטאג יוני 5, 2012 2:31 am

· #16058
העללא, וואס מאכט איר??? וויאזוי פילט איר ???

א קאלער פארזינדגט זיך...

זר זהב » דינסטאג יוני 5, 2012 2:44 am

· #16059
א "כמעט ראביי" רופט אריין סעוועדזש און איז מסביר תורה'דיגע עינינים, סעוועדזש (א איד) ווערט איבערגענומען

זר זהב » דינסטאג יוני 5, 2012 3:14 am

· #16060
עס צוקער, זאלץ און פוטער און נעם מעדיצין.

בן תמליון » דינסטאג יוני 5, 2012 8:44 am

· #16070
יא דער סעוועדזש איז ריזיג איך וואונדער מיר אויב אונטער זיין גאנצן קאנסערוואטיזם און פייער ליגט א פשוטער לץ וואס הייטערט אויף די מאסן אנטקעגן אלעס און אלעמען אבער לאכט פשוט דעם גאנצן ווועג צום באנק. זיין עכטער נאמען איז מייקעל (מיכאל) וויינער און איז געבוירן אין די בראנקס. ווייסט מען מער איבער זיין אויפברענגען און זיינע יודישע עלטערן? צומאל רעדט ער מיט רעספעקט פאר אידישקייט און פרומע יודן אנדערע צייטן מאכט ער ביטער חוזק. ער קען אויך גאנץ אסאך יודיש.

זר זהב » דינסטאג יוני 5, 2012 8:53 am

· #16071
ער האט נישט באקומען קיין אידישן חינוך, זיינע עלטערן זענען נישט געווען רעליגיעז. ער איז א צומישטע בריאה. -- ער "קערט" נישט צופיל פאר זיין שוי, ער פעלט אסאך טעג ער רעספעקטירט נישט קיינעם, פאר דעם איז ער געפלויגן לעצטענס פון אסאך סטעישאנס. דאס זאגט מיר אז אים אינטערעסירט נישט צופיל זיין באנק קאנטע...

זר זהב » דינסטאג יוני 5, 2012 9:02 am

· #16072
ער האט א פוינט דא.... מאכט נאך ראש לימבא

אברעמעל » דינסטאג יוני 5, 2012 9:29 am

· #16074
די צייט וואס מ'הערט אים איז געווענליך פארנאכטס ווען דער עולם קומט אהיים פון די ארבעט, איינמאל פרייטאג שפעט נאכמיטאג הער איך ווי ער נעמט זיך באשייגעצן זיינע צוהערער'ס
זענט עטץ נארמאל? וואס הערסטו מיך אויס יעצט, יעצט איז די צייט צו פארברענגן מיט די משפחה, ענק זענען סתם ליידיגגייער'ס...

זר זהב » מיטוואך יוני 6, 2012 11:08 pm

· #16520
פאר 3 יאר צוריק האט סעוועדזש אנגעמאכט אזא שטורעם אז ס'האט אויסגעזען ווי ער גייט פארלירן זיין שוי. ער האט געזאגט אז 90% אויטסטיק קינדער (AUTISTIC) זענען פעיקערס.... זיי מאכן זיך, אדער זענען די עלטערן שולדיג פארן זיי נישט געבן א ביסעל חינוך מיט פעטש. מער האט נישט אויסגעפעלט מ'האט אנגעהויבן פראטעסטירן איבער'ן לאנד, אלע מידיע נעטווארקס אין צייטונגען האבן געבוזשעוועט. סעוועדזש האט זיך נישט דערשראקן, און געוויסע דאקטוירים זענען גאר געווען אין שטיצע פאר סעוועדזש.

זר זהב » מיטוואך יוני 6, 2012 11:11 pm

· #16521
איינע פון די פראטעסטן אין פראנט פון WOR סטודיאס

משה רוקח » זונטאג יוני 17, 2012 1:25 pm

· #18239
ווי און ווען הערט מען אים?

זר זהב » זונטאג יוני 17, 2012 1:34 pm

· #18242
אויף 710 אויפ'ן AM באנד פון 6 ביז 8 איווינינג

פון 6:30 ביז 6:45 ווערט ער איבערגעהאקן פון NBC נייטלי ניוז.

משה רוקח » זונטאג יוני 17, 2012 1:37 pm

· #18243
710 איז ווי מען הערט דעיוו רעמסי יעדן נאכמיטאג, ניין?

זר זהב » זונטאג יוני 17, 2012 1:37 pm

· #18244
יא

זר זהב » פרייטאג יוני 22, 2012 4:33 pm

· #19397
א לץ רופט אריין סעוועדזש און זאגט פאר מייקעל אז ער זאל זיך צוריקגיין צו זיין "שטעטעל" אין רוסלאנד פון וואו זיינע עלטערן קומען. סעוועדזש בלייבט אבער נישט שולדיג, און ער געט יענעם מנה אחת אפים.

נישט צו איידל, נעמט אינגאנצן 56 סעקונדען. 😂
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=a_OMqypBovc">http://www.youtube.com/watch?v=a_OMqypBovc</a>

זר זהב » מוצ"ש יוני 30, 2012 11:02 pm

· #20878
....gluten free

אברעמעל » זונטאג יולי 1, 2012 12:32 am

· #20894
אוי איז ער צולאזט איבער די אבאמאקעיר.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 9:46 pm

· #39230
סעוועדזש שפילט א אידיש'ן ניגון אויף זיין שאו, און רעדט ארום פון "אידיש"

איך גלייך דעם בילד, פון וואו אידאס?

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 2:16 pm

· #64213
א צודרייטער אבאמא סופפארטער. זייער פאני.

זר זהב » דינסטאג אפריל 9, 2013 3:42 pm

· #102974
סעוועדזש: ליבערעלס נעמען איבער סטארבאקס'ס, און ניטאמאל א קאפי באשטעלן זיי

יואב » זונטאג אפריל 14, 2013 4:00 am

· #104450
סעוועדש עקספלאדירט אויף איסלאם, ער פרעדיגט אזוי העסליך דא אויף מוסלאמענער, ווי היטלער אויף אידן.

זר זהב » זונטאג אפריל 14, 2013 4:17 am

· #104455
דאס איז נישט קיין פארגלייך צו היטלער דאך... און גראדע זאגט ער כסדר די חילוקים פון 'ראדיקאל דזשיהאדיסט איסלאם' ביז די נארמאלע וואוילע. מן הסתם איז דאס געווען נאך עפעס א געזונטע טערראר אטאקע וואס איז ערגאץ וואו פארגעקומען. און מ'דארף אים גראטולירן פאר די קוראדזש אזוי ארויסצורעדן קעגן די איסלאמיק פאשיסטס. קיינער קיינער, נישט לימבאו, נישט הענניטי נישט בעק, קיינער האט נישט זיין גאטס!!

petergrifin » זונטאג אפריל 14, 2013 4:33 am

· #104458
[quote="יואב"]סעוועדש עקספלאדירט אויף איסלאם, ער פרעדיגט אזוי העסליך דא אויף מוסלאמענער, ווי היטלער אויף אידן.

דער קליפ איז ציזאם געשטיקעלט פון אסאך שאוס װי ער רעגט זיך פאר א מינוט סאיז נישט אײן לאנגע רענט

יואב » זונטאג אפריל 14, 2013 7:30 am

· #104461
כ'האב אים נישט געמיינט צו צוגלייכן צו היטלער, און איך גיי נישט אריין צו ער איז גערעכט צו נישט.
זעה דעם קליפ פון היטלער וועלעכע לדעתי איז גאנץ ענדליך, פשוט מיט מער א ניכטערן טאן.

@petergrifin כ'האב נישט קיין אהנונג, אבער עס איז סך הכל 3:52 מינוט, און עס קוקט מיר יא אויס צו זיין אויף איין מאל.


.

קרעמער1 » מאנטאג אפריל 15, 2013 3:34 pm

· #105030
ער האט זיך לעצטענס צולאזט איבער מציצה בפה, ווער עס האט די לינק זאל עס צוברענגען.

זר זהב » מיטוואך אפריל 17, 2013 5:35 pm

· #105947
א הונט איז א רילייעבעל היפי...

אליצפן » מאנטאג יוני 3, 2013 6:38 pm

· #120857
סעוועדזש ווערט צופלאצט פון צוויי טיפשים.

זר זהב » דינסטאג יוני 18, 2013 3:17 pm

· #125930
סעוועדזש: נישט עסן סושי. און פארוואס היפי'ס גלייכן סושי 🙂 😃

לעמיל » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 7:01 pm

· #163715
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/163714">viewtopic.php?p=163714#p163714</a><!-- l -->

ישמעאל הכהן » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 8:16 am

· #236250
מענדעל א ליבאוויטשער רופט אריין נעכטן SAVAGE... ס'ווערט ווילד... 😂

יידל » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:18 am

· #236254
סעוועדזש'ס אראגאנץ מאכט מיך נערוועז. לאז דעם מענטש אויסרעדן! ער'ט נישט געמיינט גויים אלס אינסאלט! און אגב, "אלטרע" ארטאדאקס איז פונקט אזא אינסאלט.

ישמעאל הכהן » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:21 am

· #236255
ער איז מענטאלי אומסטאביל, ער איז וואס ער איז.

יידל » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:24 am

· #236258
גוט פאר עינטערטיענמענט. אבער זיין אומסטאביליטעט קען אסאך מאל אזוי נערווירן.

ישמעאל הכהן » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:24 am

· #236259
עקזעקטלי!

ישמעאל הכהן » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:52 pm

· #237515

ציבעלע-קיגל » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:52 pm

· #242263
זר זהב
א "כמעט ראביי" רופט אריין סעוועדזש און איז מסביר תורה'דיגע עינינים, סעוועדזש (א איד) ווערט איבערגענומען


ער איז גארנישט א "כמעט" ראביי. ער וייסט מער און רעדט מער צו די זאך ווי אלע אונזערע אזוי גערופענע רע בנים

shem-tov » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 8:32 am

· #242318
עמעצער ווייסט אפשר ווי סאיז די חז"ל פון וואס ער רעדט אז דער אייבערשטער שיקט דונערן אדער בליצן פאר מענטשן וואס האבן קרומע הערצער. סאיז מיר זייער נייטיג צו וויסן. יישר כח

בשבילי! » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:37 am

· #242332
לא נבראו רעמים אלא לפשוט עקמומית שבלב, ברכות נ''ט.

קינד_אן_קייט » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:38 am

· #242333
לא נבראו רעמים אלא לפשוט עקמומית שבלב (ברכות נט).

ציבעלע-קיגל » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 4:40 pm

· #242419
ברכות נ"ט עמוד א', בערך 40 שורות פון אויבען