☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » וואס איז ראסיזם און וואס איז שלעכט דערמיט

וואס איז ראסיזם און וואס איז שלעכט דערמיט

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7639
בלאט: 1 2

mevakesh » מיטוואך יוני 10, 2020 7:17 pm

· #451212
ענינא דיומא

מי אני » זונטאג יאנואר 9, 2022 11:16 am

· #491075
דער טרינידאדיען סאציאלאג דר. אַליווער קאַקס האט געמאכט א חילוק צווישן ווי אזוי און פארוואס דער ווייסער האט פיינט דער איד [אנטיסעמיטיזם] און ווי אזוי ער האט פיינט דער שווארצער [ראסיזם]; עכ״פ אין אמעריקע. ער האט פיינט דער איד אלס זיין קולטור און באנעמונג און אויב ער אסימילירט זיך לגמרי דאן איז ער מיט אים בסדר (דר. יוסף טעלושקין זאגט ענליך. ער זאגט אז נאציזם איז טאקע געווען אן ענאַמעלי); עס איז נאר ״אינטאלעראנס״. משא״כ דער שווארצער האט ער פיינט אלס זיין פיזישער אנדערשקייט און איז נאר בסדר מיט אים ווען ער איז דייקא לגמרי אפגעזונדערט און אויסדרוקליך נישט אסימילירט און פרובירט נישט דערויף.

אלע צוזאמען » דינסטאג יאנואר 11, 2022 10:40 am

· #491323
מי אני
דער טרינידאדיען סאציאלאג דר. אַליווער קאַקס האט געמאכט א חילוק צווישן ווי אזוי און פארוואס דער ווייסער האט פיינט דער איד [אנטיסעמיטיזם] און ווי אזוי ער האט פיינט דער שווארצער [ראסיזם]; עכ״פ אין אמעריקע. ער האט פיינט דער איד אלס זיין קולטור און באנעמונג און אויב ער אסימילירט זיך לגמרי דאן איז ער מיט אים בסדר (דר. יוסף טעלושקין זאגט ענליך. ער זאגט אז נאציזם איז טאקע געווען אן ענאַמעלי); עס איז נאר ״אינטאלעראנס״. משא״כ דער שווארצער האט ער פיינט אלס זיין פיזישער אנדערשקייט און איז נאר בסדר מיט אים ווען ער איז דייקא לגמרי אפגעזונדערט און אויסדרוקליך נישט אסימילירט און פרובירט נישט דערויף.

וואס זאל מען טון אז ער איז נישט גערעכט? יא מ'גייט נישט אראפרייסן א באקאטע מיליאנער ווייל ער איז א איד, אבער ווען ס'שוין דא קריטיק קעגן דעם ביזנעסמאן, וואס פערצופאל איז זיין באבע א אידענע, וועט מען אים באשמוצען אלס 'דער איד'.
עיין ב'בערני מעידאף.

כספי » זונטאג אקטאבער 15, 2023 7:59 pm

· #537568
Re: וואס איז ראסיזם און וואס איז שלעכט דערמיט
לעיקוואד #

דוגמאות אויף דעם איז אן א שיעור, למשל אויב א בעל הבית האט צוויי ארבעטער וואס טוהן די זעלבע ארבעט, און ער צאלט פאר איינער מער נישט ווייל ער טוהט א בעסערע ארבעט נאר ווייל ער האט עם סתם ליב, אדער וויל ער געהערט צו א געוויסע גרופע, אדער סיי וועלכער זאך, איז דאס נישט קיין יושר. אין יעדער פאל זענען דא אן א סוף תירוצים און חקירות וואס מ'קען חוקר זיין, בעיקר איז דא א חקירה ווער איז עם מחייב זיך צו פירען ביושר, און אז איך האב א ביזנעס ווי מען צאלט די חברה פון מיין חסידות דאפלט פון פרעמדע, אדער וואס איז לכתחילה נאר פאר חברה פון מיין חסידות, ווער איז מיר דען מחייב צו טוהן אנדערש. דאס איז אפשר א טענה, אבער עס מאכט עס נישט קיין יושר. עס איז ווייטער נישט פייר וויאזוי ער צאלט די ארבעטער.

אלע אנדערע משלים איז זייער פארשטענדליך אבער די משל איז ממש נישט פארשענדליך, ס'איז נישט אז דער בעה"ב צאלט אונטער זיין אנדערער ארבעטער ווייל ער איז נישט פון זיין חסידות, נאר אדרבה ער צאלט העכער פארן ארבעטער וואס איז יא פון זיין חסידות, וואס א חילוק צו ער געבט עם געלט דורך זיין חסידות'ס קופת צדקה אדער ער צאלט עם העכער ביי די ארבעט בדרך כבוד
די זעלבע זאך ווען ער נעמט נאר אן מענטשן פון זיין חסידות, קען מען זאגן אז ס'איז נישט קיין יושר? קטונתי מלהבין
ווען א דיין אין א ד"ת אדער די ריכטער ביי זינגען קאמפעטישן וועלן אויסוועלן איינעם אדער געבן רעכט פאר איינעם וועגן ער איז פון זייער חסידות, איז עס קלאר נישט רעכט, און ווי לעיקוואד איז מסביר ווייל ער איז נישט דן די דין מיט אירע נויטיגע כלים נאר זייטיגע, אבער ביי זיין ביזנעס איז עס דען א דין, וואס ער דארף דן זיין מיט אירע כללים
ווען מ'זעט אז א ביזנעס נעמט אן פראצענטואל ווייניגער – למשל – שווארצע ארבעטער, קען איך זאגן אז אונטער זיין געוויסן איז ער א ראסיסט, אבער ווען אייינער נעמט אן זיין משפחה צו די ארבעט פאר ער נעמט א מענטשן אין גאס וועסטו זאגן אז ער איז א פרעמדיסט, אדער אז ס'איז נישט קיין יושר?
די זעלבע ווען דער בעה"ב צאלט מער פאר איינעם וואס ער האט ליב, ס'וועט אפשר זיין נישט קיין געשמאקע געפיל פאר די ארבעטער, סיי אז יענער ארבעט די זעלבע ווי מיר און ער באקומט מער, סיי אז זיי זענען נישט אזוי באליבט אויפן בעה"ב, אבער דאך, ס'איז נישט קיין יושר? ווען איינער צאלט למשל מער פאר ווייסע ארבעטער ווי שווארצע, קענסטו זאגן אז ער איז א ראסיסט און ס'איז נישט קיין יושר, איי ער וועט טענה'ן די ווייסע זענען מיינע חברים און נישט די שווארצע, דא קומט אריין וואס @לעיקוואד שרייבט ווייטער:
לעיקוואד #
יעצט האט מען געלערנט און געזעהן, פון אן א סוף ערפארינג און מחקרים, אז איינע פון די שטערקסטע זאכען וואס בייעסען א מענטש זענען וועלכע גרופע באלאנגט איינער.
איז וויבאלד דיינע חברים זענען פונקט די זעלבע גרופע ראסע פון דיך (ווייס) איז כאילו אנן סהדי אז דו ביזט נישט עכט זייערע חברים מער ווי די שווארצע, נאר ווייל דו ביזט א ראסיסט ביזטו בעסער מיט זיי ווי מיט די ווייסע, אבער צוריק צו חסידות/משפחה/חברים, ס'איז נישט דא קיין שום אומ-יושר מיט טון גוטס דוקא מיט מיין משפחה, אבער מיט א עטנישע גרופע איז יא דא א עולה צו טון נאר מיט זיין גוטס
בלאט: 1 2