☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » כי בא השמש

כי בא השמש

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7638

דבילה » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:03 am

· #237541
כי בא השמש
מיין זון איז מיר אהיים געקומען נעכטן און איבערגעזאגט די חומש מיט א חיות. א שאד נאר אז די אויערן האבן מיר געגרידשעט פון וויאזוי זיין רבי האט פרובירט צי מסביר זיין די זון אינטערגאנג. זעט אויס אז די רבי האט זיך אויך געמוטשעט פארוואס דא שטייט א לשון פון "בא", בכל אופן איז מיין זון נייגעריג געווארן ווי ס'באהאלט זיך אויס די זון אויף דער נאכט, און אויב טאקע נישט אין א קעלער, פארוואס זעמיר דאס נישט, און בכלל וויאזוי "וואקסט" די לבנה יעדן חודש קלענער און גרעסער. די רבי האט מסביר געווען אז דאס איז אלץ מעשה ניסים, און טאקע כדי מיין קינד זאל פארשטיין מה רבו מעשיך ה', האביך אפירגעקראצט עטליכע ווידיאוס וואס 'עלען עם דאס קלאר שטעלן.

צו פארשטיין די עצם מאדעל, וואס דרייט זיך ארום וואס:

<a class="postlink" href="http://youtu.be/W47Wa7onrIQ">http://youtu.be/W47Wa7onrIQ</a>

וויאזוי די טאג און נאכט שאפן זיך:

<a class="postlink" href="http://youtu.be/hWkKSkI3gkU">http://youtu.be/hWkKSkI3gkU</a>
אדער:
<a class="postlink" href="http://youtu.be/kVXyi2PAqTk">http://youtu.be/kVXyi2PAqTk</a>


די וואוקס פון די לבנה ארויף און אראפ (מיט אן היימישן אקסענט):

<a class="postlink" href="http://youtu.be/78Zmpuf7h6M">http://youtu.be/78Zmpuf7h6M</a>

אין מיין באגרעניצטע צייט האב 'ך נאר דאס געטראפן. ווער ס'האט עפעס בעסער ביטע ארויף שטעלן ואחזיק לי' טיבותא...

פישלע העררינג » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:08 pm

· #237606
עקסקיוז מי, @דבילה. אויף ענגליש זאגט מען אויך sunset - sunrise.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:55 pm

· #237628
די סיבה פארוואס עס הייסט אזוי אויף ענגליש איז טאקע מסתם א זכר צו די צייט ווען מען האט אזוי געמיינט בפשטות. עס לאזט זיך טראכטען אז טאמער וואלט מען היינט געמאכט די שפראך וואלט מען עס אנדערש גערופען.

דבילה » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:43 pm

· #237681
פישל'ע העררינג
עקסקיוז מי, @דבילה. אויף ענגליש זאגט מען אויך sunset - sunrise.


די תורה איז פיין און זיס. ס'איז דער מלמד'ס טשייניק האקעריי וואס מאכט מיר נערוועז.



פ.ס. דער "טעג" ארבעט מיר נישט, א כפרה...