☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » בין איך טאקע גערעכט?

בין איך טאקע גערעכט?

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7635

chusid » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 5:55 pm

· #237447
בין איך טאקע גערעכט?
א יעדער מענטש מאכט באשלוסן-מאכט אפ מיינונגען וכו טעגליך ,
נו נעמט אייער עלטסטע שוואגער. אין וויפיל פין זיינע באשלוסן האלט איר איז ער גערעכט אין עווריזש? לאמיר זאגן 60% . יעצט אייער משגיח אין ישיבה? לאמיר זאגן 30%. אייער פעטער? לאמיר זאגן 40%.

איז דא א מענטש אויף די וועלט וועם איר געט גערעכט 100% פין די מאל ? ניין! א רגע.. איינעם יא , אייך! מהיכי תיתי? אפשר זענט איר ראנג רוב מאל? אדער על כל פנים אסאך מאל? איי וועט איר זאגן איר זענט אויסער געווענליך פארשטענדליך? להוי ידיעה אז מיליאנען מענטשען טראכטן אט אזוי! וועט איר זאגן" איר" זענט "טאקע" קליג? להוי ידיעה אז יעדער קליגער יוד דא אין ק/ש האט אפגעמאכט אז ער איז דער חכם מכל אדם און נישט דו!

גיימער אלעס שטעלן בחזקת ספק? אלעס אלעס?

מיר זעט אויס ווי איך האב א פוינט אבער קען איך האלטן אז איך בין דא דער מיט די אמת'ע לאגיק? ספק.

א רגע .... פאר די ענפערסט מיר זיי נישט זעכער אז דו רעדסט נישט טיפשות ווייל יעדער זעלבסט דערקלערטער חכם-נער האלט אז ער רעדט חכמה......

איחוד פעלד » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 6:42 pm

· #237462
לאז אפ חכמה און טפשות. זיין גערעכט האט גארנישט מיט חכמה אדער טפשות.

אויב ביסטו פין די מענטשען וואס האלטען אז זיי האבען קיינמאל נישט געגרייזט, זיי נישט תולה אז יעדער טוט אזוי.

גאר אסאך מענטשען זענען גרייט צו זיין א מודה על האמת און זענען מודה אז וואס זיי האבען געטוהן איז געוועהן א טעות.

chusid » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 6:46 pm

· #237465
איחוד פעלד
לאז אפ חכמה און טפשות. זיין גערעכט האט גארנישט מיט חכמה אדער טפשות.

אויב ביסטו פין די מענטשען וואס האלטען אז זיי האבען קיינמאל נישט געגרייזט, זיי נישט תולה אז יעדער טוט אזוי.

גאר אסאך מענטשען זענען גרייט צו זיין א מודה על האמת און זענען מודה אז וואס זיי האבען געטוהן איז געוועהן א טעות.

האסט סתם גערעדט נישט צום זאך..ביסטוך מחילוק? וואס פאלט דיר ביי אז דו ביסט די גערעכטער?! ערנסט גערעדט ,מיין פראגע איז נישט לגבי צוריקצוען, איך רעדט לכתחילה

איחוד פעלד » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 8:21 pm

· #237489
We can agree to disagree.

מאטי » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 8:31 pm

· #237490
בקיצור, דיין שאלה איז צו א מענטש קען פאר זיך אליינס באשטעטיגן אויב אנדערע האלטן אים פאר א חכם.

לכאורה אויב זעט מען א סטאטיסטיק ווי מ'הערט אנדערע מענטשן מסיח לפי תומו (ווען יענער ווייסט נישט אז מ'הערט זיך אונטער) זיך אויסדרוקן מיט אנדייטונגן אז איר זענט א חכם, דאן דאן איז דא מקום מצדד צו זיין להקל. יעצט איז די שאלה; אפילו אויב יענע מיינען דאס שוין יא ערענסט, ווער זאגט אז יענע זענען גענוג מבינים אויף חכמה?

האב איך אמאל געהערט פון א געוויסע חכם (הממממ) אז אויב דיינע געדאנקן זאגן פאראויס א געוויסע רעזולטאט דאן לויט ווי אקוראט דיינע הנחות שטעלן זיך אויס אזוי קלוג קענסט אננעמען אז דו ביסט.

רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 8:54 pm

· #237491
[ציטאט אראפגענומען]


זאגסט וואונדבאר! און דאס איז לויט מיין הבנה די געזונטע און גראדע וועג א מענטש זאל טראכטן ווען ער מעסט זיין חכמה. ווייל חכמה דארף ווערן געמאסטן ביי זיך כלפי דער מענשטס דעת, נישט לויט יענעמ'ס.

פארוואס? » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:31 pm

· #237494
אוקעי, ווייסטו וואס איך וועל מסכים זיין אז איך בין נישט גערעכט.
אבער, אאופס... ווידער האלט איך אז איך בין גערעכט מיט דעם וואס איך האלט נישט אז איך בין גערעכט.

ערנסט גערעדט, קיינער קען דיר נישט גאראנטירן אז דו ביסט אייביג גערעכט, אבער דו קענסט גארנישט טראכטן נאר מיט דיין מוח, און דאס וואס דיין קאפ זאגט דיר אז עס איז ריכטיג, וועסטו האלטן ריכטיג.
אין דיין קאפ וועסטו אייביג זיין גערעכט.

chusid » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 10:27 pm

· #237505
פארוואס?
אוקעי, ווייסטו וואס איך וועל מסכים זיין אז איך בין נישט גערעכט.
אבער, אאופס... ווידער האלט איך אז איך בין גערעכט מיט דעם וואס איך האלט נישט אז איך בין גערעכט.

ערנסט גערעדט, קיינער קען דיר נישט גאראנטירן אז דו ביסט אייביג גערעכט, אבער דו קענסט גארנישט טראכטן נאר מיט דיין מוח, און דאס וואס דיין קאפ זאגט דיר אז עס איז ריכטיג, וועסטו האלטן ריכטיג.
אין דיין קאפ וועסטו אייביג זיין גערעכט.

האלטסט ביסט געווען גערעכט מיטן אריין זאגן דיין שוויגער? וואס פאלט דיר ביי אז דו ביסט טאקע גערעכט??

פישלע העררינג » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 10:35 pm

· #237506
@פארוואס?

אויב אזוי, וואס'י פשט אין חרטה? זיך פארחשבון'ט?

פארוואס? » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:10 am

· #237517
פישל'ע העררינג
@פארוואס?

אויב אזוי, וואס'י פשט אין חרטה? זיך פארחשבון'ט?


איך האב נישט געזאגט אז דער מוח קען נישט איינזעהן אז דער זעלבער מוח האט אמאל נישט ריכטיג געטראכט, אבער דאס איז אויך נאר בהנחה אז דער צווייטער מוח איז גערעכט.
משא״כ זאגן יעצט איך בין נישט גערעכט, ווייל כאטש מיין מוח זעהט קלאר איין יעצט אז איך בין אומ-גערעכט, אפשר זעהט מיין מוח נישט ריכטיג.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 5:45 pm

· #238394
chusid
א יעדער מענטש מאכט באשלוסן-מאכט אפ מיינונגען וכו טעגליך ,
נו נעמט אייער עלטסטע שוואגער. אין וויפיל פין זיינע באשלוסן האלט איר איז ער גערעכט אין עווריזש? לאמיר זאגן 60% . יעצט אייער משגיח אין ישיבה? לאמיר זאגן 30%. אייער פעטער? לאמיר זאגן 40%.

איז דא א מענטש אויף די וועלט וועם איר געט גערעכט 100% פין די מאל ? ניין! א רגע.. איינעם יא , אייך! מהיכי תיתי? אפשר זענט איר ראנג רוב מאל? אדער על כל פנים אסאך מאל? איי וועט איר זאגן איר זענט אויסער געווענליך פארשטענדליך? להוי ידיעה אז מיליאנען מענטשען טראכטן אט אזוי! וועט איר זאגן" איר" זענט "טאקע" קליג? להוי ידיעה אז יעדער קליגער יוד דא אין ק/ש האט אפגעמאכט אז ער איז דער חכם מכל אדם און נישט דו!

גיימער אלעס שטעלן בחזקת ספק? אלעס אלעס?

מיר זעט אויס ווי איך האב א פוינט אבער קען איך האלטן אז איך בין דא דער מיט די אמת'ע לאגיק? ספק.

א רגע .... פאר די ענפערסט מיר זיי נישט זעכער אז דו רעדסט נישט טיפשות ווייל יעדער זעלבסט דערקלערטער חכם-נער האלט אז ער רעדט חכמה......

חסיד: דעס איז טאקע געווען איינס פון מיינע חקירות. אויב א טיפש ווייסט אז ער רעדט און האנדלט נאריש. אד'ער האלט ער אז ער איז דער גרעסטער חכם.
נאך א חקירה האב איך. אויב א בעל גאווה ווייסט אז ער איז א שטאלצער פארעך. אדער האלט ער אז ער איז א גרויסער עניוו?..!
דער תירוץ אויף די ערשטע חקירה איז: אויב א מענטש טראכט אז אפשר רעדט ער נארישקייטן, איז ער שוין נישט אזא גרויסער טיפש. ווייל אן אמת'דיגער טיפש האלט אז ער איז דער גרעסטער חכם...!
און ביי א בעל גאווה האביך מיך איבערגעצייגט אז ער האלט אז ער איז א גרויסער (אויב נישט דער גרעסטער) עניוו...
ומעשה שהיה: ווען איך האב אמאל אנגעטראגן א שידוך פאר א חשוב'ן איד'ס אייניקל. און איך האב גערעדט צום זיידן. האט ער מיר געזאגט אז איך האב א מזל איך האב אנגעטראגן דעם שידוך צו ערשט פאר איהם. און נישט פאר זיין איידעם (דער אבי הכלה) ווייל יענער וואלט זיך ווען זייער שטארק באליידיגט. אבער ער, זייענדיג אן עניו האטציך נישט באליידיגט... 🙄