☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » !!!באמבע!!! רב"צ גייט זיך טרעפען מיט רמ"ד

!!!באמבע!!! רב"צ גייט זיך טרעפען מיט רמ"ד

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7622

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 9:16 pm

· #237011
!!!באמבע!!! רב"צ גייט זיך טרעפען מיט רמ"ד
עס הייסט אז די וואך הבעל"ט, אי"ה אויף מיטוואך איז אנגעשמועסט אז רב"צ גייט זיך טרעפען מיט רמ"ד, נישט אלע ארומיגע זענען מסכים אויף ביידע זייטען, אבער אפאר אויף ביידע זייטען ווילען עס גאר שטארק, למשל דער שוואגער פין רב"צ ר' חיים יעקב טויבער, דער היינטיגער דיין אין באבוב, ווי אויך נאך א שוואגער.

עס איז כדאי אנצומערקען אז כדרכן של בעלי מחלוקת, די זעלבע וואס אין 45 האבען געהאלטען אז ער זאל נישט פאלגען און די פין 48 וואס האבען געוואלט ער זאל נישט פאלגען אלץ אבי דער מחלוקת של הבל זאל ווייטער אנגיין, זיי פארלייגען אלע כחות אז די שלום זאל נישט פארקומען.

זאל דער אויבערשטער העלפען אז יבולע המחלוקת לנצח, און די בעלי מריבה זאלען זיין כלין מאליהן, והקב"ה ישכין שלום בתוך עמו ישראל.

און דער שלום זאל זיך פארשפרייטען אויף קלז"ב און קיין פאנעוויזש, און צווישען דער נייע מחלוקת רחיי"ק מיט ר' שמואל אוירבאך (סתם א סטופיד מחלוקת, נישט אפילו אויף געלט).

shefele » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 9:20 pm

· #237012
ויקץ ויחלום שנית

ברוך שאמר » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 10:30 pm

· #237021
wishful thinking

petergrifin » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 11:09 pm

· #237029
מען ארבײט טאקע אויף א שלום אבער די טרײבט איבער אז זײ גײען זיך שוין טרעפן מיטװאך. עכ׳פ אזוי מײן איך. בדרך אגב
װאס האלט מ.צ. לגבי זיך טרעפן/מאכען שלום?

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 11:20 pm

· #237031
ווער איז מ.צ?

וואס א חילוק וואס דער האלט וואס יענער האלט, עס ווענד זיך אין די מענטשען אליין. פונקט אזויווי רמ"ד האט מחליט געוועהן אנצונעמען די פסק על אף וואס גדולי חסידים האבען זיך מתנגד געווען, קענען זיי ביידע עס נעמען א שריט ווייטער אהן זיך רעכענען מיט די גדולי הקנאקערס וואס פאר נארישע אינטערעסען ווילען זיי האלטען א מחלוקת אנגיין.

petergrifin » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 11:44 pm

· #237036
מענדל ציטראנעבוים.
אװדאי װענדט זיך עס אין דעם מענטש אלײן אבער איך מײן אז רמ׳ד איז אסאך מער לאמיר זאגן אינעפענדענט װי רב׳ץ.
איז ממילא האביך גפרעגט װעגן מ.צ. װײל ער דרײט זיך מיט איהם אלעמאל און איז א זין פון זײן מענטאר.

ברוך שאמר » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:12 am

· #237042
איך האב געהערט אז הרב פרישוואסער איז געווען ביי הרב טויבער אין ער האט אפגעשטיפט אז די רב איז יעטצט נישט דא !

חסיד » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 1:21 am

· #237059
ברוך שאמר
איך האב געהערט אז מר פרישוואסער איז געווען ביי מר טויבער אין ער האט אפגעשטיפט אז די רב איז יעטצט נישט דא !

מר ברוך שאמר אויב קענסטו שרייבן 'מר' אויפן דיין וועם דיין טאטע האט לכאורה געפאלגט איסורי כריתות שאלות...

ראש כבש » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 1:27 am

· #237060
ג״א מצטרף לדברי המחאה של חסיד רב טויבער איז א ת״ח און מרופט עם נישט אהן מיסטער אפילו די ביסט ברוגז אויף עם.
און איך מיין אז סאיז קעגן די תקנת המקום אהנצורופען א אב אהן א ר׳

הדד בן בדד » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 1:32 am

· #237064
איך בין אויך מוחה, פארן רופן צוויי תלמיד חכמים, א רב און א דיין, מר. מען טוט נישט אזוי.

petergrifin » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:31 am

· #237069
װי לאנג מען שרײבט ר׳ אדער רב מעג מען שרײבען נאך דעם כל דבר אסור..
א רגע לאמיר אויך מוחה זײן.

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 8:31 am

· #237081
פארוואס זאל איינער זיין ברוגז אויף ר' חיים יעקב?

ברוך שאמר » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 9:08 am

· #237086
גערעכט גערעכט I'm sorry

חסיד » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 1:56 pm

· #237137
ברוך שאמר
גערעכט גערעכט I'm sorry

וואס איז געוועהן די הו''א?

לית דין בר נש » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:05 pm

· #237145
קנאה און שנאה

חסיד » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:40 pm

· #237163
לית דין בר נש
קנאה און שנאה

הא בהא תליא וא''כ איזה נולד תחילה?

דריידל » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 5:05 pm

· #237227
אפשר איז ער ברוגז אויף רב טובער ווייל ער איז א מחותן מיט'ן טשאקובער

כנור » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 2:16 pm

· #237397
איחוד פעלד
עס הייסט אז די וואך הבעל"ט, אי"ה אויף מיטוואך איז אנגעשמועסט אז רב"צ גייט זיך טרעפען מיט רמ"ד, נישט אלע ארומיגע זענען מסכים אויף ביידע זייטען, אבער אפאר אויף ביידע זייטען ווילען עס גאר שטארק, למשל דער שוואגער פין רב"צ ר' חיים יעקב טויבער, דער היינטיגער דיין אין באבוב, ווי אויך נאך א שוואגער.

עס איז כדאי אנצומערקען אז כדרכן של בעלי מחלוקת, די זעלבע וואס אין 45 האבען געהאלטען אז ער זאל נישט פאלגען און די פין 48 וואס האבען געוואלט ער זאל נישט פאלגען אלץ אבי דער מחלוקת של הבל זאל ווייטער אנגיין, זיי פארלייגען אלע כחות אז די שלום זאל נישט פארקומען.

זאל דער אויבערשטער העלפען אז יבולע המחלוקת לנצח, און די בעלי מריבה זאלען זיין כלין מאליהן, והקב"ה ישכין שלום בתוך עמו ישראל.

און דער שלום זאל זיך פארשפרייטען אויף קלז"ב און קיין פאנעוויזש, און צווישען דער נייע מחלוקת רחיי"ק מיט ר' שמואל אוירבאך (סתם א סטופיד מחלוקת, נישט אפילו אויף געלט).

מצד 45 איז נישט דא קיין איינער וואס וויל נישט אזא באגעגעניש.

יא, געווען טאקע אזעליכע וואס האבען געהאלטען אז מען טאר נישט פאלגען א פאלשע פסק דין און מען זאל עס פייטען אול דע וועי. אבער פאר שלום זענען זיי קיינמאל נישט געווען דערקעגען, און רבי מרדכי דוד איז געווען גרייט די גאנצע צעהן יאר זיך צו באגעגענען מיט זיין פעטער ווען ער וויל.

און דער ענד וועלען אלע טוהן רצון רבם, וואס וויל אויף אן אמת שלום.

דער אמת מוז געזאגט געווארען און פארשריבען ווערען, און איך טאר עס נישט א דורך לאזען כאלו מען רעדט דא פון איקוועל מחרחר ריב. ניין, די מחלוקת דידענט גאו both ways

בארא פארקער » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:20 pm

· #237512
כ'בין מיד פון איבער שרייען די זעלבע זאך פיפציג מאל. @כנור פליז הער יעצט איין מאל פאר אלעמאל
כ'האב באגעגענט א 45טע חסיד, כ'האב עיהם אנגעקלאפט די ביינער, אויסגעהאקט די ציינער, אראפ געביסן די פינגער, כ'האב עיהם צירוק געגעבן די ציינער מיט די פינגער'ס, אין כ'האב עיהם געבעטן מפני השלום זאל ער קומען אויף מיינע שמחות, אין מיך שיין באגריסען אויפן גאס וגו'....

עטץ האט גענומען די שענסטע מוסטער פון שלום, די סימבאלישע באבובער קהילה, עס פארשעמט צוהאקט צובראכן מיט טעעראר אקציעס אן א שיעור, מיליאנע געלט שאדן, בארויבט אינגער בחורים פון זייער טאטע'ס, צופליקט הונדרעטע משפחות, אין יעצט ווען די פאלירסט שרייסטו "אני שלום"

כ'מיין מ'זאל מאכן א עפפאוינטמענט אין זיך קישן איינער דעי צווייטער, והמבין יבין

petergrifin » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:32 am

· #237519
װען עטץ װאלטס ענק אויף געפירט װי דער באבאװער מוסטער פון שלום עלף,צװעלף,דרײצען יאר צוריק װאלט נישט געשען װאס
איז געשען. והמבין יבין.

יושב בסתר » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 7:15 am

· #237532
petergrifin
װען עטץ װאלטס ענק אויף געפירט װי דער באבאװער מוסטער פון שלום עלף,צװעלף,דרײצען יאר צוריק װאלט נישט געשען װאס
איז געשען. והמבין יבין.

דא קענט איר הערען א דוגמא קטנה פון וואו אזוי דער אני שלום מיט זיינע חברה האבען זיך אויפגעפירט צוועלעף דרייצען יאר צוריק, והמבין יבין!

אפילו לדבריך אז מ'האט זיך נישט אויפגעפירט גענוי אזוי וואו די האסט געוואלט, הייסט דאך אז לו יצוייר מ'וואלט זיך יא אויפגעפירט וואו די האסט געוואלט וואלטסטו נישט געמאכט רמ"ד פאר באבוב[45]ער רבי.
מיט דעם האסטו בהודעת בעל דין אפגעפרעגט דער גאנצער וזאת התורא והמציאות לא תהא, והמבין יבין!

BLOOMINGBURG NY » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:58 am

· #237544
.
📎 image.jpg

סאו וואט » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:24 am

· #237549
וואס טוען דיע צוויי און שומר שבת?

כ'הער פון גאר קראנטע מקורות אז רבי יחיאל באב"ד לויפט ארום צו בנים צובאקומען א צעטיל ער זאל זיך נישט דארפן שטעלן צום בי"ד.

ראש כבש » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:39 pm

· #237663
בארא פארקער
כ'בין מיד פון איבער שרייען די זעלבע זאך פיפציג מאל. @כנור

עטץ האט גענומען די שענסטע מוסטער פון שלום, די סימבאלישע באבובער קהילה, עס פארשעמט צוהאקט צובראכן מיט טעעראר אקציעס אן א שיעור, מיליאנע געלט שאדן, בארויבט אינגער בחורים פון זייער טאטע'ס, צופליקט הונדרעטע משפחות, אין יעצט ווען די פאלירסט שרייסטו "אני שלום"

כ'מיין מ'זאל מאכן א עפפאוינטמענט אין זיך קישן איינער דעי צווייטער, והמבין יבין

זיי מיר ביטע מסביר אז סקומען א פראצענט יודען פון א קהילה אפילו א קלענערע פראצענט,און האבען אן אנדערע דיעה ווי אן אנדערע פראצענט פון די קהילה.
מוזען זיי דערשטיקען זייער דיעה ווייל די שישקעס האבען אזוי באשלאסען.
ר׳ יוד אונז זעמיר און אמעריקא,און אז א ציבור יודען זענען מחליט אזאך,זענען זיי ענטייטעלט אויף דעם,זיי האבען ס״ה געהאט אן אנדערע דיעה ווי דיר,
די קומסט פאר ווי רוסלאנד און די קאמאניוזים יארען,פלעגן זיך גרויסען מיט די גרויסע שלום וואס הערשט בא זיי,נו וודאי אז מהאקט אפ די קאפ פון יעדער וואס זאגט אנדערש ווי סטאלין,איז דאך נאר דא איין דיעה,נוא אויב אזוי קריגט זיך קיינער נישט.
די וואלסט געוואלט אז וואס לעזער,בייגעל,ציטראננעבוים,זענען מחליט אזוי מוז יעדער נאכטאנצען,און סזאל זיין שלום קיינער זאל נישט האבען קיין אנדערען אפיניען,
די וואלסט געוואלט אז וועם זיי באשליסען איז ראוי צו זיצען אויפען עולם מוז יעדער נאכטאנצען,און אויב א ציבור יודען האלטען אנדערש און האלטען אויף איינעם אז ער איז נישט ראוי פאר דעם,זאל מען דערשטיקען די דיעה.
ר׳ יוד אונז זעמיר נישט און רוסלאנד,און יא סאיז געווען א גאר גרויסע פראצענט פון באבוב וואס האבען געהאלטען אנדערש ווי דיע פאר אויסגערעכענטע,אויף אזוי ווייט אז טייל פון זיי זענען אפילו אוועקגעגאנגען פון זייערע לאנגע יעריגע בית מדרש,אלץ ווייל זיי האבען נישט געוואלט מחלוקת.
און דאס הייסט נישט מחלוקת,שלום מיינט ווען יעדער איז מסכים אז דער אנדערער מעג טראכטען פארקערט ווי מיר און מיט דעם אלעם קען מען בלייבען בשלום.
סאיז מיר אינטערעסאנט ווי סקומט קיין באבוב דיע פארמיאוסטע עדיטאד אז ווער סטראכט נישט ווי מיר איז א מהרס און צוריסען זאל ער ווערען.
דאס פאסט מער פאר רוסישע חסידות,ווי פאר די אזוי גערופענע סימבאלדיגע שלום חסידות.
קיינער האט נישט פארשעמט באבוב,ענק פארשעמען זיך אליינס,מיט די העסליכע פארשעמטע שנאה וואס מפרעדיגט און מהעצט בא ענק,איז דאס יודישקייט,סזאל זיך נישט הערן קיין איין ווארט פון ענקער מנהיג וועגען שלום,מיט דעם פארשעמט עטץ זיך אליינס.

בארא פארקער » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:57 pm

· #237670
ס'האט דא אייינער געזאגט אז ענק טארן נישט גיין?
ב''ה עטץ זענטס געגאנגען, אויף דער פרט זענען אונז העכטס צופרידען,
אער ארויס גיין אין שלעפן אונזער קהלה אין ערכאות אין טוען טערראר, אויף דאס זענט עטץ שולדיג

כנור » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 5:06 pm

· #237672
און מיט וואס זענט ענק שילדיג?

ירא שמים » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:12 pm

· #237679
כנור
און מיט וואס זענט ענק שילדיג?

לאמיר שוין הערן פארוואס זענט עטס געגאנגען אין ערכאות

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 7:59 pm

· #237694
כנור
און מיט וואס זענט ענק שילדיג?

באבוב איז שילדוג אין די פאלגענס:
אז הרבנית הצ' בלומא רחל הי''ד איז נעקדה''ש
אז כ''ק מהרב''צ איז געבוירן געווארן
אז רוב מנין ובנין באבוב האט זיך נישט געלאזט פיטערן קיין לאקשן
אז מהרמ''ד האט נישט מצליח געוועהן צו איינקויפן מער אנשי שם דקהל באבוב
אז מ'האט נישט געלאזט חרוב מאכן באבוב עד הסוף
אז די משפחה הידוע, די באבוב'ער גוטע פריינד פון שטאט צאנז האט נישט אויסגעפירט את אשר החלו לעשות
אז דער דין תורה האט ארויסגעוויזן דעם אמת
אז באבוב בליעט לשם ולתפארת

אויף דעם אלעם זעמיר אונז צד באבוב שולדיג און אונז נעמיר דערויף די פיעלע רעספאנסיביליטי!

petergrifin » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:20 pm

· #237736
יושב בסתר
petergrifin
װען עטץ װאלטס ענק אויף געפירט װי דער באבאװער מוסטער פון שלום עלף,צװעלף,דרײצען יאר צוריק װאלט נישט געשען װאס
איז געשען. והמבין יבין.

דא קענט איר הערען א דוגמא קטנה פון וואו אזוי דער אני שלום מיט זיינע חברה האבען זיך אויפגעפירט צוועלעף דרייצען יאר צוריק, והמבין יבין!

אפילו לדבריך אז מ'האט זיך נישט אויפגעפירט גענוי אזוי וואו די האסט געוואלט, הייסט דאך אז לו יצוייר מ'וואלט זיך יא אויפגעפירט וואו די האסט געוואלט וואלטסטו נישט געמאכט רמ"ד פאר באבוב[45]ער רבי.
מיט דעם האסטו בהודעת בעל דין אפגעפרעגט דער גאנצער וזאת התורא והמציאות לא תהא, והמבין יבין!

איך גײ נישט ארײן גײן אין די גאנצע די״ת נאר װאס איך האב געמײנט ארויס צו ברענגען איז, אז די עולם װאס איז יא געגאנגן איז מער װײניגער
די מענטשן װאס זענען געװען שבת בראשית אין די אלטע ביהמ׳ד. און װען נישט די עקילדיגע פאליטיק יענע פיר פינף יאהר װאלט טאקע נישט
געװען קײן שונאים װאס זאלן גײן װערן חסידים פון רמ׳ד.

בײ דאה װעי האב איך גארנישט געגן רב׳צ נישט יעצט און נישט געהאט דעמאלסט פשוט װײל איך האב געהאלטן אז ס׳איז א פריװאטע משפחה
אישו. אבער איך בין געװען דעמאלסט אין באבוב און די ברענגסט דער קליפ װאס ס׳איז טאקע נישט אויס געהאלטן װאס מען האט געטיהן אבער
קודם כל דאס װײזט נאכנישט ענקערע צידקות. והשנית רמ׳ד האט שוין דעמאלסט װען בחורים האבען אפ געטיהן אלע מין שטיק כסדר גירעדט
און געװארנט מען זאל שוין אויף הערן. אאה גײסט מיר יעצט שרײבן לאל האהא אבער איך האב מיט געהאלטן פערזענליך מער װי אײנמאל.

חסיד » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 11:05 am

· #237801

האסט פערזענליך געהערט! אינטרעסאנטע נייעס, לויט מיין זכרון געדענק איך איין פארווע דרשה אין מתיבתא וועלכער איז געגאנגן (מזכרון) אזוי
"בחורים מיינען אז מיטן טוען די זאכן מאכט מען א נחת רוח און מ'נעמט זיך אן פארן כבוד פון שווער, דער שווער האט נישט הנאה פון דעם"!!!!!
דארף מען עפס צולייגן און מסביר זיין!?

petergrifin » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:01 pm

· #237872
חסיד האסט נישט פארשטאנען. איך מיין צו זאגן אז איך בין געשטאנען מיט רמ'ד בשעת ער האט גירעדט
צו די טראביל מעיקערס. ס'איז נישט די זעלבע ווי ווען מען שטעלט אן א שיינע (בלעכענע 😉 ) פנים און גיבט א דרשה ברבים.
סא ניין איך האלט נישט אז ער האט אינטער גשיקט כסדר טוהן שגץ שטיק.