☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #7620

אשכול אן א טיטל #7620

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7620

— » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 9:48 am

· #236873

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ימי קדם » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 10:13 am

· #236877
אז מען רעדט שוין, איז כדאי צוצייכענען אז ער האט א גרויסער עושר, א מולטי מיליאנער, איינער וואס רגליו מוצבים אין די חסידישע וועלט, אבער ראשו מגיע ווייט אוועק, וואס צאלט אים וויפיל מען דארף נאר להצלחת הדין.
דער זעלבער עושר האט אים געשטיפט צו אריין געבן די קלאגע.

פישלע העררינג » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 10:15 am

· #236879
#ממךיצאו

לעיקוואד » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 10:33 am

· #236881
איך ווייס נישט פונקט וויאזוי דער חשבון איז, אבער א מיליאן דאלאר זעהט מיר אויס אסאך ווייניגער פון וויפיל א גוטער מקצוע איז ווערד לאורך די צענדליגע יארען וואס א מענטש ארבעט.

פישלע העררינג » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 11:52 am

· #236897
לעיקוואד
איך ווייס נישט פונקט וויאזוי דער חשבון איז, אבער א מיליאן דאלאר זעהט מיר אויס אסאך ווייניגער פון וויפיל א גוטער מקצוע איז ווערד לאורך די צענדליגע יארען וואס א מענטש ארבעט.

זאל ער קויפן אפאר ביכער פאר א גוט יאר. אדער גיין אנליין פאר אפאר ביליגע קלאסן. אדער גיין צו א נאכט קאלעדזש. איינער שטערט איהם דען? ווי לאנג בלייבט ער א רחמנות קעיס וואס "יענער" דארף איהם צושטעלן א עדיוקעישאן? זייט ער איז אפגעפארן, וואס האט ער געטוהן פאר זיך אליינס צו העכערן זיין עדיוקעישאן?

לעיקוואד » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 12:05 pm

· #236904
ער קען טענה'ן אז דאס וואס ער האט נישט געלערנט נארמאל בזמן הראוי מאכט עס כמעט אוממעגליך זיך מיטצוכאפן אויף דער זעלבער שטאפל מכל מיני סיבות ממילא איז עס א הפסד אויף אייביג. עס איז נישט מעגליך זיך מיטצוכאפען צוועלף יאר לימודים פון אפאר נאכט קאלעדזשעס, און אפילו ווען יא, שטופט זיך דאך אפ דער גאנצער זאך אויף די צייט, און דאס אויז אויך ווערט אסאך געלט.
כמו''כ קען מען טענה'ן אז דאס וואס ער קען משלים זיין איז בכלל נישט רעלעווענט. פאקטיש האט עם די סטעיט שאדן געמאכט אזויפיל. דאס אז עס זענען אפשר דא עצות איז אזויווי זאלסט זאגען א גנב איז נישט מחויב צוריקצאלען ווייל יענער קען דאך מיט אפאר שעה ארבעט צוריקמאכען, סהאט נישט קיין שייכות.
הכלל, כאמור איך ווייס נישט וואס איז די געזעץ און לויט וואסארא לומדות מגייט דא מפלפל זיין, ממילא כ''ז סתם פלפולים, אבער באופן כללי הערט מיר זיך נישט דער מספר צו זיין מוגזם בכלל אויף אזא תביעה. (דאס איז חוץ א מעשה אז יעדער מאל פראבירט מען תובע זיין אזוי באופן מוגזם שפעטער זאל מען קענען פארהאנדלען און בלייבען כאטש מיט א האלב מיליאן..)

פישלע העררינג » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 12:07 pm

· #236906
לעיקוואד

כמו''כ קען מען טענה'ן אז דאס וואס ער קען משלים זיין איז בכלל נישט רעלעווענט. פאקטיש האט עם די סטעיט שאדן געמאכט אזויפיל. דאס אז עס זענען אפשר דא עצות איז אזויווי זאלסט זאגען א גנב איז נישט מחויב צוריקצאלען ווייל יענער קען דאך מיט אפאר שעה ארבעט צוריקמאכען, סהאט נישט קיין שייכות.

כן היא דעת התוס' בבבא בתרא כא:, דשבשתא פסידא דלא הדר משום שזמנו גזל ואין השבה בזמן.

לעיקוואד » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 12:20 pm

· #236911
אינטרעסאנטע צושטעל. על פי הלכה איז דאך סתם אזוי מסתם נישט שייך דא קיין תביעה ממונית. העכסטנס קענסטו ארויסווארפעם דער מלמד כדין שהבאת..

פישלע העררינג » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 12:27 pm

· #236914
לעיקוואד
אינטרעסאנטע צושטעל. על פי הלכה איז דאך סתם אזוי מסתם נישט שייך דא קיין תביעה ממונית. העכסטנס קענסטו ארויסווארפעם דער מלמד כדין שהבאת..

.

יאיר » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:05 pm

· #236931
ימי קדם
אז מען רעדט שוין, איז כדאי צוצייכענען אז ער האט א גרויסער עושר, א מולטי מיליאנער, איינער וואס רגליו מוצבים אין די חסידישע וועלט, אבער ראשו מגיע ווייט אוועק, וואס צאלט אים וויפיל מען דארף נאר להצלחת הדין.
דער זעלבער עושר האט אים געשטיפט צו אריין געבן די קלאגע.

זאל דער עושר צאלן געלט פאר עטליכע פעאיגע צו אויסלערנען ענגליש און מסחר פאר חסידישע יונגעלייט בחינם, און זיי ארויסהעלפן גיין אין קאלעזש.
וואס פונקטליך וויל לאוען עררייכן? אז מ'זאל צושפארן די חדרים און מ'זאל צוריקגיין לערנען פינף יונגלעך ביי אן אפגעקראצטער טישל אין בעיסמענט, ווי אין דער אלטער היים?
אה, כ'האב פארגעסן. ער האט דאך נישט באקומען קיין עדיוקעשאן. ער כאפט נישט.

לעיקוואד » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:12 pm

· #236939
יאיר
ימי קדם
אז מען רעדט שוין, איז כדאי צוצייכענען אז ער האט א גרויסער עושר, א מולטי מיליאנער, איינער וואס רגליו מוצבים אין די חסידישע וועלט, אבער ראשו מגיע ווייט אוועק, וואס צאלט אים וויפיל מען דארף נאר להצלחת הדין.
דער זעלבער עושר האט אים געשטיפט צו אריין געבן די קלאגע.

זאל דער עושר צאלן געלט פאר עטליכע פעאיגע צו אויסלערנען ענגליש און מסחר פאר חסידישע יונגעלייט בחינם, און זיי ארויסהעלפן גיין אין קאלעדזש.

נו,@ימי קדם, יאיר האט א גוטער פלאן, אפשר קאנטעקטן מיר דער מיליאנער און מ'מאכט עפעס?
#למעשה

יאיר » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:21 pm

· #236944
לעיקוואוד, עס איז באמת דא גאר אסאך זאכן וואס מען קען טון ארויסצוהעלפן היימישע יונגעלייט אויב מען האט נאר פינאנציעלע שטיצע. איך האב געמיינט אז עשירים זענען נישט אינטערעסירט דערין, זיי ווילן גרויסע פול פעיזש דאנקען אין דער איד און דער בלאט. אבער אז מיר האבן יא אן עושר וואס איז גרייט צו צאלן דערויף, זאל ער עס טון אויף א קלוגער אופן. ווי למשל מיר צאלן געלט צו שרייבן אין קאווע שטיבל רעוואלוציאנערישע ארטיקלען וואס וועלן אויפרודערן גאנץ יהדות החרדית.

יואב » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:32 pm

· #236950
יאיר
לעיקוואוד, עס איז באמת דא גאר אסאך זאכן וואס מען קען טון ארויסצוהעלפן היימישע יונגעלייט אויב מען האט נאר פינאנציעלע שטיצע. איך האב געמיינט אז עשירים זענען נישט אינטערעסירט דערין, זיי ווילן גרויסע פול פעיזש דאנקען אין דער איד און דער בלאט. אבער אז מיר האבן יא אן עושר וואס איז גרייט צו צאלן דערויף, זאל ער עס טון אויף א קלוגער אופן. ווי למשל מיר צאלן געלט צו שרייבן אין קאווע שטיבל רעוואלוציאנערישע ארטיקלען וואס וועלן אויפרודערן גאנץ יהדות החרדית.

איידער איך נעם דאס טשעק בוך אין האנט, וואלט איך געוואלט דו זאלסט אהערשטעלן עטליכע עקזאמפלארן וועלכע קענען זיין אומשטאנד אויפצורודערן אפילו נאר האלב מיהדות מאכרייקעס.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 7:38 pm

· #236992
פישל'ע העררינג
לעיקוואד
איך ווייס נישט פונקט וויאזוי דער חשבון איז, אבער א מיליאן דאלאר זעהט מיר אויס אסאך ווייניגער פון וויפיל א גוטער מקצוע איז ווערד לאורך די צענדליגע יארען וואס א מענטש ארבעט.

וויפיהל קאסט פאר א מענטש זיך אליינס צו לערנען א פאך אדער א מקצוע ווען ער איז שוין עלטער? זאל ער קויפן אפאר ביכער פאר א גוט יאר. אדער גיין אנליין פאר אפאר ביליגע קלאסן. אדער גיין צו א נאכט קאלעדזש. איינער שטערט איהם דען? ווי לאנג בלייבט ער א רחמנות קעיס וואס "יענער" דארף איהם צושטעלן א עדיוקעישאן? זייט ער איז אפגעפארן, וואס האט ער געטוהן פאר זיך אליינס צו העכערן זיין עדיוקעישאן?

אויף דעים בסיס דארף דער קאורט אפווארפן זיין תביעה פאר געלט. זיי זאלן עים זאגן אז ער באקומט נישט קיין איין רויטן פעני. נאר ער זאל זיך איינשרייבן אין א קורס וואו מ'לערנט די בעיסיק לימודים און די רעיגרונג וועט באצאלן פאר דעים.
נאך א קשיא. לויט ווי ער לייגט עס אראפ איז ער זייער שטארק אומגעלערנט. ויאזוי האט ער באקומען א דזשאב צו זיין א מדריך/קאונסלער אין א סקול?...!

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 7:41 pm

· #236993
לעיקוואד
ער קען טענה'ן אז דאס וואס ער האט נישט געלערנט נארמאל בזמן הראוי מאכט עס כמעט אוממעגליך זיך מיטצוכאפן אויף דער זעלבער שטאפל מכל מיני סיבות ממילא איז עס א הפסד אויף אייביג. עס איז נישט מעגליך זיך מיטצוכאפען צוועלף יאר לימודים פון אפאר נאכט קאלעדזשעס, און אפילו ווען יא, שטופט זיך דאך אפ דער גאנצער זאך אויף די צייט, און דאס אויז אויך ווערט אסאך געלט.
כמו''כ קען מען טענה'ן אז דאס וואס ער קען משלים זיין איז בכלל נישט רעלעווענט. פאקטיש האט עם די סטעיט שאדן געמאכט אזויפיל. דאס אז עס זענען אפשר דא עצות איז אזויווי זאלסט זאגען א גנב איז נישט מחויב צוריקצאלען ווייל יענער קען דאך מיט אפאר שעה ארבעט צוריקמאכען, סהאט נישט קיין שייכות.
הכלל, כאמור איך ווייס נישט וואס איז די געזעץ און לויט וואסארא לומדות מגייט דא מפלפל זיין, ממילא כ''ז סתם פלפולים, אבער באופן כללי הערט מיר זיך נישט דער מספר צו זיין מוגזם בכלל אויף אזא תביעה. (דאס איז חוץ א מעשה אז יעדער מאל פראבירט מען תובע זיין אזוי באופן מוגזם שפעטער זאל מען קענען פארהאנדלען און בלייבען כאטש מיט א האלב מיליאן..)

אבער דער קעיגן-טענה וואס די רעגירונג (נתבע) וועט זאגן אז היינט איז דא זייער א סאך קורסן אויף א יעדן מקצוע אין די וועלט אנליין. און ער קען זיך איינשרייבן פאר איינס פון די קורסן. ושלום על ישראל...!

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 7:45 pm

· #236994
יאיר
לעיקוואוד, עס איז באמת דא גאר אסאך זאכן וואס מען קען טון ארויסצוהעלפן היימישע יונגעלייט אויב מען האט נאר פינאנציעלע שטיצע. איך האב געמיינט אז עשירים זענען נישט אינטערעסירט דערין, זיי ווילן גרויסע פול פעיזש דאנקען אין דער איד און דער בלאט. אבער אז מיר האבן יא אן עושר וואס איז גרייט צו צאלן דערויף, זאל ער עס טון אויף א קלוגער אופן. ווי למשל מיר צאלן געלט צו שרייבן אין קאווע שטיבל רעוואלוציאנערישע ארטיקלען וואס וועלן אויפרודערן גאנץ יהדות החרדית.

דער פראבלעים איז, אז "גאנץ" יהדות החרדית ליינט נאכנישט קאווע שטיבל. ס'דא וואס גייען קיין וויי-וועלט און היימישע קרעיטשמע אויכעט.... 🙄