☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דער געוואלדיגער ראסיסט.

דער געוואלדיגער ראסיסט.

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7616

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 9:41 pm

· #236810
דער געוואלדיגער ראסיסט.
ארי שאפיר איז א אידישער קאמיקער, באוואוסט אלס 'The Amazing Racist', ער גייט ארום אין פארשידענע מינאריטעט געמיינדעס, שפילט ווי א רייצערישער בהמהישע ראסיסט, און רעקארדירט אויף ווידעאו וויאזוי זיינע קרבנות רעאגירן.

יאשקע פעטיציע.

דא איז ער אין א אידישן געשעפט, פרעגט פון אידישע איינקויפער אויב זיי ווילן אונטערשרייבן אויף א פעטיציע 'זיך צו אנטשולדיגן פארן קרייציגן יאשקע!'
דערנאך שלאגט ער פאר די קונדן א קיופאן פאר 50%off פאר א 'נאוז דזשאב' צו פאררעכטן די ריזיגע אידישע נאז!
די קליפ איז אזוי גוט/אזוי שלעכט, אז מען קען ממש ארויסשפרינגען פון די הויט פון אויפרעגעניש, כאטש מען ווייסט אז עס איז נאר א שפיל!

אהיים קיין אפריקע.

דא איז ער אויף א שיפל, ביי עפעס א ביטש, וואו ער שלאגט פאר אומזיסטע רייזעס 'אהיים' קיין אפריקע, פאר 'שווארצע' דורכגייער, און ער מעסט די שאטירונג פון די קאליר פון זייער הויט!
די אפריקאנער אמעריקאנער לאזן זיך אבער נישט ווי די אידעלעך, און מען שגצ'ט אים גוט אויס, ווי עס קומט זיך אים, ביז צום סוף ברעכט אים איינער גוט אן די ביינער!

דרייווינג סקול פאר אזיאנער.

א מער ערנסטע עקספערימענט איבער ראסיזם.
ראסיזם עקספערימענט, רירנד.

יאיר » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:04 pm

· #236816
👍
די 'אהיים קיין אפריקע' קליפ האט מיר שיער געמאכט פאר א ראסיסט.
איך זע אז יו טוב האט אראפגענומען אפאר קליפס. איז עס ווייל ס'איז אפענסיוו?

petergrifin » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:13 pm

· #236819
@ישראל קאפקע This video is not available

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:17 pm

· #236820
אוי, איך זע, איך ווייס נישט פארוואס,
כ'וועל פראבירן צו פארעכטן.

petergrifin » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:25 pm

· #236823

יאיר » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:27 pm

· #236824
איך האב יעצט געזען די אידישע און אזיאנער קליפס. איך האב זיך שוין לאנג נישט געווארפן אזוי פון געלעכטער. די מערסטע איז מיר געפאלן די רעאקציעס פון די אידן:
ערשטער: איך האב נישט גע'הרג'עט יעזוס!
צווייטער: איך שרייב נישט אונטער נאר אויב איך האב געליינט די גאנצע זאך.
דריטער: (נעמט ארויס א פעדער און איז גרייט אונטערצושרייבן).
יא יא, אידן האבן חוצפה. מיי פוט.

ביבער » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:40 pm

· #236834
ס'גוט אבער אלע זענען זיי עקטער'ס.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:46 pm

· #236838
ישראל קאפקע: ייש"כ פאר אויף ברענגען די טעמע נאכאמאל. איך האב שוין פאר א יאר צוריק געשריבן איבער דעם קאמידיען און זיין קליפ אין דעם אידישן געשעפט. לפענ"ד איז די גאנצע סצענע אין דעם געשעפט "סטעידזשד" און אלע פראטאגאניסטן אויף יענעם קליפ ארבעטן צוזאמען. גארנישט איז ספאנטאן. אפילו די מכלומר''שטע תמימות'דיגע "קאסטומערס"...און אוודאי נישט דער קעשיער און דער בעה"ב...
דעם צווייטן קליפ ווי ער גייט אין די אפרא-אמעריקאנער געיגנט האביך בכלל נישט געזעהן. נאר אויב מ'האט איהם אנגעבראכן די ביינער איז מיר בכלל נישט קיין וואונדער. זיי רעאגירן א ביסל אנדערש ווען מ'טרעט זיי אויף די הינער אויגן... 😂

George » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 10:43 am

· #236883
וואס וויל ער פונקטליך אקעמפלישן דער ראסיסט? קאמעדי? עס איז בכלל נישט עטיש זיך אזוי אויף צו פירן, צו אינטימידעיטן מענטשען.

קאסטנער » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 7:29 pm

· #237259
פין אלע זיינע קליפערלעך איז מיר די לאכעדיגסטע געווען ווען ער פארקט אינפראנט פין א סופערמארקעט פיקט אויף א באנטש פיט ספאנישע ארבעטסלאזע וועלכע האלטן אז ער נעמט זיי פאר ארבעט וואס פאר דעם שטייען זיי דארט.
די גאנצע נסיעה איז צים לאכן זיי שטייען אויפן פיקאפ טרעקל אין ער מאכט אזעלכע שארט סטאפס אז די חברה טראסקענען ווי כפרות , אין ער מיט זיי איידעלקייט טיט זיך אנטשולדיגן פאר זיי יעדע מאל עקסטער אין בשעת מעשה מורמלט ער זיך אינטער אז עס קימט א גיטס...
צים סוף גיט ער א דרייוו אריין צים לאקעל אימגרעישאן אפיס אין לעשט אויס די אויטא... די חברה אנטלויפן אויף 80 mph ווען בשעת מעשה רייסט ער זיך פאר געלעכטער...

יואב » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:09 pm

· #237841
קאסטנער
פין אלע זיינע קליפערלעך איז מיר די לאכעדיגסטע געווען ווען ער פארקט אינפראנט פין א סופערמארקעט פיקט אויף א באנטש פיט ספאנישע ארבעטסלאזע וועלכע האלטן אז ער נעמט זיי פאר ארבעט וואס פאר דעם שטייען זיי דארט.
די גאנצע נסיעה איז צים לאכן זיי שטייען אויפן פיקאפ טרעקל אין ער מאכט אזעלכע שארט סטאפס אז די חברה טראסקענען ווי כפרות , אין ער מיט זיי איידעלקייט טיט זיך אנטשולדיגן פאר זיי יעדע מאל עקסטער אין בשעת מעשה מורמלט ער זיך אינטער אז עס קימט א גיטס...
צים סוף גיט ער א דרייוו אריין צים לאקעל אימגרעישאן אפיס אין לעשט אויס די אויטא... די חברה אנטלויפן אויף 80 mph ווען בשעת מעשה רייסט ער זיך פאר געלעכטער...


אויב איז דאס עכט, ס'טייטש די חברה זענען נישט סתם שפילערס, איז דאס שוין גארנישט אזא קאמיש און לאכעדיג שטיקל. סארא עקלהאפטיגער סאדיסט.

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:11 pm

· #237842
אלע זענען שפילערס.

הגם איך כאפ עפעס נישט די וויץ בכלל. מיר קוקט עס אויס סתם זיך אויפגעפירט ווילד, בכלל נישט קלוג אדער פאני.

מאטי » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:47 pm

· #237851
לעיקוואד
אלע זענען שפילערס.

הגם איך כאפ עפעס נישט די וויץ בכלל. מיר קוקט עס אויס סתם זיך אויפגעפירט ווילד, בכלל נישט קלוג אדער פאני.

גם אני מצטרף

יואב » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 5:19 pm

· #237882
[ציטאט אראפגענומען]

שוין, איך ווייס נישט צו ס'איז טאקע יא געשפילט – וואס דאן גענוי ווי לעיקוואד טו איך נאך אלץ נישט באגרייפן די קאמישע שעפערישקייט וואס ליגט באגראבן דא. דאס איז א מעטטער אף טעיסט, זאל זיין אזוי. לדברך אבער, אז אזא גרוילקייט האט זיך אפגעשפילט אין דער פאקטישער ווארהייט, אפשר זאגסטו מיר טאקע פונקטליך וואס דע בעילה איז אזוי פאני דא?  וואס איז דיין גדר בנוגע הנאה האבן פון זען דאס בלוט פון אן אנדערער באשעפעניש צאפלען פאר שרעק? ביהעדן כפרות איז אויך אן אונטערהאלטונג? גראפישע קליפס וויאזוי אייסיס מאכט פריי די העלדזער פון אנדערע הומען-ביאינגס גייט אויך אריין אין דער קאטעגאריע פון קאמעדיע?  סתם נייגעריג.

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:22 pm

· #237891
אז דו פארשטייסט נישט די נקודה הפנימית קענסטו פרעגן די זעלבא קשיא אויף אלע טויזענטער קליפס פון פרענקס (פ' דגושה).

יואב » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:51 pm

· #237921
[ציטאט אראפגענומען]

יעצט באמערק איך אז כ'האב מיך פשוט טועה געווען צווישן דיר און @קאסטנער. סליחה, איך בעט דיך איבער.

ישראל קאפקע » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 10:08 pm

· #237928
[ציטאט אראפגענומען]

יעצט קוק איבער די קליפס וואס איך האב יא צוגעברענגט, וועסטו זען א חילוק צווישן דאס וואס איך האב יא צוגעברענגט און דאס וואס דו רופסט אן 'די מעין'.
@המלוכה, איך גלייב נישט אז זיי זענען פשוטע עקטערס, כאטש איך קען עס נישט קאנפירמירן.

לעיקוואד » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 8:42 am

· #237987
[ציטאט אראפגענומען]

אויף איינע פון די קליפס אויף יוטוב (דער מיט אזיאנער דרייווערס) האב איך געזעהן אין די קאמענטס מען שרייבט די נעמען פון די אקטערס.

ברסלבער » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:19 am

· #237994
[ציטאט אראפגענומען]

Ari Shaffir and his cameraman go around the city showcasing extremely racist and offensive stereotypes against Asians, African Americans, and Jews. It is heavily implied that all of Shaffir's doings were not rehearsed and done to random people on the street.
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Inappropriate_Comedy">http://en.wikipedia.org/wiki/Inappropriate_Comedy</a>

איך כאפ אויך נישט פונקטליך די וויצן. עפעס אזא בחינה ווי א אינגל שלעפט ארויס די בענקל און דער צווייטער פאלט אראפ און ער רייסט זיך פאר געלעכטער פון יענעמ'ס צרות.
זעהט אויס אז אויסער די מאסקיטאס זענען דא נאך באשעפענישן וואס האבן הנאה פון צאפן יענעמ'ס בלוט.

לעיקוואד » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:28 am

· #237997
implied הייסט ער שפלט ווי כאילו עס איז אזוי, עפעס האלט ער עס איז פאני, עס איז אבער נישט אזוי באמת. כנלע"ד.

ברסלבער » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:32 am

· #237998
דער ציטאט וואס איך האב געברענגט איז נישט עוסק אין דעם אויב עס איז פאני אדער נישט. ער זאגט אז עס איז "implied = כמעט זיכער", אז עס איז נישט געשפילט און פון פאראויס אהערגעשטעלט, נאר סתם געטשעפעט רענדעם מענטשן אויפן גאס.

לעיקוואד » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:15 am

· #238001
נו וואס זאגט ר' גוגל...


" the other participants in this sketch are actors, too"

<a class="postlink" href="http://www.huffingtonpost.com/mike-ryan/inappropriate-comedy-review_b_2934840.html">http://www.huffingtonpost.com/mike-ryan ... 34840.html</a>



" later learned that the hidden camera aspect of Shaffir's bits is another fallacy. The people onscreen are all actors, which makes The Amazing Racist even less amazing"
<a class="postlink" href="http://www.rottentomatoes.com/m/inappropriate_comedy/">http://www.rottentomatoes.com/m/inappropriate_comedy/</a>

"One young asian girl played by Anna Akana and the other asian guy played by Hymnson Chan"
<a class="postlink" href="http://blog.angryasianman.com/2013/01/the-most-racist-movie-trailer-ever.html">http://blog.angryasianman.com/2013/01/t ... -ever.html</a>